געדאנקען אויף דער פרשה פון פשט ביז סוד

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
482
רעאקציע ראטע
3,201
פרשת נח
חיוב קרבן תודה

שבעה שבעה זכר ונקבה לחיות זרע על פני כל הארץ (ז: ג)
שבעה שבעה. כדי שיקריב מהם קרבן בצאתו. רש"י.

נח וועט דארפן ברענגן א קרבן תודה. אבער ער איז שוין מחויב נאך פארן מבול?

לאמיר עס צונעמען אויף קליין געלט.
אונז זעמער יעצט מחויב צו עסן מצה אויף פסח. ווייל דעם חיוב איז אנגעוואנדן אין א זמן וואס גייט בהכרח אנקומען.

אבער א קרבן תודה איז אנגעוואנדן אין א געשעניש פון א נס, די געשעניש איז די מחייב און פארדעם נישט.

פונקט ווי א גוי וואס פלאנט זיך מגייר זיין מארגן איז בעצם נאכנישט מחויב היינט זיך צו פארזארגן מיט די מצות פון מארגן.

לאמיר זאגן א מענטש פלאנט אריבער גיין א מקום סכנה וואס מ'קען נישט דורכלעבן אן א נס, און ער האט באקומען אן הבטחה פון א צדיק, (נביא, אדער אפי' פונעם באשעפער אליין) אז ער וועט זוכה זיין צו א נס, דארף ער מיטנעמען א קרבן אויב ער ווייסט אז דארטן וועט ער נישט האבן קיין בהמות? איז ער לכאו' פטור - ווייל די נס איז מחייב דעם קרבן.

און נח ווערט מחויב צו פארזארגן א תודה פארן נס?

באמת די מקור פונעם רש"י איז אין בראשית רבה (לד: ח) ביי אן אנדערע פסוק פון נאכן מבול.
ויבן נח מזבח לה'. ויָבן כתוב, (לשון הבנה) אמר מפני מה צווני הקב"ה וריבה הטהורים יותר מן הטמאים אלא להקריב מהן קרבן.

ער איז טאקע נישט מחויב געווארן ארייננעמן די בהמות אלץ קרבן, נאר פשוט לחיות זרע על פני כל הארץ.
רש"י אלץ פרשן זאגט אונז אויס די סודות פון חדר וואס דער באשעפער וויל דא.

יעצט לאמיר זען א קליין שטיקל בתנחומא ויקהל (י') וכשיצא (נח) מן התיבה כו' ויעל עולות במזבח מה שלא נצטוה. אמר נח לא צוה לי הקב"ה להרבות מן הטהורות אלא כדי להקריב מהם עולות וקרבנות.
 
ס'איז טאקע אויף קומענדיגע וואך.
ס'איז אבער צו גוט צו דארפען ווארטען ביז נעקסטע וואך.
IMG_20241030_213437_824.jpg
 
פרשת נח
איסור תשמיש בתיבה

ויבא נח ובניו, ואשתו ונשי בניו, אתו אל התיבה (ז: ז)
האנשים לבד והנשים לבד, לפי שנאסרו בתשמיש המטה מפני שהעולם שרוי בצער. רש"י

די איסור האט זיך אנגעפאנגען ביים אריינגיין אינעם תיבה, און גענדיגט נאכן ארויסגיין פונעם תיבה.
נח כיון שנכנס לתיבה נאסרה לו פריה ורביה כו' כיוון שיצא התירו. הד"ד צא מן התיבה אתה ואשתך (מדרש רבה ח: יז)

ביז אפאר שעה אדער טעג איז שוין קיינער נישט געווען בצער, קיינער לעבט שוין נישט. ביז נאך די פערציג טעג רעגן איז שוין געווען וימח את כל היקום אשר על פני האדמה מאדם עד בהמה. פארוואס איז נאך אסור? (אפשר איז דער 'עולם שרוי בצער' נח ובניו. אבער)

ווען די תיבה האט שוין גערוהט אויף הרי אררט א שטיק צייט איז נאך געווען די אסור. ניטאמאל יבושת הארץ איז גענוג, מ'דארף ארויסגיין פונעם תיבה?!

ס'הערט זיך ווי דער איסור איז מצד דעם תיבה, מ'טאר נישט אין תיבה, אזוי ווי א בית שיש בו ספר תורה וכדו'.

(דער עץ יוסף אויפן מדרש זאגט טאקע אז דער טעם האיסור איז שקדושת התיבה היתה קדושה יתירה מאד)
-

יעצט לאמיר זען א קליינעם רש"י (ח: יז). היצא אתך. אם אינם רוצים לצאת הוציאם אתה. נח ווערט באפוילן זיכער צו מאכן אז די חיות בלייבן נישט אינעם תיבה.
וואס איז שלעכט אויב זיי בלייבן דארטן? ס'וועט נישט זיין קיין קיום המין ווייל ושרצו בארץ ולא בתיבה מגיד שאף הבהמה והעוף נאסרו בתשמיש. (רש"י שם)
 
באמת די מקור פונעם רש"י איז אין בראשית רבה (לד: ח) ביי אן אנדערע פסוק פון נאכן מבול.
ויבן נח מזבח לה'. ויָבן כתוב, (לשון הבנה) אמר מפני מה צווני הקב"ה וריבה הטהורים יותר מן הטמאים אלא להקריב מהן קרבן
כ׳זעה אין דעם א לימוד וואס איז נוגע בכל זמן.. ס׳נישט גענוג עוסק צו זיין בתורה ומצוות אויף א טריקענע טעקניקל וועג… מ׳דרארף צו לייגן קאפ און טרייען צו פארשטיין די פנימיות הכוונה דערפון: ׳פארוואס האט דער רבוש״ע געטון דאס… אונז באפוילן יענץ, וכו׳ וכו׳.
 
און אויב פארשטייט מען טאקע נישט פארוואס?
 
פרשת נח
איסור תשמיש בתיבה

ויבא נח ובניו, ואשתו ונשי בניו, אתו אל התיבה (ז: ז)
האנשים לבד והנשים לבד, לפי שנאסרו בתשמיש המטה מפני שהעולם שרוי בצער. רש"י

די איסור האט זיך אנגעפאנגען ביים אריינגיין אינעם תיבה, און גענדיגט נאכן ארויסגיין פונעם תיבה.
נח כיון שנכנס לתיבה נאסרה לו פריה ורביה כו' כיוון שיצא התירו. הד"ד צא מן התיבה אתה ואשתך (מדרש רבה ח: יז)

ביז אפאר שעה אדער טעג איז שוין קיינער נישט געווען בצער, קיינער לעבט שוין נישט. ביז נאך די פערציג טעג רעגן איז שוין געווען וימח את כל היקום אשר על פני האדמה מאדם עד בהמה. פארוואס איז נאך אסור? (אפשר איז דער 'עולם שרוי בצער' נח ובניו. אבער)

ווען די תיבה האט שוין גערוהט אויף הרי אררט א שטיק צייט איז נאך געווען די אסור. ניטאמאל יבושת הארץ איז גענוג, מ'דארף ארויסגיין פונעם תיבה?!

ס'הערט זיך ווי דער איסור איז מצד דעם תיבה, מ'טאר נישט אין תיבה, אזוי ווי א בית שיש בו ספר תורה וכדו'.

(דער עץ יוסף אויפן מדרש זאגט טאקע אז דער טעם האיסור איז שקדושת התיבה היתה קדושה יתירה מאד)
-

יעצט לאמיר זען א קליינעם רש"י (ח: יז). היצא אתך. אם אינם רוצים לצאת הוציאם אתה. נח ווערט באפוילן זיכער צו מאכן אז די חיות בלייבן נישט אינעם תיבה.
וואס איז שלעכט אויב זיי בלייבן דארטן? ס'וועט נישט זיין קיין קיום המין ווייל ושרצו בארץ ולא בתיבה מגיד שאף הבהמה והעוף נאסרו בתשמיש. (רש"י שם)
עס איז א שטארקע לימוד פאר היינטיגע צייטן. ווען דיין וועלט איז חרוב און דו האסט נישט קיין פלאן פאר דיינע קינדער, נישט קיין צייט, געלט, כח, און נערוון פאר זיי, ברענג נישט אראפ קיין פרישע דורות...
ווען דער אייבירשטער האט אים צוגעזאגט אז עס גייט נישט זיין קיין מבול מער, דעמאלט איז נח פריש אריינגעטאנצן אין די עבודת הקודש ככתוב בפרשה.
 
פרשת נח
חיוב קרבן תודה

שבעה שבעה זכר ונקבה לחיות זרע על פני כל הארץ (ז: ג)
שבעה שבעה. כדי שיקריב מהם קרבן בצאתו. רש"י.

נח וועט דארפן ברענגן א קרבן תודה. אבער ער איז שוין מחויב נאך פארן מבול?

לאמיר עס צונעמען אויף קליין געלט.
אונז זעמער יעצט מחויב צו עסן מצה אויף פסח. ווייל דעם חיוב איז אנגעוואנדן אין א זמן וואס גייט בהכרח אנקומען.

אבער א קרבן תודה איז אנגעוואנדן אין א געשעניש פון א נס, די געשעניש איז די מחייב און פארדעם נישט.

פונקט ווי א גוי וואס פלאנט זיך מגייר זיין מארגן איז בעצם נאכנישט מחויב היינט זיך צו פארזארגן מיט די מצות פון מארגן.

לאמיר זאגן א מענטש פלאנט אריבער גיין א מקום סכנה וואס מ'קען נישט דורכלעבן אן א נס, און ער האט באקומען אן הבטחה פון א צדיק, (נביא, אדער אפי' פונעם באשעפער אליין) אז ער וועט זוכה זיין צו א נס, דארף ער מיטנעמען א קרבן אויב ער ווייסט אז דארטן וועט ער נישט האבן קיין בהמות? איז ער לכאו' פטור - ווייל די נס איז מחייב דעם קרבן.

און נח ווערט מחויב צו פארזארגן א תודה פארן נס?

באמת די מקור פונעם רש"י איז אין בראשית רבה (לד: ח) ביי אן אנדערע פסוק פון נאכן מבול.
ויבן נח מזבח לה'. ויָבן כתוב, (לשון הבנה) אמר מפני מה צווני הקב"ה וריבה הטהורים יותר מן הטמאים אלא להקריב מהן קרבן.

ער איז טאקע נישט מחויב געווארן ארייננעמן די בהמות אלץ קרבן, נאר פשוט לחיות זרע על פני כל הארץ.
רש"י אלץ פרשן זאגט אונז אויס די סודות פון חדר וואס דער באשעפער וויל דא.

יעצט לאמיר זען א קליין שטיקל בתנחומא ויקהל (י') וכשיצא (נח) מן התיבה כו' ויעל עולות במזבח מה שלא נצטוה. אמר נח לא צוה לי הקב"ה להרבות מן הטהורות אלא כדי להקריב מהם עולות וקרבנות.
זייער שיין. גראדע האט ער מקריב געווען א קרבן עולה און נישט קיין תודה. (ולכאורה משום שעדיין לא הותר באכילת בשר).
 
אז מ'רעדט שוין דרוש
יעצט לאמיר זען א קליינעם רש"י (ח: יז). היצא אתך. אם אינם רוצים לצאת הוציאם אתה. נח ווערט באפוילן זיכער צו מאכן אז די חיות בלייבן נישט אינעם תיבה.

ס'געווען א מבול מ'איז געווארן טראומעטייזט מ'האט זיך באהאלטן אינעם תיבה און געווען פארנימען נאר מיט סורווייוועל.
אבער ווען די ערד איז שוין טריקן לאמיר נישט בלייבן אינעם איינגעמיירעטן דייפער, ס'שמעקט נישט גוט דארט.

לאמיר זיך ארויס ציען איינער דעם צווייטן ושרצו בארץ. ס'צייט אנצוהייבן לעבן פון עונג. כ'פארשטיי זייער גוט דעם ויטע נח כרם.
-

אגב. כ'זעה דערעולם האט וואס צו פארקויפן אויפן פרשה. כ'טויש דעם קעפל פון לומדות צו אלעס פון פשט ביז סוד, אפשר זאל מען עפענען יעדע וואך א שנירל איבערן פרשה?
 
הערליך. און א טראפ טיפער, ווען איינער איז צוגעוואוינט צו זיין לעכל, אפילו עס איז א קעסטל, וועט ער ענדערשער בלייבן דארט ווי ארויסגיין. מען דארף אים ממש שטיפן ארויסצוגיין פון סורווייוועל מאוד צו אמת’ע לעבן.
 
אגב. כ'זעה דערעולם האט וואס צו פארקויפן אויפן פרשה. כ'טויש דעם קעפל פון לומדות צו אלעס פון פשט ביז סוד, אפשר זאל מען עפענען יעדע וואך א שנירל איבערן פרשה?
גוטע איינפאל. געטראכט שוין לאנג אז מ'קען מאכן אזא שנירל ווי מ'לייגט ארויס יעדע וואך א ספעציפישע נושא אויפן פרשה, און יעדער קומט אריין מיט זיינע חקירות והערת. סוף וואך קען איינער מעגליך וואלונטירן אראפ צושרייבן דאס ענין אויף א מסודר'דיגע אופן צו קענען דרוקן/פארשפרייטן אלס א מאמר נתחבר דורך חברי תורה דקרעמל.

דאס קען ארייננעמען פשט, רמז, דרוש, סוד, דקדוק, היסטאריע, חקר המקרא, וויאזוי דאס ענין איז אפגעלערנט ביי אנדערע רעליגיעס, און נאך.
 
לעצט רעדאגירט:
גוטע איינפאל. געטראכט שוין לאנג אז מ'קען מאכן אזא שנירל ווי מ'לייגט ארויס יעדע וואך א ספעציפישע נושא אויפן פרשה, און יעדער קומט אריין מיט זיינע חקירות והערת. סוף וואך קען איינער מעגליך וואלונטירן אראפ צושרייבן דאס ענין אויף א מסודר'דיגע אופן צו קענען דרוקן/פארשפרייטן אלס א מאמר נתחבר דורך חברי תורה דקרעמל.

דאס קען ארייננעמען פשט, רמז, דרוש, סוד, דקדוק היסטאריע, השתלשלות הפשט, חקר המקרא, וויאזוי דאס ענין איז אפגעלערנט ביי אנדערע רעליגיעס און נאך.
וואו! גוטע געדאנק!
כ'הייב אויף מיין האנט, הנני!
 
ס'קען אויך זיין נאך אנדערע באשרייבונגען נישט אויפן פרשה.
כ'קען משתדל צו זיין צו שרייבן אן ארטיקל יעדע צווייטע וואך.

ווער נאך איז זיך מתנדב?
ווער קען באשטיין עס אנצופירן?

כ'טראכט פון איינער וואס קען אפשר זיין א מגיה.

ס'קען ארויסקומען גאר א שיינעם זאך!
 
לעצט רעדאגירט:
מיר האבן ב"ה געוואלדיגע ידענים, למדנים, און חכמים.
יעדער מיט זיין שטארקייט קען צוגעבן נופך משלו.
 
זייער שיין. גראדע האט ער מקריב געווען א קרבן עולה און נישט קיין תודה. (ולכאורה משום שעדיין לא הותר באכילת בשר).
די לשון המדרש איז עולות וקרבנות האב איך טועה געווען אז מ'מיינט תודה.

דעם היתר באכילת בשר איז געווארן גלייך נאכן מקריב זיין די קרבנות כָּל רֶמֶשׂ אֲשֶׁר הוּא חַי לָכֶם יִהְיֶה לְאָכְלָה כְּיֶרֶק עֵשֶׂב נָתַתִּי לָכֶם אֶת כֹּל: (ט: ג)
ביז דאן איז נאר געווען א היתר צו עסן צמחים
וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים הִנֵּה נָתַתִּי לָכֶם אֶת כָּל עֵשֶׂב זֹרֵעַ זֶרַע אֲשֶׁר עַל פְּנֵי כָל הָאָרֶץ וְאֶת כָּל הָעֵץ אֲשֶׁר בּוֹ פְרִי עֵץ זֹרֵעַ זָרַע לָכֶם יִהְיֶה לְאָכְלָה. (בראשית א: כט)
--

איסור אויף חיות צו הארגנען מענטשן

אגב. כ'באמערק יעצט אין די פסוקים א ציווי וואס דער אייבישטער האט געבן צו די חיות אז זיי טארן נישט הארגנען קיין מענטשן וְאַךְ אֶת דִּמְכֶם לְנַפְשֹׁתֵיכֶם אֶדְרֹשׁ מִיַּד כָּל חַיָּה אֶדְרְשֶׁנּוּ וּמִיַּד הָאָדָם מִיַּד אִישׁ אָחִיו אֶדְרֹשׁ אֶת נֶפֶשׁ הָאָדָם (ט: ה)
מיד כל חיה. לפי שחטאו דור המבול והופקרו למאכל חיות רעות לשלוט בהן שנאמר (תהלים מ"ט) נמשל כבהמות נדמו לפיכך הוצרך להזהיר עליהן את החיות. רש"י

א ווארענונגן צו די חיות, (אזא אין עונשין אלא א"כ מזהיריו...) אויב הארגעסטו מענטשן גייסטו געהארגעט ווערן (אין בית דין, אדער משמים)

ווי אזוי ארבעט אזא ציווי? דער אייבישטער זאגט נישט פאר נח קיין 'לאמור - אזוי צו זאגן פאר די חיות'
די דבר השם איז די הלכה וואס די חיות דארפן הערן אין זיך אליין (אפשר מיט אינסטינקט, אדער גאר עפעס א חיות מאראל?!)
עכ"פ געוויסע הלכות הערט מען פונעם באשעפער אליין אין זיך אליין.

(די רמב"ן זאגט אז די חיה ווייסט טאקע נישט דעם ציווי און זי שטארבט נאר אלץ נקמה.)
 
פרשת נח
איסור תשמיש בתיבה

ויבא נח ובניו, ואשתו ונשי בניו, אתו אל התיבה (ז: ז)
האנשים לבד והנשים לבד, לפי שנאסרו בתשמיש המטה מפני שהעולם שרוי בצער. רש"י

די איסור האט זיך אנגעפאנגען ביים אריינגיין אינעם תיבה, און גענדיגט נאכן ארויסגיין פונעם תיבה.
נח כיון שנכנס לתיבה נאסרה לו פריה ורביה כו' כיוון שיצא התירו. הד"ד צא מן התיבה אתה ואשתך (מדרש רבה ח: יז)

ביז אפאר שעה אדער טעג איז שוין קיינער נישט געווען בצער, קיינער לעבט שוין נישט. ביז נאך די פערציג טעג רעגן איז שוין געווען וימח את כל היקום אשר על פני האדמה מאדם עד בהמה. פארוואס איז נאך אסור? (אפשר איז דער 'עולם שרוי בצער' נח ובניו. אבער)

ווען די תיבה האט שוין גערוהט אויף הרי אררט א שטיק צייט איז נאך געווען די אסור. ניטאמאל יבושת הארץ איז גענוג, מ'דארף ארויסגיין פונעם תיבה?!

ס'הערט זיך ווי דער איסור איז מצד דעם תיבה, מ'טאר נישט אין תיבה, אזוי ווי א בית שיש בו ספר תורה וכדו'.

(דער עץ יוסף אויפן מדרש זאגט טאקע אז דער טעם האיסור איז שקדושת התיבה היתה קדושה יתירה מאד)
-

יעצט לאמיר זען א קליינעם רש"י (ח: יז). היצא אתך. אם אינם רוצים לצאת הוציאם אתה. נח ווערט באפוילן זיכער צו מאכן אז די חיות בלייבן נישט אינעם תיבה.
וואס איז שלעכט אויב זיי בלייבן דארטן? ס'וועט נישט זיין קיין קיום המין ווייל ושרצו בארץ ולא בתיבה מגיד שאף הבהמה והעוף נאסרו בתשמיש. (רש"י שם)
דריי האבן נישט געפאלגט און יא משמש געווען אין די תיבה בשעת'ן מבול, אן אינטרעסאנט שטיקל מעם לועז:

שלשה הם ששימשו מטתם בתיבה, והם חם, והעורב והכלב. ויש אומרים שלכך שימש חם בתיבה כי לפני המבול זנה עוג עם אשתו של חם, ורצה חם לחפות על הדבר ולכן שימש עם אשתו בתיבה. והבן שנולד לו קרא סיחון שהיה כמו עוג. ולעיל כבר כתבנו שמשנכנסו לתיבה נאסר להם להיות עם נשותיהם כי העולם היה שרוי בצער. וגם לבהמות החיות והעופות נאסר הדבר. והטעם לאלו, שאם היו משמשים היו מתרחבים מאוד עד שלא היה מקום בשבילם בתיבה. וכל השלשה קיבלו עונשם. חם נענש שנעשה עורו שחור כמו הפחם וכל זרעו שחורים. והכלב נענש שנדבק לנקבה אחר תשמיש ובזה הוא מתבזה. והעורב נענש שזרעו בא דרך הפה, ובמקור הוא מזדווג עם הנקבה.
 
והטעם לאלו, שאם היו משמשים היו מתרחבים מאוד עד שלא היה מקום בשבילם בתיבה.
שכח!
קומט אויס דער איסור תשמיש בתיבה איז ממש וועגן מ'געפינט זיך בצער לי המקום.
 
מורא'דיגע אינטרעסאנט אז דער בעל המימרא פארשטייט וויאזוי אלע חיות האבן געהאט פלאץ. נאר האבן נאך קינדער וואלט געמאכט ענג דאס פלאץ. לאל
 
פרשת נח
איסור תשמיש בתיבה

ויבא נח ובניו, ואשתו ונשי בניו, אתו אל התיבה (ז: ז)
האנשים לבד והנשים לבד, לפי שנאסרו בתשמיש המטה מפני שהעולם שרוי בצער. רש"י

די איסור האט זיך אנגעפאנגען ביים אריינגיין אינעם תיבה, און גענדיגט נאכן ארויסגיין פונעם תיבה.
נח כיון שנכנס לתיבה נאסרה לו פריה ורביה כו' כיוון שיצא התירו. הד"ד צא מן התיבה אתה ואשתך (מדרש רבה ח: יז)

ביז אפאר שעה אדער טעג איז שוין קיינער נישט געווען בצער, קיינער לעבט שוין נישט. ביז נאך די פערציג טעג רעגן איז שוין געווען וימח את כל היקום אשר על פני האדמה מאדם עד בהמה. פארוואס איז נאך אסור? (אפשר איז דער 'עולם שרוי בצער' נח ובניו. אבער)

ווען די תיבה האט שוין גערוהט אויף הרי אררט א שטיק צייט איז נאך געווען די אסור. ניטאמאל יבושת הארץ איז גענוג, מ'דארף ארויסגיין פונעם תיבה?!

ס'הערט זיך ווי דער איסור איז מצד דעם תיבה, מ'טאר נישט אין תיבה, אזוי ווי א בית שיש בו ספר תורה וכדו'.

(דער עץ יוסף אויפן מדרש זאגט טאקע אז דער טעם האיסור איז שקדושת התיבה היתה קדושה יתירה מאד)
-

יעצט לאמיר זען א קליינעם רש"י (ח: יז). היצא אתך. אם אינם רוצים לצאת הוציאם אתה. נח ווערט באפוילן זיכער צו מאכן אז די חיות בלייבן נישט אינעם תיבה.
וואס איז שלעכט אויב זיי בלייבן דארטן? ס'וועט נישט זיין קיין קיום המין ווייל ושרצו בארץ ולא בתיבה מגיד שאף הבהמה והעוף נאסרו בתשמיש. (רש"י שם)
wow א שאד די ביסט נישט געווען מיין מגיד שיעור אזוי קלאר אין גרינטלעך קום אריין מיט נאך
 
שכח!
קומט אויס דער איסור תשמיש בתיבה איז ממש וועגן מ'געפינט זיך בצער לי המקום.
אולי איז דאס לגבי די בעלי חיים (צער המקום), משא"כ נח ובניו - וואס זענען געווען אסאך ווייניגער אין צאל - איז משום צער העולם.
 
מיט דעם קען מען פארשטיין דעם ניגון פון ניקולשבורגע רבי שליט"א "נח וואז עי ביג צדיק, פון די קעפעלע וגו'
 
Back
Top