די threat פון משיח

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
605
רעאקציע ראטע
2,172
געווענטליך האב איך נישט געדולד צוצוהערן בעל תשובה מעשיות,
אסך קוקן מיר אויס סתם איבערגע’חזר’ט די זעלבע boring דרשה: כ’געמיינט אינדרויסן איז בעסער און כ’האב מיך איבערצייגט ס’איז שטותים,

אדער: כ’האב איינגעזעהן די הערליכקייט און זיסקייט אין אידישקייט און באשלאסן צו בלייבן פרום וכד׳

פארשטייטצעך צומאל די ווערטער קען אפילו זיין אמת אין זייער מח, און אוודאי ווען זיי זאגן עס איבער אזויפיל מאל גלייבן זיי עס,
אבער כ’האב נישט קיין נערוון אויסצוהערן BS

דעיס איז אבער אביסל אנדערש,

איך האב עס ליב געהאט אויסצוהערן מיט די פערספעקטיוו כאילו איך בין א RESEARCHER

(און אוודאי די איינציגסטע סיבה אז כ׳האב געקענט אפילו אנהייבן אויסצוהערן - איז ווייל זי קוקט נישט אויס ווי איינע וואס וויל זאגן ליגנט, זי זעהט אויס אפנהארציג מיט איר אופן פון פארציילן - און דאס אליין איז refreshing פאר מיר.)

———————
די די מוסר השכל
that stood out for me:
גלייך אין אנהויב האב איך געטראכט ס’איז אזוי sad די פחד וואס זי רעדט דא ארום,
נאכ׳ן מסביר זיין ווי שטארק זי האט גע’חלש’ט טועם צו זיין אביסל לעבן! וואס האט איר אפגעהאלטן? די פחד אז משיח קען קומען עני מינוט 💔

אויב זי וואלט געזאגט אז די שאלה וואס איז איר אריינגעקומען אין קאפ איז געווען, אז נאכ’ן דערגרייכן אלע גליקן וואס כ׳האב אויף דעם געגלוסט, העטעך פּעטעך שוין באקומען די קאריערע און די פרייהייט, Then WHAT
?

אזא שאלה וואלט נאך געמאכט סענס פאר מיר
׳וואס איז נעקסט? וועל איך פילן א ליידיגקייט?׳

דאס איז אן אנגסט וואס אסך האבן מורא אז ס’וועט זיך צום סוף נישט האבן געלוינט די הויכע פרייז פון פארלירן משפחה און די געפיל פון געהערן אין די קאמיוניטי
די קאנעקשן - איז א valid דאגה צו האבן פאר איינעם אין אזא מצב ווי איר

-כ’וואלט זייער ליב געהאט צו הערן וואס דו קלערסט וועגן דעם.

🌱

נאך א זאך וואס כ׳האב שטארק הנאה געהאט דא, חוץ פון דעם וואס זי האט א געוויסע לעוול אפנהארציגקייט (און איז נישט די טיפיקל פעיקער)

איז די מתנה פון דעם וואס זי געט ווערטער צו עקספיריענסעס וואס אסך פרומע נשמה’לעך גייען אדורך.

ואני הקטן, אלס יונג קינד, האב אזוי ערליך פרובירט נאכצוגיין אלעס וואס מ’האט מיר מחנך געווען,

(מ’רעדט שוין נישט פון דעם וואס די מחנכים האבן צאמגעמישט הלכות מיט מנהגים כאילו ס׳די זעלבע זאך - וואס דאס אליין איז א פארברעך לפענ’’ד)

אבער צו הערן די JOURNEY פון איינע וואס האט פרובירט זיך פארזיכערן מיט די
BETTER SAFE THAN SORYY
מהלך,

דאס פילט זייער היימיש

View: https://m.youtube.com/watch?v=gW2vdBZREIw&pp=ygUOaHVtYW4gYW5kIGhvbHk%3D
 
Back
Top