Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
האהא די מעשה איז זייער שטארקאון אז מ'רעדט שוין פון די מימרא פון פראנציס בעיקאן אז 'נאלעדזש איז פאוער' איז אינטרעסאנט צוצוברענגען די פאלגענדע ווערטל:
"ווען איך בין געווען אינג האט מיר מיין טאטע געזאגט 'נאלעדזשאיז פאוער, פראנציס בעיקאן", איך האב עס אנגענומען אלס 'נאלעדזש איז פאוער, פראנס (-פראנקרייך) איז בעיקאן".
פאר איבער צען יאר בין איך ארום געגאנגען פארוואונדערט איבער די צווייטע טייל פונעם מימרא און איבער די שייכות צווישן ביידע חלקים.
ווען איך פלעג אבער איבערזאגן די מימרא פאר אנדערע 'נאלעדזש איז פאוער, פראנס איז בעיקאן' פלעגן זיי אייביג צושאקלען איינשטומיג מיטן קאפ, אזוי אויך ווען אנדערע פלעגן זאגן די ערשטע האלב 'נאלעדזש איז פאוער' און איך האב אויסגעפירט 'פראנס איז בעיקאן' האבן זיי עס נישט אנגעקוקט מאדנע נאר אנגענומען ווי כאילו עס קומט אזוי.
איך האב אמאל געפרעגט מיין לערער וואס איז די באדייט פונעם מימרא 'נאלעדזש איז פאוער, פראנס איז בעיקאן', און איך האב באקומען א 10 מינוטיגע הסבר איבער דעם ערשטן טייל, אבער קיין ווארט איבער דאס 'פראנס איז בעיקאן' האלב, ווען איך האב פראבירט אויפצומערקן דעם לערער מיטן זאגן 'פראנס איז בעיקאן?!' האב איך נאר באקומען א פלאכע 'יא' אלס אנטווארט.
ביי די 12 יאר אלט האב איך שוין נישט געהאט די קאנפידענס צו איבערפרעגן דערויף, איך האב עס ענדערש אנגענומען אלס עפעס וואס איך וועל שוין קיינמאל נישט פארשטיין.
ס'נישט געשען ביז אפאר יאר שפעטער ווען איך האב עס געזען אויפגעשריבן ערגעצוואו, ווען די פעני האט געדראפט..."
_______________________
ובנוגע די פידבעק שאלה פונעם פותח האשכול, מיין איך אז מ'דארף נישט קריכן ווייטער ווי דעם אשכול אליין צו זען א פראגע מיט א צופעליגן קעפל, און די איינציגסטע פידבעק וואס דער עולם האט דא צו געבן איז גארנישט מיטן שאלה צוטון נאר איבער דעם אומשולדיג קעפל...
איך אנטשולדיג מיך פון מיין זייט...