שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 242
- רעאקציע ראטע
- 850
- פונקטן
- 113
די צייטונג נייעס באריכט אידישע צייט האט געמאלדן א שטיק צייט צוריק אז זיי גייען זיך איבערפרישן, ווייל זיי האבן זיך געוואלט פארמאכן, אבער עפעס א רייכער אינוועסטירער ווי יואלי לאנדא האט זיי אפגעקויפט.
די וואך האבן זיי עפעס וואס ענדליך געטוישט, אבער בעיקר נאר די תורה און אידישקייט ביילאגע, מיט'ן נאמען 'אידישע צייט'. איך האב הנאה פונעם עצם טויש, אבער נישט אזוי ווייט איבער די פרטים דערפון, נאר געציילטע מעלות, וואס איז בעסער געווארן, וואס איך וועל אויסרעכענען באלד, אבער קודם מוז איך זיי קאנגראטולירן אז זיי רעספעקטירן די לייענער, און האבן איינגעזעהן אז זיי מוזן זיך טוישן, כדי אונז צו האלטן ווייטער אלץ לייענער.
זיי האבן זייער ווייניג עדס, ווייל זיי זענען נייטראל, מילא ווילן זאליס נישט עדווערטייזן אין אן אהרוני צייטונג, און אהרונים אויך נישט, אין א צייטונג וואס דעקט זייער שונא זאלי'ן.
אבער איך בין א נייטראלער מענטש, איך קויף עס יא יעדער וואך ערליך. און עס איז מיר שוין פארגאנגען דעם אפעיעט פון לייענען. נישט ווייל איך האב נישט הנאה דערפון, אדרבה דאס פאקט איין די בלאט; איד; מחנה; און מאמענט, אין קליינעם פינגער. אבער עס האט אויסגעזעהן אלט אויסגעדראשן, און עס איז נישט גרינג צו לייענען, - אפי' מ'ווייסט אז מ'איז קונה חכמה, איז דער עבודה פון לייענען גאר שווער.
א) איז דאס איז דער ערשטער מעלה פונעם טויש, נעמליך, דער דעזיין. עס זאל ציען, נישט אז ס'איז אזוי שיין, ווייל על טעם וריח אין להתווכח, איבערהויפט אז איך בין נישט קיין מבין אין גראפיקס, אבער ס'איז פריש, און ניי פאר'ן אויג, מילא ציעט עס צו לייענען, ווי א בחור דער ערשטער טאג פון ישיבה זמן.
ב) די צווייטער מעלה פונעם טויש, איז פשוט, אז זיי האבן דאס ערשטער מאל געלייגט א געהעריגער אי-מעיל אדרעסע פאר'ן פובליק! [email protected] מיט דעם צייגן זיי אז זיי שעצן די לייענער! זיי זאגן כאטש ווי מ'קען זיך דורכרעדן מיט זיי אויב איינער האט פיעדבעק. איך גיי זיי טאקע שיקן דעם לינק צו דעם פאוסט. אנדערשט ווי ביז היינט וואס בלויז דער 'לעצטער עדות' קאלום האט געהאט אן אי-מעיל אדרעסע. האבן די לייענער געשפירט אז מיר זענען גארנישט ווערט.
ג) דער י.מ. סופר וואס איז מנשה פילאפ, האט באקומען א נייער פען נאמען, בלויז מ. סופר. ''מנשה דער שרייבער''. מ'האט ארויסגענומען דער אידעלע, פון זיין פענע נאמען, ווייל עס איז איבריג. זיין ארטיקל איז אויך פארקורצערט. אדער צעטיילט. - אבער דער הויפט מעלה איז, אז ער איז ארויף אויף מזרח, דהיינו, ער איז ווי אן עדיטאריעל, אנפאנג די 'אידישע צייט' ביילאגע, אנדערשט ווי ביז איצט וואס דער קאלום איז געווען אין די בעק נאך די בילדער. ער איז דער סאמער חשובסטער ארטיקל אין דע 'אידישע צייט', ווייל ער איז מוחה אויף אלע עוולות פון דור, און בעיקר לערנט ער מיט אונז די סאטמערע שיטה הקדושה יעדער וואך, קעגן ציונים; אגודה; און אמעריקאנע אוי.טי.די. יאפפע''ד אפגעפארענע מוסרים. - וואס מיר דארפן תשובה טאן יעדער וואך פון פריש, די נייע עבירות וניסיונות פונעם דור.
ד) 'די צייטונג - נייעס באריכט' פאר זיך, האט זיך גארנישט געטוישט, אלעס איז ביים אלטן; טראמפ און נאכאמאל די סטאק מארקעט ארויף און אראפ, אז ס'גייט מיר פון די נאז לעכער; נישטא דארטן וואס צו לייענען. אחוץ די נייע אדרעסע; זיי האבן פארמאכט זייער אפיס אין בארא פארק און געפענט אן אפיס אין וויליאסבורג. אויף פארק עוועניו. מסתם עפעס א פי.אוי.באקס. ווי אויך אז ס'איז מער נישטא די קליינע בילד פון די 'אידישע צייט' אויפ'ן פראנט פעידש. נאר עס איז געדאפלעט די הויפט זייט פון די 'אידישע צייט' אין בעק פון 'די צייטונג', וואס פלעגט זיין געווידמעט פאר לאקאלע ניו יארקע נייעס.
ה) די 'אידישע צייט' האט באקומען איר אייגענער עדיטאריעל, אחוץ אברהם פרידמאן'ס הויפט 'וואס מיר זאגן' עדיטאריעל, וואס איז געווענליך קעגן יאפפע''ד וועכנטליך, ווי אויך האט דער 'אידישער צייט' מער בריווען פון שטותים און לאקשן, און אויך ווידמען זיי א בלאט 2 פאר'ן 'גאסט עדיטאריעל', ווי זיי פאדערן אויף די לייענער אריין צו שיקן אונזערע לענגערע בריווען, איי געס, דאס הייסט א עדיטאריעל, אנדערש ווי קורצע בריווען, וואס זענען סתם בריוו. דע וואכעדיגע גאסט עדיטאריעל איז קעגן לינקאלן רעסטלער'ס בייק לעין אויף בעדפארד עוועניו, עס רומט אויס דעם שווארצן מעיאר עריק עדעמס, אז ער האט דאס יא געוואלט מבטל זיין, כאטש א געריכט האט אים אפגעהאלטן דערפון, ושלום על ישרא'.
ו) די בילדער פון די רעביס איז מער גרויליג ווי ביז איצט, ווייל דאס איז פשוט פאגרעסערט געווארן אין סייז. אבער על טעם וריח אין להתווכח, עפטער אלל איז א גרויס חלק עדס, פון די דאזיגע רעביס. נישט פון אונז. כ'קוק אן די בילדער טייל אלץ זייער איינציגער עד מקור. ווייל עס איז דא זייער אסאך רעביס און חסידות'ער, וואס צאלן גרויס געלט, אז מ'זאל לייגן זייער פאלשער גרויסער עולם... מילא קען איך קיין טענות נישט האבן קעגן א צווייטן'ס איד פרנסה, סך הכול, דאנקן און לויבן ג-ט ברוך הוא, אז איך האב נישט אזא שמוציגער ארבייט, פון פארשפרייטן שוונצנות, להגדיל הפארטיי, אויף מיינע קינדער...!
ז) זיי האבן א נייער ''פיטשער'', וואס זיי גייען לייגן, אויסצוגן פון א דרשה, יעדער וואך, די וואך איז דאס פונעם פטרון 'תורתיך שעשועי', דער ריעל עסטעיט דעוועלאפער, יצחק שווארץ. דאס קען זיין אויך א גוטער פרנסה מקור פאר'ן די צייטונג נייעס באריכט אידישע צייט, ווייל יצחק ראבינאוויטש; לעיזער קעסטנבוים; און יואלי לאנדא; מיט די אלע דעוועלאפערס גייען איצט האלטן דרשות טאג און נאכט, און צאלן פאר'ן די צייטונג נייעס באריכט אידישע צייט, דאס אפצודרוקן...!
ח) כ'זעה דער אויפפאסונגען קאלום האט זיך מאדערנאזירט, אז זיי מאכן נאך דעם 'מאמענט מאגאזין', צו קאווטירן נייעס פון איי.וועלט, א אינטערנעט זייטל, ביז איצט פלעג איך נאר זעהן פון אנדערע צייטונגען ומאגאזינען, אבער איצט איז דאס ערשטער מאל, וואס זיי שעמען זיך נישט צו שרייבן, אז זיי האבן דאס קאפירט פון איי. וועלט. אן אינטערנעט זייטל, קעגן אלע רבנים, וואס האבן געאסר'ט אינטערנעט באנוץ, אויב עס איז נישט לצורך פרנסה.
ט) די אותיות זענען גרעסער, מער ספעיס ארום די ווערטער, און עס האט גרויסע בוכשטאבן אויסציגן, די בעסטע ליינס, פון אלע ארטיקלען, אין יעדן איינציגן בלאט, אנצורייצן דעם לייענער, צו לייענען דעם גאנצען ארטיקל, נישט נאר דער פארגראף, אויפגעבלאזן און גרויס פון 2 סקווער אינטשעס אינמיטן בלאט.
י) דאס עצם טוישן דעזיין, טראגט מיט זיך נאך א מעלה, אחוץ פון סעיף א' אז דאס צייגט פרישקייט. מאכט דאס ''לעבעדיג'', אז מ'איז פיל מיט ענערגיע און מ'וועט אי''ה צולייגן נאך אסאך ''פיעטשערס'', און אינטערסאנטע לייען-סחורה, צו מהנה זיין דעם עולם לייענער, אז ס'איז דא געלט צו צאלן פאר שרייבער צו דעליווערן גוטע פארוויילונגס, און באלערנדע ארטיקלען. עס גיבט אריין די ''קאנפידענס'' פאר'ן לייענער, דאס ווייטער צו קויפן, אז עס איז ''עקסייטינג''. ס'טוהט זעך!...
איך וואונטש זיי אסך הצלחה אין זייער איבערפרישונג!
לעצט רעדאגירט: