די צניעות'דיגע קעניגן
חלק א
אמאל איז געווען א קעניג, האט ער געהאט א טאכטער ארויסצוגעבן. ס'איז געקומען די צייט, ער זאל איר חתונה מאכן, האט ער געזוכט פאר איר א ספעציעלע חשוב'ע מאן, איינער וואס וועט שעצן די איידעלע מידות זיין טאכטער, איר צניעות און באשיידנקייט, און זיך אויפפירן צו איר אזוי ווי עס פאסט פאר א קעניג'ס א טאכטער.
איי די טאכטער, די טאכטער, איז געווען די ליבלינג פונעם קייסער. דער קעניג האט אנערקענט אירע איידעלע מידות און אירע נאבעלע באציאונגען צו אנדערע מענטשן, ער האט פארשטאנען צו די אוצר וואס ליגט אריינגעלייגט אין איר, און ער האט לאנג ארומגעזוכט איינער וואס זאל אנערקענען אירע גוטע מידות.
אזוי לאנג, אזוי לאנג, ביז עס איז געקומען די צייט, און מיט גליק און פרייד האט ער אן איידעם אריינגענומען, ער האט זיי חתונה געמאכט, קעסט ביי זיין טיש געגעבן און מכבד געווען די מחותנים מיט אונטערפירערשאפט.
אזוי לאנג, אזוי לאנג, מאן און ווייב האבן געהאט א גוט לעבן, האט ער זיי, האט ער זיי, קאסט ביי זיין טיש געגעבן, אלע סודות פארטרויעט אין זיין שטוב אריינגענומען און אויך א שיינעם פאלאץ פאר זיי אויפגעבויט.
אזוי באלד, אזוי באלד, דער קעניג האט זיך אנגעהויבן שלעכט צו שפירן. דאקטוירים זענען געקומען און געגאנגען, אבער וואס א טאג שפעטער, האבן די ארומיגע איינגעזען אז די טעג פונעם קייסער זענען ליידער געציילטע.
די טעג האבן זיך גערוקט, און אינאיינעם מיט דעם איז די שפאנונג ביים פאלק געוואקסן. עס איז געקומען די טאג וואס דער קעניג האט אויסגעהויכט זיין נשמה, בשעת זיין ליבלינג טאכטער שטייט צו זיין רעכטע זייט און כאפט אן זיין האנט.
א קעניגליכע לויה צערעמאניע איז אפגעראכטן געווארן אין פילע שטעט און נאך די באגרעבעניש איז אויסגערופן געווארן דורך אלע שרים און נכבדים, אז דער איידעם פון דעם קעניג וועט איבערנעמען די מלוכה, בשעת די טאכטער, דאס ליבלינג פונעם קייסער, וועט באקומען דעם טיטל, "די מלכה".
איין פראבלעם איז אבער געוועזן.
בשעת די נייע מלכה האט געשעצט איר הויכע אמט, געדענקענדיג איר הויכגעשעצטער פאטער און וויסנדיג פון וואו זי שטאמט. זי האט פארשטאנען וואס דאס מיינט צו זיין א מלכה אויף א גאנצע קעניגרייך, זייענדיג איידל, צניעות'דיג און באשיידן, איז איר מאן געווען פונקט דאס פארקערטע. שטאמענדיג פון א פשוט'ע פאמיליע, איז ער פארבלענדעט געווארן פון די מלוכה און פון די פילע רייכקייט וואס די רעגירונג האט אים געשאנקען, און ער האט דאס אנגעהויבן נוצן אויף זיינע פערזענליכע צוועקן. דער נייער קעניג איז פארכאפט געווארן אין פארגרעבטקייט, פארדארבענע מידות און געמיינקייט.
די מלכה האט מיט ווייטאג צוגעקוקט וואס עס איז געווארן מיט איר טייערע מאן, מיט וועמען זי האט אמאל געהאט א גוט לעבן. אבער וואס קען מען טון קעגן א קעניג?! - זי האט מיט אן איידלקייט און זיידענע מידות פראבירט צוריקצושטעלן איר מאן דעם מלך אויף די רעלסן און אים אויפמערקן איבער זיין שלעכטן וועג, זייענדיג אים מסביר ווי שלעכט דאס קען ווערן פאר אים, און ווי נישט גוט דאס קען אים פירן. זי האט קיינמאל נישט געשריגן אויף איר מאן, דער מלך. מיט קלוגשאפט און מיט איידלקייט האט זי געוויינט צו אים, אז ער זאל נישט פארשוועכן זיין הויכן אמט און ער זאל כבוד געבן פאר די קעניגרייך וועלכער ער דינט. דער קעניג פלעגט איר אויסהערן מיט איידלקייט, אבער זייענדיג פארבלענדעט פון זיין נייער אמט, איז ער צוגעצויגן געווארן צו כבוד און צו שלעכטס און זיך נישט אפגעקערט פון זיינע שלעכטע וועגן.
איין טאג האט דער קעניג געלאזט מעלדן אין די גאנצע שטאט, אז ער גייט מאכן א ריזיגע באל, א מאלצייט וואו יעדער איינער וועט זיין געלאדנט. דארט וועט מען שיכור'ן און הוליען פאר טעג און וואכן, וויפיל עס לאזט זיך נאר. דער קעניג בכבודו ובעצמו וועט דארט ערשיינען און ער וועט זיך מיטפרייען מיט זיינע אינטערטאנען.
דער מאלצייט האט געזאלט פארקומען אין ריזיגן גארטן פון פאלאץ, וואו עס איז אויסגעשטעלט געווארן מיט די טייערסטע פאטעלן און באקוועמסטע איינרישונגען, צו אקאמענדירן די פילע געסט. שווערע זאפאסן וויין איז צוגעשטעלט געווארן אויף דעם ארט, זיך גרייטנדיג אז פילע לייט זאלן טרינקען פון איר און לוסטיג ווערן אונטער איר השפעה.
די צניעות'דיגע קעניגן פון איר זייט, האט צוגעקוקט מיט צער וואס איר מאן טוט אצינד. זי האט פארשטאנען אז דער מאלצייט וועט נישט זיין אזוי גלאט א תמימות'דיגער. דארט אין דעם ברייטן גארטן וועלן זיך צוזאמענקומען אלע סארט מענטשן פון די גאנצע לאנד, און אוממאראלישקייט וועט הערשן אינגרויסן. זי האט פארשטאנען וואס אזא מאלצייט באדייט און איר צארטע קעניגליכע נשמה האט דאס נישט געקענט פארנעמען.
נישט וועלנדיג אויס'מוסר'ן איר מאן, דעם קעניג, האט זי געוואנדן אירע טריט צום קעניגליכן טראן און מיט חכמה געבעטן פונעם קעניג, אז אויך זי וויל מאכן א באזונדערע מאלצייט פאר די פרויען, אירע אינטערטאנען. זי האט געבעטן אז בשעת דער קעניגליכע סעודה וועט זיין אינדרויסן, פארן גאנצן פאלק, זאל איר מאלצייט פארקומען אינדערווייניג, אין פאלאץ, איידל און באשיידן, אזוי ווי אין פסוק שטייט, "כל כבודה בת מלך פנימה".
שעצנדיג די איידלקייט און ליב האבנדיג די מלכה, האט דער קעניג נאכגעגעבן איר פארלאנג, נישט כאפנדיג אירע אמת'ע מאטיוון, אז איר פארלאנג איז בלויז אוועקצושלעפן די פרויען פון דעם קעניגליכן מאלצייט, כדאי אז צניעות זאל הערשן ביי די מאלצייטן פון דעם קעניג.
דער טאג איז אנגעקומען.
דער מאלצייט האט זיך אנגעהויבן מיט גאנצן קנאק. וויין און ספירעט האט זיך געגאסן פון אלע זייטן. די מענער האבן געהוליעט אינדרויסן, בשעת די פרויען האבן איידל פארברענגט מיט די הויכגעשעצטע קעניגן, די צניעות'דיגע מלכה, אין דעם פאלאץ.
אריבער איז איין טאג און נאך א טאג, אינדרויסן שיכור'ט מען און מען יובל'ט מיט שאלונג פון פרייד, און אינדערווייניג זינגט מען איידל, אז מען זאל נישט ארויסהערן אויף די גאס. דער קעניג זעלבסט איז זיך מכבד פון די טייערע שאמפיאנען און וויין און ער לאזט זיך וואוילגיין אינאיינעם מיט די פשוט'ע מענטשן פון פאלק.
דער קעניג איז שוין גוט אויפגעהייטערט, עס הערשט אויפן ארט א פראסטע שטימונג און אן אומאיידעלע אטמאספערע. דער פראסטער קעניג לאכט ארום הויך אינאיינעם מיט זיינע אינטערטאנען און שמוציגע רייד פליסט ארויס פון זייער מויל.
אין א לאכנדיגע מינוט רופט דער קעניג אויס הויך: "ווער וויל זען דא די מלכה, מיין ווייב, די איידעלע קעניגן, אויסגעטון אינגאנצן, בלויז מיט א קרוין צו איר קאפ"? -
- "איך" האבן אלע אויסגעשריגן מיט פרייד...
- אויב דער דאזיגער פאס וויין, וועט אויסגעטרינקען ווערן ביז פינף מינוט, וועט זי אריינקומען דא אינגאנצן נאקעט... יעדער איינער וועט זען מיט וואס איך האלט זיך אונטער אין די נעכט...
- כא כא כא האבן זיך די אינטערטאנען צעלאכט... כא כא כא... באלד וועט מען זען די באליבטע איידעלע קעניגן, וועלכע רעדט אלעמאל ווי איידל און צניעות'דיג מען דארף זיין, באלד וועט מען איר זען אן קיין קליידער...
- ווער ווייסט, אפשר וועט דער קעניג ערלויבן עפעס מער פון זען... האט זיך איינער אנגערופן, און אלע האבן אויסגעבראכן מיט א היליכיגן שיכור'ן געלעכטער.
"ברענגט אריין די קעניגן" האט דער קעניג געדינערט מיט זיין באוועסע שטימע.
אין דעם פאלאץ, זיצט די איידעלע קעניגן מיט די אנדערע פרויען, זי רעדט צו די פרויען איבער איידלקייט, גוטע מידות, מכבד זיין אנדערע מענטשן און איבער צניעות. די אטמאספערע אין שטוב איז געשמאק און איינגענעם, ווען מיטאמאל באשיינען דעם ארט עטליכע וויכטיגע הערן פון די מלוכה.
- וואס איז אייער באגער, פרעגט די קעניגן?
- א וויכטיגע ביטע איז געקומען פון זיין מייעסטעט, דער קעניג. מיר דארפן דאס איבערגעבן פריוואט, ווען קיינער הערט נישט.
די קעניגן גייט אריין אין א באזונדערע צימער, אינאיינעם מיט די דעלעגאציע. זיי ערקלערן איר וואס דער קעניג פארלאנגט פון איר, אז זי זאל זיך אונטערהאלטן מיט די מענטשן פון פאלק.
די קעניגן איז געווארן בלאס ווי די וואנט. "דאס איז דאך די פייגעלע פון מיין נשמה, מיין צניעות, מיין כבוד, איך קען דאס נישט טון. פאר מיין קעניג'ס כבוד וועל איך דאס בשום-אופן נישט טון. איך וויל נישט פארשוועכן די הויכגעשעצטע כבוד פון מיין קעניג, דער קעניג פון דעם גאנצן פאלק.
די דעלעגאציע איז צוריקגעקומען צום קעניג, און ערקלערט איידעלערהייט פארן קייסער, וואס די איידעלע קעניגן זאגט, און זיי ערקלערן אים, אז די קעניגן שעצט זיין כבוד און זי שפירט, אז ערשיינען אויף אזא פארנעם איז א פארשוועכונג אין די כבוד פון דעם קעניג.
דער שיכור'ער קעניג ווערט אין כעס: "שוין זאל זי אהערקומען די מחוצפ'טע... נאקעט זאל זי זיין... מען וועט אריינפראקן אין איר נאקעטע לייב, יעדער וועט זען ווי אזוי מען באהאנדלט א ווידערשפעניגטע פרוי... כא כא כא... דער קעניג לאכט און אלע אינטערטאנען לאכן מיט און שרייען... "נאקעט זאל די קעניגן אריינקומען, אלע וועלן אריינפראקן אין איר... אלע וועלן איר ווייזן וואס מיר קענען... זאל אויך די איידעלע קעניגן אונז שפירן, אירע אינטערטאנען...
מיט עהערע און פורכט גייען די וויכטיגע דעלעגאציע ווידער צו די קעניגן. זיי פראבירן איר צו ערקלערן די סעטואציע און זענען איר מסביר אז טראצדעם וואס זי פראבירט צו זיין איידל און צניעות'דיג, אבער דאס מאל גרעניצט זיך דאס מיט לעבן און טויט, דען דער קייסער איז שיכור און עס איז נישט קיין קינדער שפיל זיך ארומצושפילן מיט אים.
די איידעלע קעניג גיבט א טראכט א מינוט, און דאן באשליסט זי מיט א פעסטקייט: איר כבוד און צניעות איז וויכטיגער פון אלעמען, אפילו וויכטיגער פון איר לעבן. זי וועט זיך נישט לאזן פארשוועכן איר נאבעלע כבוד און צורה, פאר קיין געלט אין די וועלט. זיי גייט זיך נישט לאזן פון דעם אקט, אפילו אויב מען רעדט פון דעם קעניג אליין.
די קעניגן פארשטייט, אז אצינד איז איר נסיון און זי דארף זיין די וועג-ווייזערין פאר אלע פרויען פון די קעניגרייך, ווי אזוי מען היט אויף די אייגענע כבוד, ווי אזוי מען גיבט אכטונג אויף די צניעות, אפילו אין פאל פון טויט. אזוי וועלן זיך די פרויען אויסלערנען, זיך נישט צו לאזן פארשוועכן, אפילו אין פאל זיי פאלן חלילה אריין אין א סכנה, אדער אויב מען וויל זיי צוזאגן אסאך גוטע זאכן. זיי וועלן שטענדיג געדענקן ווי אזוי זייער באליבטע קעניגן האט זיך איבערגעגעבן און זיך נישט געלאזט פארשוועכן פאר קיין געלט אין די וועלט, און דאס וועלן זיי שטענדיג געדענקען און נאכטון די איידעלע אקטן.
מיט שטאלץ האט זיך די קעניגן אויפגעהויבן פון ארט און דערקלערט: איך וועל מיין כבוד נישט פארשוועכן, זאל זיין וואס זאל זיין. דער קייסער מעג מיר הרג'ענען און צום תליה ברענגען, ביזן לעצטן אטעם וועל איך בלייבן מיט מיין מאראל און צניעות.
אוי האט דער קייסער געברויזט הערנדיג די ווערטער פון זיינע באדינער. דער צו'יוששטער המון-עם, די שיכורים, האבן געבוזשעוועט פון כעס, "הענגט איר אויף, הענגט איר אויף" האבן אלע געשריגן..
דער קייסער האט זיך נישט לאנג געלאזט בעטן, און די איידעלע קעניגן איז צום תלייה געגאנגען מיט שטאלץ און כבוד, קוקנדיג מיט א גראדע בליק אויף אלע ארומיגע. "מיין צניעות וועל איך האלטן, אפילו פארן פרייז פון תלייה", האט זי געזאגט אלס אירע לעצטע ווערטער.
לאנגע יארן האבן מענטשן געדענקט די נאבלקייט און איידלקייט פון די קעניגן. אסאך האבן מענטשן גערעדט דערפון, און דאס איז געווען א השרעה פון איידלקייט, פון וואס מענטשן האבן זיך לאנגע יארן אפגעלערנט.
חלק ב' קומט אי"ה