די עוואלוציע פון נפש און נשמה אין יהדות

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
312
רעאקציע ראטע
1,801
אפגעטיילט פון דא

לגבי נפש אין תנ"ך

עס האט פארשטייט זיך נישט געמיינט די 'פלעטאניק', גריכישע קאנסעפשען אויף די 'זעהל'.
דאס איז שפעטער אריינגעקומען ווען די רעליגיע איז 'העלעניזירט' געווארן אינטער די 'גרעקא רוימען פיריאד', און בעיקר פארמירט געווארן אין קריסטליכע טעאלאגיע, און ערשט נאכדעם צוריק אריין אין חז"ל וכו'...

דאס אז די גמרא פיהלט פאר וויכטיג צו שרייבן בלעטער אויף בלעטער (סנהדרין, פרק חלק)
צו אויפווייזן פון אריינגעקוועטשטע (אמת צו נישט) פשטים אז ס'איז דא תחיית המתים (מיינענדיג דעמאלט בפשטות די איידיע פון Resurrection of the dead) געט דיר צו פארשטיין ווי שטארק עס האט אויסגעפעלט פארזיכערן פאר זיך און פאר אנדערע אז עס איז באמת א אידישע קאנצעפט.
 
@מסתת הרים

לאמיר צוטיילן די עקסטערע חלקים ווייל איך וויל נישט מאכן א קוגל.

1. שכר עונש לאחר המיתה
2. אייביגער זעהל. (Infinity of the soul)
3. עפעס א רוחניותדיגער זאך (צו אן אטעם צו עפעס אנדערש) וואס גייט ארויס פונעם גוף ביים שטארבן (מיז נישט זיין אן אינפיטי).

נומער 1 איז ע"פ פשטות נישט דא אין צו געפונען אין תנך ווי דו טענהסט טאקע.

נומער 2 איז אויך בפשטות נישט צו געפונען (און אזוי ווי דו זאגסט אז 1 וואלט געווען אויב 2 וואלט געווען).

איך האב גערעדט פון 3 (השארת הנפש אדערsome version of an out of body soul)
אין די ראשית יארן פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט איז געווען מער ווייניגער אנגענומען (צווישן חוקרי המקרא) אז אין תנך איז נישט דא קיין נומער 3 אויך נישט. דאס האט זיך געטוישט אין די לעצטע צענדליגער יארן, און נאכדערצו נאכדעם וואס ארכעאלאגיע האט פעסטגעשטעלט אז אלע ארומיקע רעליגיעס האבן אויך געגלייבט אין עפעס א נפש אין באגראבן/קעיר גענימען פון טויטע.

די לינק האב איך נאר צוגעברענגט פאר אינטערעסאנטקייט און פאר דאס וואס איך האב קוואטירט פון איהם. איך האב עס נישט דורכגעליינט און נעם נישט קיין אחריות אדער שטעלונג צו זיינע סברות.

לגבי פסוקים וואס דו ברענגסט, נפש ווערט אוודאי געניצט פאר מער ווי איין אפטייטש. אין געוויסע פלעצער קען עס נאר מיינען די פשוטע באדייט אזוי ווי אין ענגליש קען איינער זאגען, "There wasn't another soul there to be found "
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top