די יסודות פון דער מאטעמאטיק

שוין א שטיק צייט וואס איך ארבעט אויף א מאטעמאטישן לערנביכל אויף אידיש, דורכצוגיין די יסודות פונעם פעלד פאר מתחילים און צו אנטוויקלן די טעכנישע שפראך אויף צו קענען אדורכטון די נושאים אויף א קלארן און פונקטליכן אופן. ביז דערווייל האב איך ביי מיר אפגעשריבן אפאר קאפיטלעך און איך ווייס נישט צי ס'וועט מיר אויסקומען צו פארענדיגן דעם פראיעקט. האב איך מיר בארעכנט אז איך זאל כאטש מזכה זיין דעם עולם מיט די קאפיטלעך וואס איך האב שוין סיי ווי פארענדיגט, און אפילו אויב איך וועל נישט אניאגן צו שרייבן נאך, וועט דאס אויך זיין א תועלת. מצד שני קען גאר זיין אז די אויפנאמע און פידבעק פונעם עולם וועט מיר מחזק זיין צוריקצוגיין צום שרייבטישל און ממשיך זיין מיט דער עבודה.

שטעל איך דא פאר דעם ערשטן קאפיטל מיט דער האפענונג צוצולייגן נאך מיט דער צייט און לויטן אפרוף פון די ליינער.

1. נומערן

1.1 פלאץ ווערט

מיר וועלן אנהייבן מיט די נאטורליכע נומערן. נאטורליכע נומערן ציילן די סארט זאכן וואס מען קען טרעפן אין נאטור, צום ביישפיל: איין עפל, דריי ביימער, הונדערט און איין קאטשקעס. דער ערשטער (קלענסטער) נאטורליכער נומער איז איינס[1], דערנאך צוויי, און אזוי ווייטער. עס איז נישט דא קיין "העכסטן" נאטורליכן נומער, וויבאלד סיי וועלכער נומער אויף וועלכן מען קען זאגן אז ער איז דער העכסטער, קען מען פשוט צולייגן נאך איינס צו דעם נומער צו מאכן א נייעם העכערן נומער.

נומערן זענען אַבסטראַקטע באגריפן, וואס עקזיסטירן אומאפהעניג פון דער סיסטעם פון סימבאלן וואס אונז ניצן זיי אויסצודריקן. צב"ש, דער נומער זיבן הונדערט און צוואנציג קען מען שרייבן סיי 720 און סיי תש"כ, הגם אז אין דער ערשטער סיסטעם ניצן מיר איין סימבאל (7) פארן זיבן הונדערט און צוויי סימבאלן (20) פארן צוואנציג, אבער פארקערט אין דער צווייטער סיסטעם. מערקט אן אז אין דער ערשטער סיסטעם איז עס נישט נאר די באזונדערע סימבאלן וואס באַטייטן דעם נומער, נאר אויך זייער סדר: 720 איז א גאנץ אנדערער נומער ווי 270 אדער 702, בשעת ווען אין דער צווייטער סיסטעם, הגם אז עס איז נישט ריכטיג צו פארענדערן דעם סדר און שרייבן למשל תכ"ש אדער כת"ש, באדייט עס אבער נישט אן אנדערן נומער, און טייל מאל שרייבט מען טאקע אזוי אלס מליצה. למעשה ווערט דער נומער געשאפן דורכן צוזאמרעכענען די ווערט פון יעדן סימבאל באזונדער אן דעם וואס זיי זאלן האבן ספעציפישע באציאונגען איינער מיטן צווייטן.

עס זענען פאראן פיל אנדערע סיסטעמען וואס די מענטשהייט האט אנטוויקלט און פארלויף פון איר היסטאריע, ווי צום ביישפיל די רוימישע-ציפערן סיסטעם (
I, II, III, IV, V, VI, VII, VIII, IX, X אא"וו), אבער אין מאטעמאטיק ניצט מען געווענליך א פלאץ ווערט סיסטעם. די מערסט באקאנטע פלאץ-ווערט סיסטעם איז די דעצימאלע סיסטעם וואס ניצט די הינדו-אראבישע נומערן[2].

די דעצימאלע סיסטעם פארמאגט צען סימבאלן וואס מען ניצט פאר די נומערן צווישן נול און ניין:

0,1,2,3,4,5,6,7,8,9​
צו ציילן העכער ווי ניין, דארף מען נעמען אין באטראכט די ווערט פונעם פלאץ אויף וואס דער ציפער[3] ליגט. דער ערשטער פלאץ האט א ווערט פון איינצלנער, דער צווייטער פלאץ איז ווערט צענדליגער, דער דריטער הונדערטער, דער פערטער טויזנטער, אא"וו. די 'פלעצער' ווערן גערעכנט פון רעכטס אויף לינקס[4], אזוי אז דער נומער 5073 האט דריי איינצלנער (ד.ה. דריי), זיבן צענדליגער (ד.ה. זיבעציג), נול הונדערטער, און פינעף טויזנטער (ד.ה. פינעף טויזנט). אלעס צוזאמען האבן מיר פינעף טויזנט און זיבן און דרייסיג. דער 0 איז דארט אינעם דריטן פלאץ פשוט כדי אז די 5 זאל זיין אויפן פערטן פלאץ, אנדייטנדיג א ווערט פון טויזנטער.

יעדעס פלאץ האט א ווערט צען מאל מער פון דעם פלאץ אויף זיין רעכטן זייט. נאך טויזנטער קומען די צען טויזנטער, דערנאך די הונדערטער טויזנטער, דאן די מיליאנען (טויזנט טויזנטער איז א מיליאן), די צענדליגער מיליאנען, די הונדערטער מיליאנען, דאן די ביליאנען (טויזנט מיליאן איז א ביליאן), די צענדליגער ביליאנען, די הונדערטער ביליאנען, דאן די טריליאנען (טויזנט ביליאן איז א טריליאן).

צב"ש דער נומער
306 721 593 איז דריי הונדערט און זעקס מיליאן, זיבן הונדערט און איין און צוואנציג טויזנט, פינעף הונדערט און ניין און דרייסיג.

די דעצימאלע סיסטעם איז די מערסט באניצטע סיסטעם אין מאטעמאטיק און אין דער וועלט בכלל. עס ווערט אויך אנגערופן א באזע-צען סיסטעם וויבאלד זי פארמאגט צען באזונדערע סימבאלן און וויבאלד יעדער פלאץ איז ווערט צען מאל מער ווי דעם פריערדיגן. אבער אנדערע פלאץ-ווערט סיסטעמען ווערן אויך באניצט, ספעציעל אין געוויסע פעלדער פון מאטעמאטיק. אן אנדערע סיסטעם וואס ווערט געניצט אסאך, ספעציעל אין אינפאָרמאַטיק (קאמפיוטער וויסנשאפט) איז די צווייער סיסטעם וואס איז א באזע-צוויי סיסטעם. די סיסטעם האט צוויי סימבאלן, 0 און 1, און יעדער פלאץ איז ווערט צוויי מאל מער ווי דעם פריערדיגן. אין דער סיסטעם שרייבט מען די נומערן פון נול ביז צען אזוי:

0, 1, 10, 11, 100, 101, 110, 111, 1000, 1001, 1010.
אלע מאטעמאטישע חשבונות וואס אונז גייען לערנען קען מען אויך אויספירן מיט דער צווייער סיסטעם אדער מיט סיי וועלכער סיסטעם, אבער דא גייען אונז זיך באניצן בעיקר מיט דער דעצימאלער סיסטעם.


איבונגען:
לייכט
1. וואס איז די ווערט פונעם 7 אין די פאלגנדע נומערן?
א.
371
ב.
702
ג.
7649
ד.
5927
2. שרייב די פאלגנדע נומערן אין ציפערן.
א.
דרייצן
ב.
פופציג
ג.
איין און זעכציג
ד.
דריי הונדערט פיר און זיבעציג
ה.
אכט הונדערט און זעקס
ו.
הונדערט און צוואנציג
ז.
פיר טויזנט
ח.
זיבן טויזנט, דריי הונדערט און זעקס און אכציג
ט.
עלעף טויזנט און זיבן
3. שרייב די פאלגנדע נומערן מיט ווערטער.
א.
61
ב.
932
ג.
6047
ד.
730
ה.
4009
ו.
45 071
ז. 678 004
ח. 5 093 718
4. שרייב דעם קלענסטן נומער און דעם גרעסטן נומער וואס מען קען מאכן מיט די פאלגנדע ציפערן.
א.
7, 1 און 6
ב.
7, 9, 1 און 8

מיטלמעסיג
5. שרייב די פאלגנדע נומערן אין באזע-צוויי:
א.
17
ב.
12
ג.
23
6. שרייב די פאלגנדע נומערן פון באזע-צוויי אין זייערע דעצימאלע עקוויוואַלענטן:
א.
1111
ב.
11110
ג.
10111
7. באזע-פינעף האט די פינעף סימבאלן 0,1,2,3,4. יעדער פלאץ איז ווערט פינעף מאל מער ווי זיין שכן אויף דער רעכטער זייט. שרייב די פאלגנדע נומערן אין באזע-פינעף:
א.
5
ב.
10
ג.
7
ד.
13
ה.
15
ו.
25
8. באזע-12 האט די פאלגנדע 12 סימבאלן:
0,1,2,3,4,5,6,7,8,9,A,B​
ווי A שטייט פאר 10 און B פאר 11 (אין דער דעצימאלער סיסטעם). 12 שרייבט מען 10. שרייב די פאלגנדע נומערן אין באזע-12:
א.
13
ב.
22
ג.
24
ד.
144


אויף צו קלערן ווייטער:
1. (פילאָזאָפיש) אונז האבן געלערנט אז, "נומערן זענען אַבסטראַקטע באגריפן, וואס עקזיסטירן אומאפהעניג פון דער סיסטעם פון סימבאלן וואס אונז ניצן זיי אויסצודריקן." וואו אויף דער וועלט און אויף וועלכן אופן עקזיסטירן די מאטעמאטישע באגריפן און אביעקטן? צי אנטדעקן מיר מאטעמאטישע פאקטן און אביעקטן וואס עקזיסטירן שוין פון פריער, אדער צי קאָנסטרוּאירן מיר און באשאפן מיר זיי פאר אונזערע געברויכן?
2. וואס זענען די מעלות פון ניצן די דעצימאלע, באזע-10 סיסטעם? קענט איר טראכטן פון סיבות צו ענדערשער ניצן א סיסטעם מיט אן אנדערער באזע?
3. (אַדוואַנצירט) קענט איר אויפקומען מיט אן אלגאָריטעם צו אויטאמאטיש איבערטייטשן א נומער פון איין באזע אוןיף א צווייטער?

גלאסאר

[די] באזע-צוויי
Base-two n.
[די] באזע-צען
Base-ten n.
[די] דעצימאַלע סיסטעם
Decimal system n.
הינדו-אראביש
Hindu-Arabic adj.
[די] מאַטעמאַטיק
Mathematics n.
[דער] נאַטורליכער נומער
Natural number n.
[דער] פּלאַץ ווערט
Place value n.
[די] צווייער סיסטעם
Binary system n.
[דער] ציפער
Figure n.
[דער] רוימישער ציפער
Roman numeral n.



[1] פאר געוויסע צוועקן ווערט דער נומער נול, 0, אויך פארעכנט אלס א נאטורליכן נומער, אבער נישט אייביג. דארט וואו עס מאכט אויס, דארף מען קלאר מאכן צי מען רעכנט אריין נול צי נישט.
[2] דאס ווערט אזוי אנגערופן וויבאלד די סיסטעם זעלבסט קומט פון אינדיע, אבער די סימבאלן קומען פון די אראבער. אין אייראפע האט מען אנגעהויבן ניצן די סיסטעם אינעם מיטלאלטער.
[3] אונז גייען ניצן די ווערטער 'נומער' און 'ציפער' צו באדייטן צוויי באזונדערע באגריפן. צב"ש דער נומער 237 איז איין נומער (צוויי הונדערט זיבן און דרייסיג), מיט דריי ציפערן: 2, 3 און 7.
[4] הגם אז געווענליך אין מאטעמאטיק שרייבט מען נומערן און סימבאלן פון לינקס אויף רעכטס.
 
די עקסערסייז פון איבערשרייבן נומערן צו אנדערע בעיס איז גאר גוט, נישט צו שווער אבער פארלאנגט מוח ארבעט.

2. וואס זענען די מעלות פון ניצן די דעצימאלע, באזע-10 סיסטעם? קענט איר טראכטן פון סיבות צו ענדערשער ניצן א סיסטעם מיט אן אנדערער באזע?
אלס בחור אין ישיבה געדענק איך, א שטיק צייט האב איך מיר ממש געבראכן קאפ פארוואס די נומבער צען איז די 'יסוד' פון די נומערן סיסטעם, נישט כאפנדיג אז ס'איז א מענטשליך געמאכטע קאנסטראקט, און מ'קען טאקע מאכן סיי וועלכע בעיס מ'וויל. פארשטייט זיך כ'האב געזוכט די תירוץ אין קבלה (...).
למעשה, צוריק צו דיין קשיא, intuitively איז שווער צו ארויסקריכן פון די סיסטעם וואס אונז זענען אויפגעוואקסן. א נומבער קלענער ווי צען איז צו קליין... און עניטינג מער איז שוין צופיל... Ten just feels right...

אבער ווען אונז וואקסן אויף מיט א סיסטעם פון בעיס נומבער דרייסיג וואלט עס מסתם אויך געפילט ריכטיג.


א דאנק פאר'ן מיטטיילן זיין קורס. לאמיר האפן גייסט גיין ביז'ן סוף און אויך דעקן אינטערמידיעט און עדווענסד סחורה, זאלסט וויסן אז די האסט שוין at least איין תלמיד.
 
לעצט רעדאגירט:
מען האט מיך מעורר געווען אז א טייל פון די נומערן ווערן אויסגעשטעלט נישט ריכטיג, וויבאלד דער פראגראם האנדלט נישט גוט סימבאלן געשריבן פון לינקס אויף רעכטס. דערפאר שטעל איך דא צו די pdf פארן קאפיטל, וואו אלץ איז האפנטליך אויסגעשטעלט ריכטיג. מ'קען דאס אויך אראפלאדענען און ארומשיקן פאר פאראינטערעסירטע.
 

בייגעלייגטע פיילס

לכאורה האט עס פשוט צו טון מיט דעם אז מיר הא'מיר צען פינגער וואס אויף זיי ציילן מיר.
דאס איז די היסטארישע הסבר פארוואס דאס איז געווארן אנגענומען פון אלע אנדערע בעיס סיסטעמען.
(ענליך צו דאס שרייבן פון לינקס צו רעכטס, וואס איז געווען אין אנהייב ביידע וועגן, אבער געווארן אנגענומען אזוי צוליב די טינט זאל נישט ווערן פארשמירט מיט די שרייבנדיק האנט.)

אבער דאס אז ער פילט אז 'אזוי קומט עס', איז מן הסתם פשוט אלס 'קאנווענשאן'. ער איז אזוי אויפגעוואקסן.
 
פארוואס א באזע-צען איז בעסער ווי סיי וועלעכע אנדערע באזע פארשטיי איך האט צוויי סיבות;

1) ווען מען רעכענט מיט א באזע-צען קומט מען אייביג אן צי די זעלבע מין געדאנק נומבער, יעדע נייע פלאץ וואס מען לייגט צו קומט אויס צי די זעלבע מין נומבער ווי א פלאץ פריער אדער א פלאץ שפעטער, אבער אויב מען נוצט למשל א באזע-צוויי נומבער וועט יעדע נייע פלאץ זיין א נייע מין נומבער וואס ענדעלד בכלל נישט אין די נומבער פין א פלאץ פריער אדער שפעטער, ס׳וואלט עס געמאכט שווערער צו האלטען קאפ.

אבער די סיבה איז נישט גילטיג ווען ס׳קומט צי א פיניף-באזע נומבער אדער א צוואנציג-נומבער אדג. ווייל ביי די באזעס איז יעדע נייע פלאץ אויך די זעלבע מין געדאנק נומבער ווי א פלאץ פריער אדער שפעטער.

2) א צען-באזע נומבער איז יעדע נייע פלאץ וואס מען לייגט צו א געוויסע מין דבר השלום 10 איז דבר השלום אזוי אויך 100 און אזוי ווייטער, און די סיבה איז שוין יא גילטיג אפי ביי א פיניף אדער צוואנציג באזע נומבער.

יעצט ס׳קען זיין אז דעס אז איך קוק עס אן ווי א דבר השלום or for a milestone קומט טאקע פון אט דאס אז אונז רעכענען מיט א צען-באזע נומבער, וואס אויב אזוי וואלט לכאורה יא בעסער געווען צו רעכנען מיט א נידרעגערע באזע נומבער, ווייל עס וואלט געמאכט אז א מענטש זאל האבן מער דעגרייכונגען אין זיין לעבען, ווייל יעדע נייע נומבער פלאץ וואלט מען גערעכנט פאר א דעגרייכונג און יעדע נייע נומבער פלאץ פון א נידרעגערע באזע נומבער איז א קלענערע נומבער און איז גרינגער צו דערגרייכען. ( אדער פארקערט אז וויבאלד א דערגרייכונג וואלט געווען גרינגער און שנעלער וואלט עס ווען נישט געווען אזא גרויסע זאך במילא וואלט עס ווען צוגעגעבן ווייניגער צום לעבען ווי היינט וואס מיר רעכענען מיט א צען- באזע נומבער) אבער ס׳מוז נישט זיין אז דעס איז די סיבה פארוואס אונז קוקען עס אן פאר א דבר השלום /דערגרייכונג, והא ראיה פופציג איז א דערגרייכונג כאטש ס׳איז נישט א נייע נומבער פלאץ, (כ׳׳פארשטיי אז ס׳איז פונקט האלב פון א נייע נומבער פלאץ און דאס אליינס קען ווייטער זיין די סיבה) קען דאך אויך זיין אז אלע אנדערע כמו דבר השלום/ דערגרייכונג איז נישט דוקא תלי און דעם אז ס׳איז א נייע נומבער פלאץ נאר פארקערט וויבאלד ס׳איז א דערגרייכונג דאס אליינס איז די סיבה פארוואס מען רעכענט מיט א צען- באזע. 🤷‍♂️🤷‍♂️🤷‍♂️

איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ערשטע קאפיטעל!!קענסט זיין זיכער אז די וועסט שרייבן נאך, וועל עכ״פ איך זיך באלעקען די פינגער.
 
שכח רבי @איזי פאזען פארן נעמען די צייט און אוועקגעבען פאר אנדערע, וואס קען זיין שענער ווי שערן פון דיין knowledge!!
א דאנק!!
 
שכוח איזי, זייער קלאר ארויסגעברענגט, געברענגט א פרישע אור אויף פשוטע מושגים וואס מ'מיינט אז ס'איז פשוט..

איך האב ערגעץ געלייענט אמאל אז בעצם וואלט א באזע פון צוועלעף געשטימט סאך בעסער, ווייל 12 קען מען צוטיילן די מערסטע מאל, מ'קען עס צוטיילן אין 2, אין 3, און אין 4, צעהן קען מען נאר צוטיילן אין 2.

ווען ס'איז ווען אזוי וואלט הונדערט געווען 144, דהיינו אז מ'וואלט געציילט 12 דאזענס און אנגעקומען צו 144.
 
איך פריי מיך צוצושטעלן פארן ציבור דעם נעקסטן טייל אינעם פרק אויף נומערן און חשבון. וויבאלד אז דער פראגראם האנדלט נישט גוט דעם מאטעמאטישן אויסלייג, שטעל איך עס פאר אלס א pdf וואו האפנטליך כל דבר על מקומו יבוא בשלום. אויב ווייסט עמעצער וויאזוי צו באהאנדלן מאטעמעטישע גלייכונגען און אויסשפרעכונגען אין דעם פראגראם וועל איך מיך פרייען צו הערן. איך וועל זיך אויך פרייען צו הערן תיקונים, הערות, עצות און קריטיק. דעם pdf קען מען אויך ארומשיקן צו אנדערע אשר איננם פה עמנו היום, לזיכוי הרבים.
 

בייגעלייגטע פיילס

פארוואס א באזע-צען איז בעסער ווי סיי וועלעכע אנדערע באזע פארשטיי איך האט צוויי סיבות;

1) ווען מען רעכענט מיט א באזע-צען קומט מען אייביג אן צי די זעלבע מין געדאנק נומבער, יעדע נייע פלאץ וואס מען לייגט צו קומט אויס צי די זעלבע מין נומבער ווי א פלאץ פריער אדער א פלאץ שפעטער, אבער אויב מען נוצט למשל א באזע-צוויי נומבער וועט יעדע נייע פלאץ זיין א נייע מין נומבער וואס ענדעלד בכלל נישט אין די נומבער פין א פלאץ פריער אדער שפעטער, ס׳וואלט עס געמאכט שווערער צו האלטען קאפ.

אבער די סיבה איז נישט גילטיג ווען ס׳קומט צי א פיניף-באזע נומבער אדער א צוואנציג-נומבער אדג. ווייל ביי די באזעס איז יעדע נייע פלאץ אויך די זעלבע מין געדאנק נומבער ווי א פלאץ פריער אדער שפעטער.

2) א צען-באזע נומבער איז יעדע נייע פלאץ וואס מען לייגט צו א געוויסע מין דבר השלום 10 איז דבר השלום אזוי אויך 100 און אזוי ווייטער, און די סיבה איז שוין יא גילטיג אפי ביי א פיניף אדער צוואנציג באזע נומבער.

יעצט ס׳קען זיין אז דעס אז איך קוק עס אן ווי א דבר השלום or for a milestone קומט טאקע פון אט דאס אז אונז רעכענען מיט א צען-באזע נומבער, וואס אויב אזוי וואלט לכאורה יא בעסער געווען צו רעכנען מיט א נידרעגערע באזע נומבער, ווייל עס וואלט געמאכט אז א מענטש זאל האבן מער דעגרייכונגען אין זיין לעבען, ווייל יעדע נייע נומבער פלאץ וואלט מען גערעכנט פאר א דעגרייכונג און יעדע נייע נומבער פלאץ פון א נידרעגערע באזע נומבער איז א קלענערע נומבער און איז גרינגער צו דערגרייכען. ( אדער פארקערט אז וויבאלד א דערגרייכונג וואלט געווען גרינגער און שנעלער וואלט עס ווען נישט געווען אזא גרויסע זאך במילא וואלט עס ווען צוגעגעבן ווייניגער צום לעבען ווי היינט וואס מיר רעכענען מיט א צען- באזע נומבער) אבער ס׳מוז נישט זיין אז דעס איז די סיבה פארוואס אונז קוקען עס אן פאר א דבר השלום /דערגרייכונג, והא ראיה פופציג איז א דערגרייכונג כאטש ס׳איז נישט א נייע נומבער פלאץ, (כ׳׳פארשטיי אז ס׳איז פונקט האלב פון א נייע נומבער פלאץ און דאס אליינס קען ווייטער זיין די סיבה) קען דאך אויך זיין אז אלע אנדערע כמו דבר השלום/ דערגרייכונג איז נישט דוקא תלי און דעם אז ס׳איז א נייע נומבער פלאץ נאר פארקערט וויבאלד ס׳איז א דערגרייכונג דאס אליינס איז די סיבה פארוואס מען רעכענט מיט א צען- באזע. 🤷‍♂️🤷‍♂️🤷‍♂️

איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין ערשטע קאפיטעל!!קענסט זיין זיכער אז די וועסט שרייבן נאך, וועל עכ״פ איך זיך באלעקען די פינגער.
דיין הסבר איז בבחינת על הא גופא אנו דנין (קיילעכיג, circular, begging the question). צען און הונדערט קוקן אויס ווי א דבר השלם נאר אין באזע-צען. אין באזע-2 צב"ש איז 10 1010, און 100 איז 1100100. משא"כ, אין באזע-2 זענען 2, 4, 8, 16, אא"וו דברים שלמים, וויבאלד זיי זענען 10, 100, 1000, 10000 אא"וו. דאס זעלבע מיט פינעף, 25 אא"וו. אין באזע- 2 זענען זיי 101 און 11001.
 
צום ערשט, @איזי פאזען איך האב נישט קיין ווערטער אויסצודרוקן מיין דאנקבארקייט פאר דיינע הערליכע באלערענדע ארטיקלען.
ס'איז געשריבן אין א שיינע שפראך און זייער גוט אראפגעלייגט. אזוי אויך זענען די מענטאלע איבונגען זייער גוט אויף צו פראקציטירן וואס מען האט נארוואס געלערנט.
עס זענען, אן קיין צווייפל, אריין לאנגע שעות פון ארבעט אין די ארטיקלען, דעריבער וויל איך זאגן אז איך אנערקען זייערע ווערד.

עס מאכט מיר טראכטן, וועלכע אלגעריזם קען טאקע גענוצט ווערן אויף צו טוישן א צאל, פון איין באזע סיסטעם צו אן אנדערן?
איך קלער אז דאס איז דורך נעמען דעם נומער און צעטיילן אינעם געוואונטשענעם באזע סיסטעם און דאן ווייטער צעטיילן אינעם זעלבן באזע סיסטעם ביז מען בלייבט איבער מיט א צאל וואס איז קלענער פונעם באזע סיסטעם, דאן שטעלט מען אויס, דער איבערגעבליבענע צאל פון דער ערשטע טיילונג - דאס זענען די איינצערס. די איבערגעבליבענע פון דער צווייטע טיילונג - די צענערס און אזוי ווייטער. איך קען נישט ממש טרעפן א קורצערע וועג וויאזוי דאס צו מאכן. איז דען אייגענטליך פארהאן א שנעלערע וועג?

נאכאמאל א הערצליכן דאנק, מיר ווארטן אויס פאר נאך.
 
לעצט רעדאגירט:

1.3 סדר פון די אפעראציעס​


דעם דריטן טייל אינעם סעריע איז דא! דאס מאל איבער דעם סדר פון די אפעראציעס אין חשבון. דאס איז א וויכטיגער נושא פאר די וואס ווילן קענען באהאנדלן מער קאמפליצירטע חשבונות און איז אויך א וויכטיגע פארברייטונג פאר אלגעברא וואס אונז וועלן לערנען אביסל שפעטער.

איך בין נישט זיכער צו צולייגן די פרישע פרקים אונטן פונעם שנירל איז דער בעסטער וועג אויף צו מאקסימיזירן אויפמערקזאמקייט. אויב ווייסט עמעצער א בעסערן אופן אויף צו לאזן דעם עולם וויסן איבער א נייעם פרק, ביטע לאזט מיר וויסן.
 

בייגעלייגטע פיילס

איך בין נישט זיכער צו צולייגן די פרישע פרקים אונטן פונעם שנירל איז דער בעסטער וועג אויף צו מאקסימיזירן אויפמערקזאמקייט. אויב ווייסט עמעצער א בעסערן אופן אויף צו לאזן דעם עולם וויסן איבער א נייעם פרק, ביטע לאזט מיר וויסן.
אפשר עפן א שנירל אין "פריוואטע שנירלעך" נאר פאר נאטיפיקאציעס מיט א לינק צו די נייע פרק
 
איך קלער אז דאס איז דורך נעמען דעם נומער און צעטיילן אינעם געוואונטשענעם באזע סיסטעם און דאן ווייטער צעטיילן אינעם זעלבן באזע סיסטעם ביז מען בלייבט איבער מיט א צאל וואס איז קלענער פונעם באזע סיסטעם, דאן שטעלט מען אויס, דער איבערגעבליבענע צאל פון דער ערשטע טיילונג - דאס זענען די איינצערס. די איבערגעבליבענע פון דער צווייטע טיילונג - די צענערס און אזוי ווייטער.
געוואלדיג! הגם אז דאס באשרייבט נאר פעלער וואו מען גייט פון באזע-10 אויף א קלענערער באזע, אבער נישט אויף א העכערער באזע און אויך נישט פון איין באזע אויף א צווייטער ווען ביידע זענען נישט באזע-10.
 
Back
Top