גע'גנב'עטע ניגונים

עס איז אמאל געווען אין ק"ש אן אשכול פון אלע נגונים פון הרב יו"ט עהרליך פון די ראמעינישע באר'ס פון יוטוב. קען איינער אנצייגען וואס, ווען און ווי ? איך זוך עס שוין פאר א ויילע ועוד לא מצאתי ?
 
דאכט זיך אז ר? יום טוב ערליך האט נישט איינגערעדט דעם עולם אז ס׳זיינע ניגונים, ס׳געוועהן פשוט ביי יעדעם (עכ״פ יוצאי סאמארקאנד) אז ער נעמט פאפ ניגונים און ער לייגט ארויף אידישע ווערטער, אזויווי יונתן שווארץ האט געטוהן און די 90׳ס ער האט גענומען באקאנטע ניגונים און ארויפגעלייגט זיין אייגענע ווערטער.
 
ריכטיג, איך זיך נישט קיין געגאנבעטע. איך זיך די מקורות.
 
עס איז אמאל געווען אין ק"ש אן אשכול פון אלע נגונים פון הרב יו"ט עהרליך פון די ראמעינישע באר'ס פון יוטוב. קען איינער אנצייגען וואס, ווען און ווי ? איך זוך עס שוין פאר א ויילע ועוד לא מצאתי ?
דער שמועס איז אין דעם אשכול, דא איז א בלאג דערוועגן
 
דאכט זיך רוב יום טוב עהרליך ניגונים זענען זיינע אייגענע. לאמיר אפיר נעמען אידישע אוצרות וועלעכע זענען דערווייל יונטלס מערסט פאפולערע ניגונים. שבת קודש, כמעט קלאר סאיז יונטל, אוזבעקיסטאן, א געמיש פון עטליכע מקורות, אבער צאמגעשטעלט האט דאס ר׳ יונטל. בלעטעלע אויך כמעט בלי ספק סאיז פון יונטל. סאסיווער אויכעט כנראה. בארדיטשעווער קען איך נישט זאגן, סדערמאנט אביסל דער באקאנטער פאלטאווער ניגון פון חב״ד, ווער ווייסט. אני מאמין הערט זיך ווי א סטאלינער ניגון אבער שטארק יתכן סאיז פון ר׳ יונטל, סדערמאנט אביסל זיין ל״ט מלאכות ניגון. די תורה און די אומות, כמעט קיין ספק ס׳איז פון ר׳ יונטל. פרונזער עשאלאן, סשמעקט פון א רוסישער קלאסיקס, יתכן סאיז געבויט אויף עפעס עלטער, אבער נעמענדיג אין באטראכט אז זי ענדלט צו העלאו ירושלים לאזט זיך זאגן זי איז יא פארפאסט דורך יונטל. אין אן היייזל אין אן אלטער איז כמעט ברור סאיז פון יונטל. שלא עשנו גוי, זעהט אויס קארלין אבער כ׳וואלט זיך נישט גע חידוש׳ט צו הערן אז סאיז יונטל׳ס. יוסף מוקיר שבת ווידער קארליניש, נאר טאמער איז עס נישט ידוע בקרב חסידי קארלין אלץ א קארלינער ניגון איז עס שטארק מעגליך זיינער.

יעצט צו איך האב געווארט פון מרדכי. הנה לא ינום איז קלאר יונטלס. העלאו ירושלים טראץ געבויט אויף רוסישע תנועות בפשטות אויך זיינער. פרייליך אידן בפשטות זיינער.
 
מפארט אהיים וואס ירמיה דאמען זינגט איבער איז לכאורה יונטלס, לאמיר זיך אומקערן אידעלעך וואס זושע שמעלצער זינגט מיט ליפא און שפעטער לוי פאלקאוויטש, איז קלאר יונטלס. דער בעל שם טוב איז אמאל איז כמעט בלי ספק יונטלס. ניסים, וויליאמסבורג, פון וועמען דען אויב נישט דורך יונטל?!
 
אז מרעדט שוין, יוסי גרין נישט געקוקט אויף זיין אומגעהויערע מוזיקאלישקייט, איז כמעט נישטא קיין אייגענער תנועה פון אים, אלץ איז צאמגעשטעלט פון עלטערע תנועות, נאר מעשה ידי אומן, ווי א מוזעאיק, און דאס קען נישט יעדער.
 
איך זעה אין דעם רשימה בלויז דריי וואס איך האב דערמאנט, אני מאמין האב איך געקלערט ס׳עפעס סטאלין אדער אייגנס, אבער ווייזט זיך אויס ס׳איז פון הערשמאן צו ווער דער חזן איז. די בלעטעלע און שבת קודש וואס איך האב געקלערט אז ס׳איז אייגנס, וואלט מיר געווען א חידוש צו הערן אז נישט, אבער פונקט די צוויי קען איך נישט עפענען. אגב, יעדער ר׳ יונטלס א ניגון איז סייווי שטארק געבויט אויף אלטע באקאנטע תנועות, דערפאר דארף מען קודם קלארשטעלן וואס אייגענטליך גייט אריין בגדר אייגנס.
 
לעצט רעדאגירט:
אלץ איז די שאלה ווער האט געגאנוועט פון וועמען. פאראן א סך ניגונים גאר ענדליך איינס צום אנדערן, שבת קודש פון יום טוב עהרליך אפ געזעהן ווער סאיז דער ארגינעלער מחבר איז גאר ענדליך צום אלטערנאטער והוא שעמדה והוא שעמדה..., זיין מיר דאנקען און לויבן פון אני מאמין אפ געזעהן פונעם ארגינעלן מחבר איז בלי ספק ווי וטהר ליבינו טאטע. דער ערשטער פאל אדון עולם פון בעלז איז ווי כל מקדש וואס מען זינגט אין פשעווארסק. בצאת ישראל פון מאדזשיץ (וואס איז דא אויף כולנו מסיבין) דער ערשטער פאל איז ענדליך צום ערשטן פאל פון א ניגון באקאנט אין א סאטמאר. הרחמן פון בן ציון שענקער דער צווייטער פאל איז ווי צווה פון בעריש ווישעווער, זיין שיבתי דער צווייטער פאל איז ווי סאן רייז סאן סעט, זיין ממקומך (אויף שירתא) דער לעצטער פאל איז ווי מקימי פון מרדכי. מרדכי׳ס תערוך לפני פון גם כי אלך איז ווי בראש השנה.

זענען געגאנוועטע תנועות קונצליך אריינגעפלאכטן אין א קאמפעזיציע פארעכנט געגאנוועט? יוסי גרין און יענקל תלמיד זענען אויסגעשפראכענע מומחים אין דעם און די צוויי זענען די גרעסטע קאמפאזיטארס פון די דורות נאכן קריג.

אבער אז דו ווילסט רעדן פון ממש געגאנוועטע ממקורות חיצונים, איז דאך באקאנט, כוכבים, דעדי דעיר, יידן, יוניטי, פון מרדכי. לטב עבוד פון מיכאל שטרייכער, אשר ברא פון פיאמענטא, אני מאמין פון דדי (בית אבא)
 
אסאך פון דיינע השוואות זענען זייער שוואך
 
אין די גוי׳שע וועלט מאכט מען טויזנטערס מיט suing ווען איינער נעמט אפילו נאר אן intro מיט א vibe פון יענעם׳ס song

דא איז א שמועס דערוועגן
 
Back
Top