- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 763
- רעאקציע ראטע
- 1,861
איך ווייס נישט אויב די שנירל באלאנגט דא; אויב נישט, וועלן די מאדס עס רוקן וואו עס פאסט.
עס זענען דא זעקס זאכן וואס דער מענטש ווייסט נישט אין די ערשטע 40 יאר פון זיין לעבן, אבער עס וואלט געווען גוט צו וויסן שוין ביי 25 אז זיי עקזיסטירן. ווען ער קומט צו די זעקסטע זאך, איז ער שוין אריבער די פערציג. אויב דו ליינסט דאס איצט ווען דו ביסט נאך אינגער, האסטו א גרעסערע שאנס צו דערגרייכן די 40 יאר מיט א גרינגערער געמיט. והנה הם:
1. דאס לעבן איז פיל בעסער, געשמאקער, און רואיגער ווען קיינער ווייסט גארנישט וועגן דיר.
2. נעם קיינמאל נישט קיין עדווייס פון מענטשן וואס זענען נישט אין די פלאץ וואו דו ווילסט אנקומען.
3. יעדער מענטש וועט ענדלעך ווייזן ווער ער/זי איז. דו דארפסט זיי בלויז געבן צייט.
4. ווארט נישט אז אן אפערטוניטי זאל קומען צו דיר. גיי נאכדעם אליינס און שאף דיינע געלעגנהייטן.
5. דער סוד פון סיפוק החיים איז פרייהייט, און דער סוד פון פרייהייט איז צו האבן דערשטנד.
6. דאס לעבן וועט אייביג ברענגען קאנפליקטן און פראבלעמען (איך בין סארי אויב איך האב געבאסט דיין באבעל). דו דארפסט לערנען צו הנאה האבן פונעם לעבן, בשעת דו ארבעסט צו פארריכטן דיינע פראבלעמען. עס איז דא שיינקייט אין א יעדן טשעלענדזש וואס מיר גייען אדורך. דו קענסט וויינען אין דער שטורם, אדער טאנצן אין דער רעגן.
ווידעראום, די בחירה איז אייביג אין דיינע הענט.