ג' אייר איז א נארמאלער טאג אין די אידישע קאלאנדער נישט קיין שום באזונדערע מצוה פון עסן איז נישט דערמאנט אין די טאג

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
731
רעאקציע ראטע
1,775
אט אט שטייען מיר שוין ביים שוועל פון די גאר גרויסער טאג וואס די טונא און די לאקס אין די וואסערן ציטערן עס דערנענטערט זיך מיט א גאלאף. ממש אזוי ווי עריו"כ איז דא א מצוה אז מען דארף עסן, אין די גרויסע טאג קומט נאך צו נאך א חלק אין די מצוה פון אכילה וואס דאס איז געבן צו עסן.

די אינגע צאן קדשים פון די קומענדיגע דור וועט שוין אפי' נישט וויסען עפעס אנדערש ווי מאז היתה ישראל לגוי איז דא עפעס א גרויסקייט אין דעם טאג ג' אייר. מען עסט, און מען טיילט עסן, אבער נישט סתם עסן. נאר ברבירים ושליו ודגים.

די סעודות הייבן זיך שוין אין מערערע בתי מדרשים אן פון אור ליום ג' צו א ריזיגער לעעוישער נאכטמאל פאר כל דיכפין יתי ויאכל, מיט אלע פליישען און צוגעהערן, פיקעל'ס קעטשאפ חריין אלעס דייעט קאלעסטעראל ריין.

אינדערפרי צו תיקן שפאצירט אריין אין די בעלי בתישע בתי מדרשים גאנצטע באקסעס מיט די פרישע קראנטשי בעגעלס מיט פיש פלעיט פלעטטערס פון אלע סארט פיש און די אקזאטישע הערינגען ח"ו נישט פארגעסן

געזעהן א ריעון אין איינע פון די ג' אייר ארטיקלען ווי דער שרייבער זעהט פאר א מושג פון א פסח סעקשאן אין די גרעסערע גראסערייען, אזוי אויך וועט זיין א קערעסטיר סעקשאן ווי אין די סעקשען וועט זיין אויס געלייגט אלע מינע בייגלען ממינים ומינים שונים לאמגע רינדעכיגע ווייסע שווארצע מיט סעסעמי, ענד עווערי טינג אלעס אויס געלייגט אין א שיינע אויסשטעל אז אלע מנהגים זאלן ווערן שיין ערצייגט, און די צווייטע אייל וועט זיין אלע מיני סארט דזשוסעס, ארענדזש, קרענבערי, גרעיפפרוכט, עפל וכו' ר' שאיעלע'ס קאקאש קעיק ווער רעדט נאך.

דער 13טער עוועניו וועט אויס געלייגט זיין מיט טישען וואס וועלן םפארקויפן אין פארנט פון שומר שבת די לעצטע מינוטיגע געברויכען פאר דעם גרויסען טאג. און א"י ארגענעזאציע שנאר קאמפיינס צו שטעלן מאכאלים פאר די בני עניים אין ארצינו הקדושה אין דעם גרויסען טאג

ווער רעדט נאך פון די גרויסע טרעילארס וואס נעמען אוועק די פארקינגס אין ב"פ און אין וומס"ב במשך די ערב טעג פון פסח וועט זיך ווידערהולן פאר די קלענערע געשעפטן די ג' אייר טרעילערס.

פון ווי קומט אט די מקור אז די האי יומא קגרים וואס די עסן איז געווארן ממש פונקט ווי אן עשה אין די תורה.

גייט די מעשה אזוי. פאר פערציג יאר צוריק ווען ווייניג מענטשען זענען דאן געפארן אויף מקומות הקדושים קיין אייראפא וווי אונזערע הייליגע עלטערן, מיט זייערער רבי'ס זענען נטמן געווארן לאחר הסתלקותם, האבן זיך געטראפן פונקט אין קערעסטיר / טאקיי וואס זיצט נישט מער ווי אויף צוויי גאסען און אונגארן דריי אידן הונגעריג און אויס געמוטשעט פון זייער אויס געהארעוועטע נסיעה ווי זיי פארן שוין ארום די לעצטע פאר טאג אן קיין געהעריגע פלעגע (ווי דער דרך פלעגט זיין אין יענע יארן, נישט אז א יעדעס נאכט פון ווען מען האט געלאנדעט ביז מען איז צוריק אהיים געפארן איז מען געשלאפן אין א 5 שטערענדיגע האטעל, נאר אין די טענדערס מיט וואס זיי זענען ארום געפארן קוים צוויי, צומאל דריי אידן. עסן איז געווען פונקט ווי אין גן עדן וואס מען האט זיך מיט געברענגט דאס האט מען געהאט. נישט קיין מאדערן קורס רעסטוראן אין א יעדעס שטעטל פון יעדעס לענדעל א פענסי רעסטאראן מיט א (פיינע) הכשר (עכ"פ עפעס אידישע אותיות) די דריי גאר אויסגעמוטשטע אידן, האבן זיך פונקט דארט אנגעטראפן מיט נאך א איד וואס קומט פון לאנדאן דוקא נישט אזוי וויי ט צו פליען און איז נישט פונקט געווען אזוי הינגעריג שמועסן זיך צונויף איבער די מוארעדיגע בעל חסד וואס דער הייליגער ר' ישעי'לע זי"ע איז געוועזן. ווי ער האט אנגעפיטערט די ארעמע הונגעריגע, און זיך בכובודו ובעצמו אפגעגעבן מיט זיי סערווירן. און די הונגער האט ביי די אידען געפערליך גענוגט ווען דער לאדאנער איד נעמט ארויס פון זיין באגאדזש פאר אלע מסובים פיינע פרישע ווארע. און זאגט לע"נ ר' ישעי בן ר' משה וואס האט אזוי פיהל חסד געטאן זאל עס זיין פאר איהם א זכות און געהאלפן ווערן מיט די ישעה אין וואס ער נויטיגט, בזכות זה.

וואונדער איבער וואונדער, דער איד האט געהאט א גענצליכע ישיעה מיט א שמוץ אריבער ער איז נאך איבערגליקלעכט געווארן נאך יענע נסיעה.

אזוי ווייטער שמעוסענדיג צווישען זיך פון ר' ישי'עלע זי"ע האבן די הונגעריגע איבער געלאזט אן הונגעריגער פלעק אויף זייער משל אז דער ענגלישער האט געדארפט א ישיעה און פונקט געווען אין קערעסוטיר ווי ער איז געהאלפן געווארן מיט צו שטעלן פיינע מאכלים פאר די הונגעריגע אזוי אויך מיט אויס ציענדע ברעמען מלא התעלות וואס ר' ישע'לע זי"ע האט אלץ געטון מיט עסן פאר עסן כאילו אויסער עסן האט ער גארנישט פארקויפט.

ר' ישעי'לע זי"ע האט באקומען אן אימעדזש פון א נידעריגער געשטעל מיט א בעל בחי (כרס) שטייט אזוי נידעריג געוואקסיג מיט גאנצע ביידלעך ברויט, טיילט און עסט צוזאם מיט א יעדעס הולך ושב די צוויי גאסן פון קערעסטיר.

פארשטייט זיך די ראפאגאש בארכעס, מיט די הייסע טשולענט און זוף וואס ער איז געווען פארנומען איז געווארן א יעדעס אונגערישער איד'ס חלום פון זיין ביי דעם ר' ישעי'לע דער עסן טיילער. און אויב באיזה סיבה האט ער נישט געקענט האבן די עסן טאקע באותו מקום אין די צוויי גאסען דאן איז די גאנצע השפעה נמשך געווארן אין די גאנצער וועלט אז אי לאו האי יומא וואלטן זייער אסאך היימיש אינגעלייט נערים וזקנים אויסגעגאנגען פאר נוגער אין די טאג פון זיין יארצייט.

ר' ישעי'לע איז נישט געווען דאס וואס עטץ זענט זיך מצייר אין ענקער מח שטטיענדיג ביי דעם גרעסטן טאף וואס די וועלט האט נאר פארמאגט און געשטאנען אויף א קעסטעל מיט די הוט און בעקיטשע און געמושט די זוף עס זאל זיין פיין ווייל די פינעף מענטשען וואס גייען איןם די מעת לעת אדורך גיין די גאס זאלן זייער מאגן פלאצן פון זיך איבער עסן.

דער אנגעפאשעטע אמעריקאנער עולם וואס עס פעהלט זיי גארנישט קומען קיין קערעסטיר, און האקן אריין די טשולענט וואס ווערט געמאכט אין די ריזיגע טעף וואס איינס דערפון ליידיגט אויס דעם דאנא ווען מען זאל נצען די וואסער צו מאכן זוף און בריקען אריין מיט א ברען און זומגען זיך אונטער צווישען די ציין ממש אזוי האט עס אויס געזהען (להבדיל) איז ר' ישעי'לע דעשטאנען און אנגעפיטערט קעדי זיצערס, וואס דער כרס דארף ווערן געהאלטן מיט שלייקעס און מיט א פאזיק איינס אליין וועט שוין נישט זיין גענוג. עפ"ל

נישט צו לאנג צוריק האב איך געליינט אין א רובריק פון די קערעסטירע ווערטשאפט ווי דער שרייבער (לכאו') איז געווארן געהייערט ביי איינע פון די צוויי קערעסטיר קאמפאניס וואס פארפיגט דארט אז ערש"ק פון די יארצייט האט די קאך אויס געזעהן ווי א גאנצער מה ידידות מענער און בחורי חמד פון איין זייט קאך און פרויען די צווייטע זייט קאך שטייען און שיילן פאטעיטאס פאר די שבתדיגע טשולענט, און א יעדע פאר מינוט ווערט א טאף געענדיגט אויס געוואשען פאר א פרישער רעצעפט. הונדערטער וואגאנען מיט פרישע עטוואס ארויסגעקומענע קוגל פון אויבען ווערן אריין גערעדעלט אין די עס זאל פון ר' ישעיל'עס
גאסא הויז ווי עס ווערט גלייך איבער געפאלן ווי א משכנתא און חוזר חלילה אפאר מינוט נאכדעם ווי דער שרייבער ענדיגט צו נוסח קערעסטיר

וויל איך אייך ליבע ליינער חוקר מנהגים פון די קומענדיגע דור זייט וויסען ג' אייר איז א טאג אין די ספירה ווי אלע טעג אין די ספירה וואס איז גארנישט אנדערש פון א יעדע נארמאלער טאג פאר די נישט ידעי חן איז זאלט נישט פארגעסען אז דאס איז א מנהג וואס אונזערע עלטערן אייערע זיידעס האבן נישט געהאט אין אמעריקא און כ"ש אינדערהיים אין אייראפא פארן קריג. און די מנהג פון עסן טונא לאקס קרים טשיז איז נישטא געברענגט אין ערגעץ עס האט פארסירט דא אויף די אדמת אמעריקא פון די. און אויך נישט מער ווי 10-15 יאר פאר וואס די ווערטער זענען געשריבען און תשע"ח

הק לייביש שרייבער למען ידעו דורותיכם את הדרך אשר ילכו בו
 
נו פוי שייגעץ ארויס, ביי נונז האט מען געוויסט אז איינער וואס לאכט אויף א מנהג צריך לבדוק אחריו.
באלד וועסטו נאך עפענען א אשכול א ציען די אויער, בו ביום פון די בירטהדעי איז אויך א מנהג שטות, יא יא, אזוי גייט עס מען לאכט אפ פון מנהגים ביז מען קומט אן צום ערגסטן.
 
Back
Top