גאנץ סאטמאר אונטער איין דאך

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
731
רעאקציע ראטע
1,775
*וַיְהִי שָׁם לְגוֹי גָּדוֹל עָצוּם וָרָב!*

*אַ דראַמאַטישע מעלדונג קלינגט אָפּ דעם היינטיגן דינסטאָג צווישן תלמידי וחסידי סאטמאר אלוועלטליך!*

*זיך גרייטנדיג צום היסטאָרישן ווענדפּונקט ״יובל השמונים״ מיום הצלת מרן רבינו הקדוש והטהור רשכבה״ג מסאטמאר זי״ע*, איז דורך די הנהלת מוסדות סאטמאר — די סאַמע גרעסטע מוסדות אימפּעריע על פּני תבל — *געשלאָסן געוואָרן א הסכם מיט'ן גיגאַנטישן ״באַרקלעיס צענטער״ אין ניו יאָרק סיטי, אָפּצורעכטן דעם היסטארישן "כינוס תלמידי וחסידי סאטמאר"*, ביום כ״א כסלו שנת תשפ״ה הבעל״ט.

בעצם היום הזה, *כ״א כסלו זונטאָג וישב נאָכמיטאָג*, וועט דער אומשאַצבאַרער לגיון של מלך שהעמיד אותו צדיק וקדוש אשר לא יספר מרוב כ״י, *״גאַנץ סאטמאר״ זיך פאַרזאַמלען תחת קורת גג אחד, להודות ולהלל על הנסים ועל הנפלאות*, און שעפּן חיזוק פאָרצוזעצן ווייטער אינעם הייליגן דרך און פאַרפעסטיגן די מוסדות הקדושים, למען עשה כיום הזה להחיות עם רב!

וחמישי״ם עלו! דאָס קומט אין דער זעלבער צייט ווען *מוסדות סאַטמאַר האָט פּראָקלאַמירט דעם פּרעצעדענטלאָזן ״חמישים מיליאָן״ קאַמפּיין לבצר עתיד מוסדותינו הק׳*, צו פינאַנצירן די מאַסיווע ווייטגרייכנדע הרחבת גבולי הקדושה פּראָיעקטן וועלכע פּראָגרעסירן אין אומגלויבליכער שנעלקייט און מאַכטפולער ריטעם, צו אַקאָמאָדירן דעם אומאויפהערליכן וואוקס פון תלמידים און תלמידות כ״י, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!

*וַיְהִי בִשְׁמוֹנִים שָׁנָה לְצֵאת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל!*

*במקהלות רבוא רבבות וועט באותו מעמד קבל תבל ומלואה דעמאָנסטרירט ווערן דער אומברעכבאַרער נצחיות׳דיגער כח האמת וואָס דער צדיק הדורות האָט אויפגעבויעט, מיט 80 יאָר אָריגינעלע אידישקייט און חינוך הטהור למען עתיד הדורות על אדמת אמעריקע, ולאורו נסע ונלך עד ביאת הגואל!*

מיט'ן היסטארישן מעלדונג *וועלן זיך בעזהשי"ת די דינאַמישע עסקני בית סאטמאר תיכף ומיד נעמען צו די עבודה אויסצופּלאַנירן די פאַרצווייגטע לאָגיסטישע דעטאַלן פונעם כינוס חסידי סאַטמאַר האדיר*, וואָס וועט אי״ה אפּגעראכטן ווערן באגלייט פון פייערדיגע דרשות, פלאַמעדיגע ריקודין להודות ולהלל, און א גאר היסטאָרישן רייכן פּראגראם אָפּצושפּיגלען דעם היסטאָרישן מאָמענט בקורות ימי קיומינו על אדמת אמעריקע, *ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל ברינה יתפּאר שמך מלכינו ומלכינו בראשינו!*

*כ״א כסלו • גאנץ סאטמאר תחת קורת גג אחד • ברבבותינו בנערינו ובזקנינו • אין גיגאַנטישן באַרקלעיס צענטער!*

וְכָל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל בְּרִנָּה יוֹדוּ וִיבָרְכוּ, וִישַׁבְּחוּ וִיפָאֲרוּ, וִירוֹמְמוּ וְיַעֲרִיצוּ, וְיַקְדִּישׁוּ וְיַמְלִיכוּ!
1000052440.jpg
 
וואס הייסט "גאנץ סאטמאר"?

דאס איז א פראיעקט פון מהרי"י
 
א שיינע סערוויס וואס די מוסדות שטעלט צו פארן ציבור. א פלאץ בהרחוות הדעת ווי מיר וועלן קענען געבן א שבח והודאה ולהודות ולהלל אז מיר זענען אנגעקומען ביז אהער, אז מיר האבן אויסגעהאלטענע מוסד וואו צו שיקען אונזערע קינדערלעך.

און ביי דעם געלעגנהייט וועט מען קענען ארויסברענגן אן הכרות הטוב פאר די לאנגיעריגע נגידי ונכבדי הקהילה והמוסדות וואס געבן זיך איבער אגאנץ יאהר לטובת הכלל והפרט.
 
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דא גייט פאר..
ביים כינות הרבבות האט ער עס נישט געקענט אנפילן, אלזא וואס איז די פלאן?
 
גראדע יא געווען פיל דעמאלטס
נאופס, געווען זייער אסאך ליידיגע זיצן
געדענק איך זעהן אין די מודעות פארדעם אז די קינדער זאלן קומען מיט סוועטערס אנגעטון... ווייל ס'גייט זיין קאלט...
 
איז די נאוועמבער פרעזידענטליכע עלעקשענס בעפאר כ"א כסלו ?

כ'קען פשוט נישט מיטהאלטן אזויפיל פאליטישע נייעס אויפאמאל..
 
נאופס, געווען זייער אסאך ליידיגע זיצן
געדענק איך זעהן אין די מודעות פארדעם אז די קינדער זאלן קומען מיט סוועטערס אנגעטון... ווייל ס'גייט זיין קאלט...
דאס איז געשטאנען אויף די מודעות פארן כינוס הכללי פון מהר"א נגד 'עצם רעיון הציוני' פאר ווער ס'געדענקט.
בארקלעיס איז געווען א געלונגענע איווענט פאר מהר"יי, אבער ס'דא אסאך סיבות דערצו, איינע פון די, ווייל דעמאלטס איז געווען נאך פאר קאמאן קאר, און אלע עקסטראמיסטישע באוועגונגען זענען נאך געלאפן אין שפאן מיט אים.
ס'שווער צו גלייבן אז ער וועט עס קענען אנפילן אויף א כ"א כסלו.
 
צום פינטל האט געלייגט ווידיאס ווי מ'שפרייט אויס שווארצע ליילעכער צו באדעקן די ליידיגע זיצן
 
Back
Top