די יסודות פון דער גראמאטיק

מרחשון

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 12, 2024
מעסעדזשעס
246
רעאקציע ראטע
1,003
אפגעטיילט פון דא
(מאדעראטאר)

א ריזיגער שכוח פאר'ן נעמען די מי!
סתם א לינגוויסטישע שאלה אויף די קעפל, וואס איך מיין אז דו ביסט דווקא יא מקפיד געווענליך דערויף:
פארוואס שרייבסטו 'דער' מאטעמאטיק?
אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן...
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
א ריזיגער שכוח פאר'ן נעמען די מי!
סתם א לינגוויסטישע שאלה אויף די קעפל, וואס איך מיין אז דו ביסט דווקא יא מקפיד געווענליך דערויף:
פארוואס שרייבסטו 'דער' מאטעמאטיק?
אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן...
צי איז די שאלה פארוואס איך האב צוגעלייגט דעם געוויסיגן ארטיקל (definite article) בכלל, אדער פארוואס 'דער' ענדערש ווי 'די'?
 
צי איז די שאלה פארוואס איך האב צוגעלייגט דעם געוויסיגן ארטיקל (definite article) בכלל, אדער פארוואס 'דער' ענדערש ווי 'די'?
מיר דאכט זיך אז געווענליך שרייבט מען 'די יסודות פון מאטעמאטיק', 'די יסודות פון פיזיקס' וכו', ארויסלאזנדיג אינגאנצן דעם די/דער
 
איז נישט דער פערזאן א 'מאטעמאטיקער'?
אפשר דארף דער שמועס אריבערגיין אין א באזונדערע שנירל.
אויב א מענטש וואס איז פארנאטיש ווערט גערופען א פארנאטיק, דעמאלטס א מענטש וואס טוט אין מאטעמאטיקע איז א מאטעמאטיק.
 
שפראך האט נישט קיין געזעצן וואס קען זיך נישט טוישן.
שפראך טוישט זיך כסדר. ס'איז וואס וועט די בעסטע ארויסברענגען די כוונה פאר יענעם צו פארשטיין.

היינטיגע חסידישע אידיש איז בכלל נישט די זעלבע ווי די אמאליגע יידיש.

ס'איז נישט שייך עכט צו ברענגען ראיות פון יידיש בוק סענטער.

פונקט ווי אונז האבן מער ווייניגער אוועקגעווארפן די געזעצן פון די, דער, דאס, ווייל אונז זענען צוגעוואוינט צו ענגליש ווי אלעס איז the.

אין היינטיגן אידיש זאגט מען "די יסודות פון מאטעמאטיק".

נאך בעסער איז "די יסודות פון מאטעמאטיקס".
א לשון רבים... ווייל מ'רעדט פון די גאנצע נושא פון מאטעמאטיקס. אזוי ווי מ'זאגט אין ענגליש:
The fundamentals of mathematics.

און אונזער היינטיגע אידיש הערט זיך בעסער ווי מער ענליך ס'איז צו אונזער ענגליש.

אבער אויף דעם קען מען שוין דן זיין.

כנלע"ד
 
לעצט רעדאגירט:
בכלל איבער אוועקשטעלן סטאנדארטן, ס׳איז נעריש צי אוועקשטעלן סטאנדארטן וואס האלט זיך אין איין טוישען, אויב די גאנצע מטרה פון סטאנדאריזירן איז צי גרינגער מאכען פאר די מענטשהייט, מה הועילו חכמים מיטן ארום טוישען.

די APA (די התאחדות איבער גראמאטיק) האלט אין איין טוישען די הלכות, אזש ס׳זעהט אויס אז איעדע מאל ער דארף חתונה מאכען געט ער ארויס א נייע ווערסיע פון די סטאנדארטן.

ביז יעצט האט מען געשריבען ״דאס, דאס און יענץ.״ מהיום והלאה האט די APA, ווי א מרא דאתרא איבער זיינע גלילות, דערקלערט אז מען וועט שרייבען ״דאס, דאס, און יענץ״ מיט א קאמע פאר די ״און״. קען איינער מסביר זיין וועם האט עס געהאלפען, אחוץ משוגע מאכען די מענטשהייט?

דערמאנט אביסל פון די לעז״י רש״י (וואס דארף צי פארטייטשען רש״יס פראנצויזישע ווערטער) און טייטש עס צוריק צי לשון קודש אזוי ווי ס׳שטייט מלכתחילה, די קענסט מיר זאגען וואס די ווילסט?😂
 
לעצט רעדאגירט:
@קהל׳ס נער דו גייסט אריין אין די שאלה צו לינגוויסטן אבזערווירן וויאזוי ס'איז, אדער זיי זאגן וויאזוי ס'זאל זיין.

אן אלטע קאמפליצירטע שאלה.

אין אידיש בפרט זענען טאקע אסאך היינטיגע לינגוויסטן (א שטייגער ווי דוד כץ) זייער קעגן די אקאדעמישע יידיש וואס מ'לערנט די סטודענטן אין אוניווערסיטעטן ארום אמעריקע.
ווארום עס מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון די שפראך אין איר היינטיגע פארום וויאזוי עס איז ביי די וואס רעדן עס באמת.

אבער ס'איז זיכער דא פלאץ פאר צו האבן א סיסטעם ווי אזוי צו שרייבן. ס'דארף זיך אבער האלטן אפ טו דעיט.
(ס'איז דא א סיבה פארוואס @הבל וריקארטיקל ליינט זיך אזוי געשמאק. עס איז געשריבן מיט די ריכטיגע גראמאטיק.)
 
לעצט רעדאגירט:
דער אפציעלע היינטיגע, פרומע, אידישע אויסלייג:
"די יסודות פון מאטעמאטיקע"
צולייגן א באשטומטע ארטיקל (definite article) צו דער זאך-ווארט (noun) "מאטעמאטיקע", איז בלויז אנגענומען, ווען מען רעדט פון א ספעציפישע פעלד אינערהאלב מעטעמאטיקע. צום ביישפיל "די מאטעמאטיקע פון טריגאנאמעטריע".
 
מ'טרעפט ביידע אין דער ליטעראטור. זע דא:
עס קומט נישט דא צו ניצן א באשטימטן ארטיקל. די דוגמאות וואס דו טרעפסט זענען זעלטן און טייל האבן א סיבה דערצו.

אויב א מענטש וואס איז פארנאטיש ווערט גערופען א פארנאטיק, דעמאלטס א מענטש וואס טוט אין מאטעמאטיקע איז א מאטעמאטיק.
😲

נאך בעסער איז "די יסודות פון מאטעמאטיקס".
א לשון רבים... ווייל מ'רעדט פון די גאנצע נושא פון מאטעמאטיקס. אזוי ווי מ'זאגט אין ענגליש:
The fundamentals of mathematics.
אין אידיש איז עס מאטעמאטיק, פונקט ווי פיזיק און מוזיק. נישט מאטעמאטיקס און נישט מאטעמאטיקע.

פונקט ווי אונז האבן מער ווייניגער אוועקגעווארפן די געזעצן פון די, דער, דאס, ווייל אונז זענען צוגעוואוינט צו ענגליש ווי אלעס איז the.
אמת אז אין אונזער מינדליכער שפראך זעט זיך נישט אייביג אן די חילוקים (ביי צענדליגער ווערטער זאגן מיר יא קלאר דעם ריכטיגן פארעם פונעם באשטימטן ארטיקל), אבער ס'איז אוודאי נישט ריכטיג צו זאגן אז מיר האבן אוועקגעווארפן די געזעצן ווען לפחות אין שריפט איז עס פולקאם חי וקיים.

ביז יעצט האט מען געשריבען ״דאס, דאס און יענץ.״ מהיום והלאה האט די APA, ווי א מרא דאתרא איבער זיינע גלילות, דערקלערט אז מען וועט שרייבען ״דאס, דאס, און יענץ״ מיט א קאמע פאר די ״און״. קען איינער מסביר זיין וועם האט עס געהאלפען, אחוץ משוגע מאכען די מענטשהייט?
די APA זענען נישט קיין פוסקים וואס מאכן הלכות, זיי זענען א מדריך פאר א געוויסן סטיל.

נאטירליך נעמען זיי א שטעלונג אין דער אקספארד קאמע, דער גאנצער געדאנק איז דאך צו מאכן א סטיל וואס איז קאנסעקווענט און איינהייטליך.
 
אין אידיש איז עס מאטעמאטיק, פונקט ווי פיזיק און מוזיק. נישט מאטעמאטיקס און נישט מאטעמאטיקע.
עס איז שווער צוצוגלייכן מאטעמאטיק(ע) צו פיזיק וועלכע מען רופט פיזיקס מיט א "ס" און צו מוזיק. ווען זיי ווערן פארוואנדעלט אין א שילדערונגס-ווארט, ווערט פון פיזיק - פיזיש, מאטעמאטיק(ע) מאטעמאטיש, דאגעגן פון מוזיק ווערט מוזיקאליש. דער "ק" אין מוזיק ווערט פאררעכענט אלץ א חלק פונעם שורש.
 
ריכטיג. מוזיק האב איך בלויז געניצט אגב גררא, אנצוצייגן אויף אן ענליך ווארט, אבער זיי זענען טאקע אנדערש לינגוויסטיש.

מאטעמאטיק און פיזיק זענען אקוראט די זעלבע.
 
Back
Top