די תורה זאגט וואס איז שיין, שמירן נעגל איז אומריין

נחבי בן ופסי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 7, 2024
מעסעדזשעס
191
רעאקציע ראטע
642
אזוי זינגט יואלי ראטה אויף זיין נייע סידי.

איינער האט סיי וועלכע מקור אין די ספרי הפוסקים איבער שמירן נעגל? רעדט איינער דערוועגן אדער ס'איז אבי א שגעון?

View: https://youtu.be/fsx4R7CdNnQ?si=bl79xAFh85J9KyVL
 
עס איז א מחלוקת אין די חכמים וואס הייסט שיין לאנגע נעגל אדער קורצע. לויט ווי איך געדענק דארף זיין איינע פון די חכמים וואס זאגט קלאר אז שמירען די נעגל איז די מנהג ביי פרויען עס צו מאכען שיין.

איך וועל שפעטער פרעגען פון דעם וואס האט מיר דאס געזאגט ווי עס שטייט.
 
שיינקייט איז א זאך וואס טוישט זיך לויט די צייט און פלאץ.
ווילסט רעדן פון קליפות און טומאה, נאו פראבלעם, אבער שיינקייט איז א מציאות.
 
יעצט הער איך אז ער זינגט וועגן חציצה.

ר' יואל איך גלייך אייך זייער, אבער פרעג א דיין פאר'ן זינגען הלכות, ווייל ס'איז נישט קיין חציצה אויב ס'איז גוט געלייגט.
 
אויב מ'וויל טרעפן אין די תורה וואס איז שיין, איז עס בנות ישראל אין להם שער בית השחי ובית הערוה..

דאס איז די איינציגסטע טיפ וואס איך דענק
 
מען צייגט אינסטעגראם טיפס מיט ווידיאוס, קען מיר איינער צואווייזן די סעיף אין שו"ע ווי עס שטייט אז מען טאר נישט שמירן נעגל? אדער די כתבי אר"י ווי עס שטייט אז עס ברענגט טומאה מיט קליפות?

ווילסט מיר זאגן אז דער ראש ישיבה איז אן מן הארץ? וויאזוי קען דען געמאלט זיין א ראש ישיבה אן עם הראץ?
 
איך האב נישט קיין אנהוג אויב שמירן נעגל איז מותר אדער אסור, עס איז מיר סיי ווי נישט נוגע דערווייל אין די גלגול,
די סי די רעדט צו מיין הארץ, איך לאוו אויס צו הערן ווי די ראש ישיבה זיגט פשוט און פראסט ארויס די אלע ענינים צו ס'איז נאך א בעבי צו די אנדערע ניגונים אויף די סי די
 
Back
Top