געפילן צי מיין X

שומו שמייעם

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 23, 2025
מעסעדזשעס
39
רעאקציע ראטע
182
פונקטן
28
שוין א לענגערע תקופה וואס אונז טוען זיך נישט אנקוקן
איך דריי אוועק מיין קאפ, און די דרייסט דיין רוקן
ס'קוקט נישט אויס ווי די ווילסט מיך נאך קענען
אלע בריקן ציווישן אונז ברענען

דאך וויל איך שרייבן פאר דיר אפאר שורות
זאלסט פארשטיין אביסל וואס די מצב ביי מיר איז
אפשר אויפלעבן מיין וועלט וואס איז געשטארבן
איך ווייס כ'האב מיך אליין אנגעברענגט די חורבן

את חטאי אני מזכיר, געזיכט בעסערע גליקן
אנדערע אויפן גאס מיט ציענדיגע בליקן
מיינע פאנטאזיעס פלענער אנגעהויבן וועבן
מיט זיי גיי איך האבן א בעסערע לעבן

הער זיך איין זיסער
געזאגט ווי א ציל שיסער
כ'מיין עס בכלל נישט שפאסיג
אבער דו ביסט פאר מיר נישט פאסיג

אפגעזאגט, אראפגעלאזט דעהם אטאם
אפגעצויגן, אנטלאפן מיט איין אטעם
נישט אריבער בכלל קיין סאך צייט
איינציזעהן די טעות וואס כ'האב געהאט

גארנישט אזוי גלאנציג, שיין, און געניט
ס'איז בכלל נישט קיין ליפסטיק, ס'פשוט בלוט
גארנישט אזוי הארציג, באליבט און אנגענעהם
ס'איז גיהינום כפשוטו, אפי' נישט קיין געים

ווי א האומלעז כ'דריי מיך ביינאכט אין די קעלט
בידיים האבעך חרוב געמאכט מיין שיינע וועלט
מיינע מחשבות און זכרונות הייבן אן נאגן
כ'דערמאן זיך אלעס וואס כ'פלעג פארמאגן

די אלע יארן וואס איך מיט דיך פארברענגען
וויאזוי קען איך עס צירוקברענגען
דו האסט מיר געמאכט פאר א מענטש אייגנטליך
אויסגעלערנט טראכטן און טון באשיינפערליך

אונז האבן זיך אזוי גוט און טיף געקענט
און מיינע שווערע צייטן אויף דיך אנגעלענט
די ליבע וואס איז געווען מיט אונז ציזאמען
אוי, ס'ברענט אין מיין הארץ מיט פלאמען

איך דערמאן זיך פון די ווארימע הייסע קיש
געקימען ביינזאם מיט יעדע באגעגעניש
מיט א קאווע צופרי, און טיי ביינאכט
שעות געשמועסט, פארברענגט און געלאכט

לעצטנס האב איך דיר געזעהן ביסט אזוי זיס
ס'קומט מיר טרערן, ס'גליסט זיך מיר א שמועס
וויאזוי גייט עס ביי דיר, וואס מאכסטע
כ'וויל וויסן אויב וויינסטו צי לאכסטע

זאג, האסטו זיך שוין געטראפן נייע חברים
צי האסטו מיך שוין געלייגט אין חרם
אלע די יארן ציזאמען זיך דערקוויקט
האסטו עס שוין טאטאל דערשטיקט

איך בין גרייט צוריק צים טיש
די שמוציגע בלאט געבן א מיש
גלייב מיר איך האב חרטה טיף
יעצט ווארט איך נאר אויף דיין רוף

כ'געב דיר מיין נאמבער 'באהבה'
לאמיר זיך טרעפן מארגן צופרי מיט א קאווע


צי דיר, מיין באליבטע גמרא!
 
לעצט רעדאגירט:
הערליך!

די קוש מיינסטו מן הסתם די זיסע ציעדיגע קוש וואס מ'געט דעם קאָצקע צוקער פאר מ'געט א זופ פונעם קאווע... אה א מחיה!

אדער אפשר די קוש פארן גמרא ביים צוריק לייגן אין שאפע.
 
הערליך!

די קוש מיינסטו מן הסתם די זיסע ציעדיגע קוש וואס מ'געט דעם קאָצקע צוקער פאר מ'געט א זופ פונעם קאווע... אה א מחיה!

אדער אפשר די קוש פארן גמרא ביים צוריק לייגן אין שאפע.
אוודאי אזוי!!

כ'האב גראדע געוואלט שרייבן עפעס בערך:

כ'האב מיר געשפירט אין די הימלען
ווען איך פלעג מיט דיר איינדרימלען....

אבער כ'האב מורא געהאט ס'גייט אויסזאגן די פאנטש ליין.....
 
שוין רחמנות געהאט אויף ענק ביידע, כמעט פארלאזט א טרער פאר דיר און פאר דיין ווייב.

היינט צוטאגס לערענען איך בלאט א טאג, האלב וועגס געצווינגען, מזאגט די גמרא מיט רשי און איך קען קוים ווארטן צו ענדיגען, איך טראכט יעצט צוריק צו די צייטן ווי מהאט געזיצן אין געלערנט אפאר שעה, געלערנט מיט אלע מפרשים, נישט געוויסט פון צופיל אנדערע זאכן אדער דאגות, סאיז געווען גוטע צייטן, איך וואלט צוריק געגאנגען צו יענע צייטן ווען איך קען ווען, היינט האב איך נישט קיין נערווען פאר גארנישט.
 
Back
Top