די יסודות’דיגע חילוקים צווישן די רעכטע און לינקע פּארטייען.

שבת אחים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 3, 2024
מעסעדזשעס
188
רעאקציע ראטע
712
פונקטן
123
אין די שנירל וויל איך ארויסברענגן די די יסודות’דיגע חילוקים צווישן די רעכטע און לינקע פּארטייען, וואס איך האב באמערעקט נאך אסאך יאהרן פון שמוסען און זיך טענה׳ן מיט די היימישע חרדישע ציבור אז א גרויסע טייל פון אונזער היימישער עולם פארשטייען נישט בכלל די פונדאמענטאלע אונטערשיידן צווישן רעכטע און לינקע, רעפובליקאנער און דעמאקראטן, און אויף וואספארא פּרינציפּטן און יסודות ס׳איז געבויעט געווארן די אידעאלן, פּאַליטיקס, און פובליק פּאַלסיס פון ביידע לאגערן.

די אינטערשייד אין קורצן:
קאנסערוועטיוון ווילן אָנהאלטן די אמאליגע טראַדיציאנעלע לעבענס שטייגער און די ליבעראלן שטיצן מעהר די מאדערענע וועלטס לעבענס שטייגער.


אויב ס׳וואלט געוועהן איין וואָרט וואס זאל פונקטליך שילדערן און אויסמאלן די צוויי פּארטייען, און אַ גערעכטע יושר׳דיגע גענעראליזאציע פון די פילאסאָפישע וואָרצלען פון קאָנסערוואטיזם קעגן ליבעראליזם, איז עס “אמאל” קעגן “היינט” - “אמאליגע צייטן” קעגן “היינטיגע צייטן.”

באוואוסטע פּאַראַפראַזן גענוצט אין פאליטישע קאמענטארן וועגן די אונטערשיידן צווישן רעכטע און לינקע אידעאלאגיע:

The left wants to build the future; the right”
“wants to protect the past
“די לינקע וויל בויען די צוקונפט; די רעכטע וויל באשיצן די פארגאנגענהייט."

“The left writes the next chapter, the right defends the last one.”
"די לינקע שרייבן דעם נעקסטן קאפיטל, די רעכטע פארטיידיגן דעם לעצטן."

די דעפיניציעס פון די רעכטע און לינקע באַוועגונגען:

קאָנסערוואַטיזם -
דאס ווארט “קאנסערוואטיוו” שטאמט פונעם לאטיינישן ווארט “קאנסערווארע”, וואס מיינט “צו באווארענען”, “צו האַלטן” אדער “צו פּרעזערווירן”.

קאָנסערוואטיוון פרובירן אָנצוהאַלטן און פּרעזערווען די לעבנסשטייגער און די אידעאָלאָגיעס פון דער פארגאנגענהייט. און זיי קאַנצעטרירן אויף טראַדיציאנעלע און פאמיליע וועליוס, סאציאלע נאָרמעס און די קולטור און לעבנסשטייגער פון אמאל, און זיי וועלן אין רוב פעלער זיך אפּזאגן צו אדאפּטירן נייע פּאַלסיס און איידיעס וואס זיי זעהן עס אלץ ראדיקאל און נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע אמאליגע קריסטליכע וועליוס און נאָרמעס.

ליבעראליזם - דאס ווארט “ליבעראליזם” שטאמט פונעם לאטיינישן ווארט “ליבער” וואס מיינט “פריי” דער טערמין האט אריגינעל באצייכנט פרייהייט - ספעציעל “אינדיווידועלע פרייהייט” - און די פאליטישע פילאסאפיע וואס שעצט פרייהייטן, אינדיווידועלע רעכטן, און באגרענעצטע רעגירונגס-מאכט און גאווערמענט רעגיולאציעס (די שפעטעריגע ליבעראלן האבן געטויטש זייער אידאלאגיעס בנוגע “גאווערמענט רעגיולעישאונס” ווי מיר וועלן שרייבן שפעטער)

ליבעראליזם האט ארויסגעשפּראָצט אין די 17טן–18טן יארהונדערט אין אייראפע מיט די אויפקום און די פאַרשפּרייטונג פון די נייע “אויפגעקלערטע באַוועגונג” - “די ענלייטעמענט”. ווען טראַכטער׳ס ,פילאָסאָפן און שרײבער, האָבן אנגעהויבן צו באַטאָנהן און שרייבן וועגן נייע איידיעס פון פרייהייט און ספעציעל “אינדיווידועלע פרייהייטן” ווי “פרידאָם אָף ספּיטש”, “פרידאָם אָף רעליגיע”, “פרי מאַרקעטס”,
“דעמאקראטיע” און “מענטשען רעכטן”.

פארשטייט זיך אז די באדייט פון “ליבעראליזם” האט זיך כסדר עוואַלווד און געטויטש מיט די יאהרן אבער אלעס איז געוועהן אין די ריכטונג פון איינטוישן די אלטע איידיעס מיט מעהר נייערע איידיעס און פּרינציפּטן לטובת “אינדיווידועלע פרייהייטן” און “מענטשען רעכטן”.

די היסטאריע פון די רעכטע און לינקע באַוועגונגען.

קאָנסערוואַטיזם:
די געבורט פון קאָנסערוואַטיזם איז דירעקט פארבינדען מיט די “פראנצויזישע רעוואלוציע” (1789-1799) וואס האט געבוזשעוועט דאן אין פראנקרייך אלץ א רעזולטאַט פון אַ קאָמבינאַציע פון סאָציאַלע, פּאָליטישע און עקאָנאָמישע פאקטארן וואָס דער “אַנסען רעזשים” (“אַלטער רעזשים”) האט נישט געקענט געהריג קאנטראלירן.

דער הויפּט ציל פון דער פראַנצויזישער רעוואלוציע איז געווען איבערצוקערן און אָפּשאַפן די אַלטע סיסטעם פון א אַבסאָלוטער מאָנאַרכיע און קעניגרייך און עס פארטוישן מיט אַ געזעלשאַפט באַזירט אויף פרייהייט, אינדיווידועלע רעכטן, גלייכקייט, יושר און ברודערשאפט - א דעמאקראטישע סעקולערע רעגירונג וואס איז אינספּירירט און געבויעט אויף די אידעאַלן פון די מערב-אייראפעאישע ענלייטענמענט (השכלה).

די פראנצויזישע רעוואלוציע איז געווען גאר כאַאָטיש און האט גורם געוועהן צו מאסיווע סאציאלע און פאליטישע טעראר, אומרוהען און געוואלטאטן, פון פארשידענע אנדערע גרופעס. רעליגיעזע אינסטיטוציעס און קירכעס זענען אטאקירט געווארן און די גלחים זענען פארטריבן אדער אומגעברענגט געווארן, א ציווילע-מלחמה האט אויסגעבראכן, מאסן הונגער האט געהערשט אין די גאנצע לאנד, צענדליגער טויזענטער זענען אומגעקומען און הינגעריכטעט געווארן. ֶווי אויך האט די רעוואלוציע גורם געוועהן א מלחמה צווישן פראנקרייך און אנדערע אייראפעאישע מאכטן ווי עסטרייך, בריטאניע און פּרייסן וואס האבן מורא געהאט פון דער פארשפרייטונג פון די פראנצויזישע רעוואלוציאנערע געדאנקען אין זייערע לענדער.

און כאטש וואס די רעוואלוציע האט געברענגט צו די צוזאמענפאל פון א טיראנישע מאָנאַרכיע און האט איבערגעגעבן די מאכט פאר די מענטשען האט אבער דאך די אלע איבערקערענישן און מהומות גורם געוועהן אז אסאך טראכטערס האבן זיך קעגענגעשטעלט צו די רעוואלוציאנערע געדאנקען, און דעריבער איז קאנסערוואטיזם געבוירן געווארן, אלץ א רעאקציע פון די שנעלע ראדיקאלע ענדערונגען פון דער פראנצויזישער רעוואלוציע.

איינער פון די וואס האבן זיך פעסט קעגנגעשטעלט צו די נייע אידעאלאגיעס איז געוועהן די בריטישער שטאטסמאן און פילאסאף עדמונד בורק (1729-1797) וואס ווערט באַטראַכט ווי דער פאטער פון מאָדערענע-קאָנסערוואַטיזם, ער האט געשריבן א באוואוסטער בוך "רעפלעקציעס איבער דער רעוואלוציע אין פראנקרייך" וואָס ווערט אָפט באַטראַכט ווי דער גרינדונג טעקסט פון מאָדערנעם קאָנסערוואַטיזם. בורק האט געטענהט אז רעוואלוציעס און שנעלע ענדערונגען אין געזעלשאפטן איז א קריטישע סכנה פאר די מענטשהייט און פאר סאסייעטי, און ס׳קען צוברענגען צו מהומות און מלחמה. אנשטאט דעם האט ער פארגעשלאגן א בעסערע צוגאַנג וואס וועט באשטיין פון שטייטליכע ביסלעכווייזע רעפארמען, צוזאמען מיט אינסטיטוציעס, רעליגיע און אויטאָריטעט וואס ער האט געהאלטן אז ס׳איז קריטיש נייטיג פאר די וואוילזיין און פאר די יסוד פון א א געזונטער געזעלשאפט- די גרונט-פּריניציפּטן מיט אפאר קליינע ענדערונגען זענען טאקע פארבליבן די בעסיק יסודות פון קאָנסערוואַטיזם ביזן היינטיגען טאג.


ליבעראליזם:
די היסטאריע פון ליבעראליזם איז טיף פארבינדן מיט דער אנטוויקלונג פון די מאדערנעם מערב וועלט און זייערע פאליטישע געדאנקן וואס איז צושטאנד געקומען אלץ א תוצאה און א ענטפער צו א צוריקגעשטאנענע סיסטעם פון ברוטאַלע מאָנאַרכיעס און רעליגיעזע אויטאריטאריזם וואס האט געהערשט און געוועלטיגט מיט שטייפקייט פאר טויזענטער יאהרן וואו אייראפע, זייערע בירגער און זייערע עקאנאמיעס וואס זענען דאמינירט געווארן ביי מאָנאַרכיעס, רעליגיעזע אויטאריטעטן, פּריצים און קעניגען - וואס האבן געלעבט אין רייכטום און שוואוילטאג בשעת די המון עם האט האט געלעבט אין גרויס ארימקייט און האבן געהאט זייער ווייניג רעכטן.

די ענגלישע פילאסאף דזשאן לאַק איז געוועהן איינער פון די פּראמינענט פילאסאפן אין די תקופה פון די ענלייטעמענט און ווערט פארעכענט פאר איינער פון די גרינדערס פון דעמאקראטיע און ליבעראליזם, אין זיין בוך “צוויי טראַקטאַטן פון רעגירונג” (1689) האט ער אַרגומענטירט אז אלע מענטשען האבן “נאטירליכע רעכטן” וואס ער רופט life, liberty, and property . דעריבער קען מען נישט ארויפצווינגען קיין מאכט אויף די מענטשען מיט רעליגיע אדער טראַדיציע, און אז רעגירונגען קען טאקע נאר באקומען זייער מאַכט מיט דער צושטימונג פון די רעגירטע, דעריבער איז די לעגיטימיטעט און אויטאָריטעט פון רעגירונגען נאר אויב די מענטשען האבן באשטימט איר צו געבן די מאַכט.

און די מענטשען האבן נאטירליכע רעכטן צולעבן אין פרייהייט און האבן א רעכטן צו אייגענע פּראפּערטי.

און טאמער די גאווערמענט טוט פארלעצן די פרייהייטן פון די מענטשען האט די המון עם א רעכט צו רעוואָלטירן - דאס איז די הויפּט יסודות פון דעמאקראטיע וואס האט באיינפלוסט אזעלעכע דענקער ווי דזשאן לאק און שפּעטעריגע רעוואָלוציעס ווי “די אַמעריקאַנער-רעוואָלוציע” און אזעלעכע טראכטערס ווי בענדזשעמין פרענקלין, טאמאס דזשעפערסאן און דער יו. עס. דעקלאַראַציע פון אינדעפּענדענס.

אין די קומענדיגע ארטיקל וועל איך שרייבן:
די עוואַלוומענטס און טוישונגען פון די פּאַליסיס, פּרינציפּטן און געזעצען אין ביידע פּארטייען אין די אמעריקאנער היסטאריע עד היום הזה, און וויאזוי די פּאליסיס פון ביידע פּארטייען האט זיך אויסגעשפּילט און וואספארא עפעקט ס׳האט געהאט אויף די אמעריקאנער בירגער.
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין אלס מסביר פאר א חסיד, קאנסערוואטיוון זענען חת"ם סופר'ס crew כת און די ליבעראלן זענען נאפאליאן און משה מענדלסאון'ס

Michael Malice זאגט

"קאנסערוואטיזם איז פראגרעסעוויזם נאר וואס דרייווט די ספיד לימיט"

עס איז אביסל קאנטראווערסיאל, ווייל עס גייט אריין אין די horseshoe theory אז ביידע עקסטרעם'ס טרעפן זיך און עס גייט נישט א גלייכע ליין ווי א שטריק וואס יעדער ציט צו זיך נאר ווי א פערד'ס שיך. אבער וואס איך נעם ארויס פון זיין ווערטל איז, אז עס איז נישט דא קיין קאנסערוואטיוו, ביי מיר איז נישט דא קיין צוויי סארטן אמת, איינער איז פול אף שיט און די אנדערע וועליד און גערעכט, 80-90 פראצענט פון די צייט זענען די ליבעראלן די גערעכטע, נאר וואס זאל מען טוהן אז אמעריקע איז כמעט די איינציגסטע לאנד ווי מ'קען האבן א dual ריאליטי פון וואס עי בי סי זאגט און וואס טאקער קארלסאן זאגט און יעדער לעבט זיך אין זיין "אמת" עס איז דאך אבער נישט דא אזא זאך... עס קענען זיין אז נישט יעדער פארציילט אלעס, אבער צוויי פאקטן איז איינס פון זיי נישט קיין פאקט...

בפרט ווען מ'רעדט פאליטיק ווי אלעס שווערט זיך אז זייער זייט זאגט דיר אלעס וואס דו דארפסט וויסן אזוי צו האלטן... און יעדער שרייט פונקט, אז די אנדערע זענען ראדיקאל נאצי ראסיסט און אפגעפארן און האבן אונז פיינט... און יעדער שיסט צוריק דעם אנדערן'ס פייל... דאס מיינט אז איינער איז אלעמאל ראנג... זיי ביידע שרייען דאך די זעלבע זאך! כולו שלי! און זאגן די אנדערע זייט זענען ליגענערס און גלייב זיי נישט... די רעכטע נוצן דאך אלע אונזערע טאלקינג פוינטס נאר ארומגעדרייט! און זיי נעמען אונזערע טענות און שיסן עס צוריק, אין אנדערע ווערט זיי לערנען זיך פון אונז וויאזוי צו טענה'ן קעגן! עס איז געווענליך די זעלבע זאך נאר ארומגעטוישט צו זייער בייעס....

חוץ פון דעם זענען קאנסערוואטיוו'ס סתם אזוי ראנג ווייל קאנסערוואטיזם איז ממש אן אנריעליסטיק אידילאגיע, פרעג די חת"ם סופר צו ווען מ'קען זעהן היינט פאקטן אויף טשעט דזשיפיטי איבער זאכן וואס ער האט זיך געדארפט מוטשענען פאר צען יאר צו שרייבן, אדער צו פארן מיט א קאר מיט א טאטש סקרין ווי אפילו די עיר קאנדישן צינדט מען שוין אן מיט א סווייפ אויף א סקרין צו ער האלט נאך פון נישט משנה זיין... איך וויל הערן וואס ער האלט
 
Back
Top