געזעצן פון טערמאדינאמיקס

מי אני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 16, 2024
מעסעדזשעס
224
רעאקציע ראטע
1,100
{זייענדיג אז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט, וועל איך אי״ה ממשיך זיין מיין אשכול דארט איבער טערמאדינאמיקס והמסתעף}

דר. סאַבּין האסענפעלדער טענה׳ט אז די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס איז נישט דייקא מכריח דאס היץ-טויט פונעם יוּניווערס. עס זאגט נאר אז לגבי (אינפארמאציע פון) וויפיל מייקראָסטעיטס זענען שייך בתוך א סיסטעם/מעקראָסטעיט גייט די ענטראפּי נישט אראפגיין. אבער די מעקראָסטעיט איז אַרבּיטרערי צו וואס אונז ווילן מעזשורען. ונמצא מזה אז עס וועט אלס זיין א מעקראָסטעיט וואס לגבה וועלן די מייקראָסטעיטס בתוכה זיין אין א נידעריגע ענטראפּי, הגם אט דאס ווערט גערעכענט ווי הויכע ענטראפּי לגבי א פריערדיגע אנדערע מעקראָסטעיט. וממילא אפשר פאר אונז און אונזער אפשאצונג פון מעקראָסטעיטס וועט עס צוקומען צו מאקסימום ענטראפּי, אבער דאס באדייט נישט אַן אבּדזשעקטיוו סענס על הכלל כולו.

***

IMG_8260.jpeg
 
לפענ"ד דאס וואס האָסענפעלדער זאגט איבער די Second Law of Thermodynamics אין macroscopic סיסטעמען, איז לכאורה אַ מיספארשטענדניש אין די יסודות אין פיזיק'ס.

זעה די מאמר (עמוד 13 ואילך) פון די פיזיקער Elliott Lieb און Jakob Yngvason, צום בײשפיל, אז דער Second Law איז באַשטימט פאַר אַלע גרויסע סיסטעמען, אפילו ביי macro, און באזירט אימפעריש, און א יסוד אין פיזיק'ס.
 
לעצט רעדאגירט:
איך זעה נישט דייקא די סתירה. אוודאי וועט אין עני גיווען מעקראָסטעיט/סיסטעם די ענטראפּי נישט אראפגיין. און דאס איז ווייל עס וועלן זיין מער סארטן מייקראָסטעיטס השייכים בתוכה וואס עס קען אלס זיין, וממילא וואס מ'קען נישט טוהן ארבעט דערמיט, ווי איידער ווייניגער, וואס מ'קען דעמאלטס יא. עס איז נאר אז איין מעקראָסטעיט וואס איך קוק אָן, ווי לדוגמא די זון, בשעת עס וואקסט טאקע אין ענטראפּי, וועט אבער דאדורך ממש פועל זיין אויף די אינישעל סטעיט פון אַן אנדערע מעקראָסטעיט וועלכע איך (הייב אָן) מעזשור(ן), ווי לדוגמא אונזער וועלט, צו ווערן גערעכענט ווי נידעריג אין ענטראפּי לגבה, וואס וועט כמובן טאקע וואקסן ביז די מעסטונג פון איר ענד-סטעיט. וממילא טענה'ט זי (וועלכע איז א פיזיקערטע), איז דאס וואס אונז רעכענען די מעקראָסטעיט'ס ענטראפּי לגבי היץ-טויט נישט מדוייק, וויבאלד דאס קען שאפן אַן אנדערע גיווען מעקראָסטעיט וואס דארט ווערט דאדורך איר אינישעל ענטראפּיק סטעיט גערעכענט ווי נידעריג (וואס וועט דערנאך טאקע וואקסן), וממילא מיט מעגליכע נוצליכע ארבעט. (אין דאס איז בפרט ווען איך נעם אריין די געדאנק פון וויאזוי העדר אינפארמאציע איז פועל אויף ענטראפּי.) וכדבריה:
I believe that as the universe gets older and entropy increases according to us, new complex systems will emerge that rely on different macrostates, macrostates that we ourselves could never use. And for those complex systems, call them living beings, the entropy will be small again. So life will go on, but in a form very different from us​
ואוודאי טאמער שטעל איך צאם ביידע מעקראָסיסטעמען, וועט אט די איינע צאמגעשטעלטע מעקראָסטעיט'ס ענטראפּי נישט אראפגיין, וכדברי דר. ליעבּ ודר. ינגוואסאן.

עס איז אביסל ענליך אין א (פארקערטן סארט) וועג צו דר. וויקטאר סטענגער'ס טענה (אויך א פיזיקער) אז די יוניווערס איז מעולם נישט געווען אין א נידעריגע-ענטראפּי סטעיט. עס איז געווען אין הויכע מאקסימום ענטראפּי לפי די וואליום פון די יוניווערס דעמאלטס; די מעקראָסטעיט וואס איך רעכען.

***

דר. דזשאן מקגיניס איז מדמה ידיעת הקב״ה/המוכרח המציאות צו לאפּלאס׳ס שד:
In many respects, the image that Avicenna has in mind of the way that the Necessary Existent knows temporal and corruptible things without knowing them as such is like that of Laplace’s so-called demon. In fact, Laplace’s observation is germane here. He wrote:

We may regard the present state of the universe as the effect of its past and the cause of its future. An intellect which at a certain moment would know all forces that set nature in motion, and all positions of all items of which nature is composed, if this intellect were also vast enough to submit these data to analysis, it would embrace in a single formula the movements of the greatest bodies of the universe and those of the tiniest atom, for such an intellect nothing would be uncertain and the future just like the past would be present before its eyes

Laplace’s sentiment echoes one that Avicenna himself made some 800 years earlier: “The Necessary Existent intellects everything only universally; nevertheless, no individual thing escapes its notice, ‘not even the weight of an atom, whether in the heavens or on Earth, escapes his notice’” (Metaphysics, VIII.8, 288.2–3). Since the Necessary Existent knows itself, it knows itself as the ultimate cause of all that exists, and thus knows the causal order of all possible things. Consequently, the Necessary Existent knows the entire order of all possible things and their relationships vis-à-vis one another, not as unfolding, as it were, but all at once

For Avicenna, strictly speaking, the Necessary Existent only knows itself. Still, inasmuch as it knows itself it knows that it is the principle of all existing things right down to the individuals. Thus, the Necessary Existent knows individuals inasmuch as it knows that to which its causal efficacy extends. In general, Avicenna argues as follows (Metaphysics, VIII.6, 288.5–13): The Necessary Existent knows itself completely and so knows itself as the principle or cause of all that exists. If, however, one completely knows a cause, one must also know all the effects of that cause. Therefore, inasmuch as the Necessary Existent is the ultimate cause of all things and completely knows itself as such, it must know all things, whether they be the causes that interact with one another or the effects that ultimately result from those interactions, which would include the individuals that come to exist actually​
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top