- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 621
- רעאקציע ראטע
- 2,719
כ'בין געפארן מיט מיין משפחה׳לע אויף א א חול המועד טריפ פון עטליכע טעג מיט מיין קאר, קיין קאנאדא, וואס עפעס קיין קאנאדא וועט איר ליינער אוודאי וועלן וויסן? פשוט ווייל כ'האב געוואלט זיין אינטער די וואכזאמקייט און שטרענגע השגחה פון סאכדעס הרעבנים דארצות הברית (קודש) וקנאדא, אזוי ווייס איך אז כ'בין אינטער די עינא פקיחא פון דער רבי זי"ע, און וועל נישט האבן קיין ניסיונות פון שמאלע געפאסטע קורצע קליידער. און דער רבי פלעגט זיך שטענדיג אויסדריקן אז אפילו ווען מ'פארט אויף וואקאציע פארט גאט מיט.
די וועג אהין איז געווען בוכאשעם גאר גוט, מ'האמיר זיך אפגעשטעלט ביי די אנדערע זייט גרעניץ פון די וועלט'ס באקאנטע נייעגרא פאללס. וואו מיליאנען מענטשן מכל קצוי תבל קומען עס באזוכן יערליך. ס'האט זיך טאקע אנגעזעהן ווי מענטשן פון אלע ווינקלעך זענען דארט געווען, ס'האבן זיך געגאסן מענטשן פון אלע זייטן כחול הים, פון אינדיע, יוראפ און ווי אויך מוסלמענער, אמעריקאנער, און אויך פון קאנאדא. שיינע בילדער געכאפט. פון דארט זעמער צוגעפארן עסן קיין טאראנטא וואו עס זענען פארהאן גאר גוטע אויסוואל פון נארהאפטיגע רעסטוראנטן, מילעכיגע ווי אויך פליישיגע.
פון דארט האמיר זיך ארויסגעלאזט צוריק קיין אמעריקא צו די יונייטעד סטעיט אוו אמעריקע, אזויווי די נאוויגאציע רופט אויס ביים דורך פארן די גרעניץ. און אויפן וועג זוכענדיג ווי צו נעכטיגן, איז לכתחילה האב איך געוואלט נעכטיגן ביים גרעניץ אזוי ארום צו קענען הנאה האבן פון די שיינע קאלירטע פארבן פון די וואסער פאלן וועלכע ווערן באלאכטן פון די ארומיגע ספעציעלע קאלירטע לעמפלעך. אבער פארשטייצעך ס'געווען גאר טייער, האב איך זיך מיישב געווען צו גיין קיין באפעלא און גענומען זוכן א האטעל וועלכע איז לאו דוקא ביים גרעניץ און איז היפש ביליגער.
כ'בין ארויף אויפן ברייטן געוועב און געפונען גאנץ א גוטן דיעל, ס'שוין געווען היפש שפעהט, קרוב צו חצות ווען מיר זענען אנגעקומען דארט. געפארקט מיין אויטא אין דער זייט, און אריין דערקלערן מיין צימער, דער פראנט דעסק ארבייטער קוקט מיר אן מיט צוויי גרויסע אויגן און טענה'ט אז איך האב נישט רעזערוועישאן פאר היינט נאכט, נאר פאר מארגן! און איך טענה מיט עם אז ס'קען נישט זיין. בקיצור כ'נעם אפיר מיין אימעיל און כ'זעה טאקע אז מיין רעזערוועישאן איז פארן נעקסטן טאג! וואס טוהט מען דא טראכט איך צו מיר? האב איך טעלעפאנירט דעם טוירד פארטי בוקינג און עם מסביר געווען אז עפעס א מיסטעיק איז געווען דא און זיי האבן מיר בארואיגט אז מיסטעיקס קענען פאסירן און זיי גייען פרובירן צו רעדן מיט פראנט דעסק און מיר שאפן א צימער פאר היינט נאכט.
למעשה האבן זיי מיר צוריק גערופן און געמאלדן דאס זעלביקע וואס פראנט דעסק האט מיר געזאגט פארדעם, אז זיי זענען גענצליך אויספארקויפט פאר היינט נאכט, און נאר מארגן האבן זיי אוועיליביליטיס. האט מיר די טוירד פארטי באקינג געלאזט וויסן, אז היות מיין פעימענט איז שוין ארויס פון מיין אקאונט גייען זיי פרובירן מיט די געלט מיר צו שאפן אנאנדערע האטעל צימער אינעם געגענט און אויב געפונען זיי נישט דאן וועלן זיי מיר ריפאנדן דאס גאנצע געלט, וכך הוה זיי האבן מיר נישט געקענט געפונען עפעס אינעם גאנצן געגענט און האבן מיר געגעבן א פולע ריפאנד.
למעשה האה איך געברויכט טרעפן עפעס אנדערש, גיי איך צוריק אריין אין מיין קאר כ'לייג מיין רעכטע פיס אויפן סטאפ ברעיק, כ'דריק דעם רויטן קנעפל אבער דער מאטאר צינדט זיך נישט אן! ער מאכט אזא גערודער ווי א האלבע גוסס נאכן שאקן, און ווי א הייזעריקע אנגערייכערטע האלדז וועלכער צוהיסט זיך, כ'פרוביר איינמאל און נאכאמאל אבער דער שטן פארארבייט דארט און מיין באליבטע קאר צינדט זיך נישט אן! די ערשטע רעאקציע פון מיר און מיינע קינדער זענען געווען א הילכיגע געלעכטער אויספלאץ, פיין פארדעם, אבער וואס טוט מען למעשה טראכט איך צו מיר? אויב איך האב נישט יעצט קיין קאר קען איך נישט גיין זוכן פאר א האטעל צימער!
וואס טוט א איד אין אזא צייט? מרופט אריין חברים! שוין געווען היפש שפעהט ביינאכט נאך חצות, חוה"מ נאכדערצו, אבער וואס קען מיר שוין חברים דען העלפן אין א ווייטע פרעמדע שטאט נעבן דעם קאנאדישן גרעניץ? אבער אזוי ווי ס'איז חוה"מ האבן זיי פארט פרובירט אפשר איז א מעמבער אין די געגענט? אבער למעשה איז קיין מעמבער נישט געווען אינעם גאנצן געגענט ארום. האב זיי מיר געצה'ט איך זאל רופן אדער מיין אינשורענס קאמפאני אדער טריפל עי פאר ראודסייד אסיסטענס, אבער אזויווי איך האב נישט קיין ראוד סייד אסיסטענס, האב איך מיר רעגיסטרירט פאר טריפל עי און זיי גלייך נאכדעם באשטעלט און זיי זענען טאקע געקומען מיר געבן א בוסט. אבער ודא עקא איז דער שטן אינאיינעם מיט גאט געווען פארמישט, און מיין קאר האט נישט רעספאנדעט צו זיין דזשאמפ סטארט, און ער האט מיך נאך צוגעלייגט אז לויט זיין עקספיריענס קוקט אויס ווי דער פראבלעם איז מיטן אלטאנעיטאר, שוין ס'מיר גוט געווארן ווען איך האב דאס געהערט. ער האט מיך אויך מסביר געווען אז באלד אינדערפרי וועט מען אריינשלעפן מיין קאר צו א לאקעל מעקעניק און דארט אויסטשעקן וואס מ'וועט טוהן ווייטער אבער יעצט ביינאכט קען מען עכט גארנישט טוהן. אקעי טראכט איך צו מיר איז נישט, אבער איין זאך וואס איך האב יא מצליח געווען צן טוהן איז צו עפענען די פענסטערס פון די קאר אז באלד ווען מיר גייען מאכן אונזער קאר פאר אונזער שלאף צימער פאר'ן היינטיגן נאכט זאל מען זיך כאטשיג נישט דערשטיקן פון די הייסע פייכטע לופט.
דער טריפל עי דרייוער איז זיך אפגעפארן, און מיר האבן זיך גענומען מסדר זיין דעם קאר פאר א געלעגער, פאר א היסב בעט. אין די זעלבע צייט איז די בעטעריע פון מיין טעלעפאן אויסגעגאנגן און קאמיוניקירן האב איך נאר געקענט מיט מיין ווייב'ס פליפ פאון, ס'איז א נאקעטע פאון, קיין געסעיווטע פאון נומבערס, אימעיל, וואטסעפפ וכו' וכו' קיין ספר הזיכרון איז עס נישט אבער פאון קאללס קען מען כאטשיג מאכן דערמיט.
בין איך אריין צום האטעל לאבי און פארציילט פאר זיי די מעשה מיט מיין קאר און געבעטן פון פראנט דעסק זיי זאלן מיך לאזן טשארדזשן מיין טעלעפאן, אבער דער גוי האט מיר געגעבן עטיטוד און נאך צוגעווארפן אז איך נעם אדווענטעידזש פון עם און איך זאל שוין אפטראגן פון דארט און אז נישט רופט ער פאליציי אויף מיר, כ'האב עם געבעטן אז כ'בין גרייט צו באצאלן אבער דער דרעק האט נישט געהאלטן דערביי און מיך פאריאגט פון דארט.
שוין בין איך צוריק אין קאר אנגעווייטאגט פון פראנט דעסק וועלכע האט מיך אזוי באזידלט על לא חמס בכפי. דאס גאנצע משפחה איז שוין פיין געשלאפן און זיך אויסרעדן צו איינעם האב איך נישט געהאט, און כ'האב פרובירט צו כאפן א דרימל, כ'בייג מיך אהער און אהין, כ'פרוביר מיך אויסצוציען צו די זייט און די אנדערע זייט, פיינעלי האב איך מיך מסדר געווען דאס בעסטע וואס כ'האב געקענט.
און.. נתקדרו השמים בעבים, גאט האט דיסיידעט אז די געבעט פונעם כה"ג ביום הכפורים ער זאל נישט צוהערן די געבעטן פון עוברי דרכים צוריק צו האלטן רעגן בשעה שהעולם צריכין לו, קען מען נוצן יעצט, נאך אלע מעשיות האט זיך גאלדענער פיין מסדר געווען א שטיקל געלעגער און דער שטן וועלכער האט דיסיידעט צו מאכן טראבעל אינאך געקומען צו גאט אז יעצט אינמיטן די נאכט ווען די וועלט ליגט איינגעהילט אין א פיינעם שלאף און מ'האט סייווי נישט עפעס ספעציעלע אקטיוויטעטן איז די בעסטע צייט צו קיצלן דעם אדלער'ן אביסעל, לייק וויי נאט? לעטס העוו סאם פאן! נו, געגאנגן, רעגן! נעם זיך גיסן! סיריעסלי? פארדעם האסטו מיר אנגעדרייט צו עפענען דעם פענסטער? מורא'דיג! טראכט איך ביי מיר אריין, נאפ! בשו"א! גאט, דו גייסט מיר נישט אויפרעגן! איך גיי מיך נישט לאזן פון דיר! איך ווייס אז דו ביסט אין די מוד צו האבן פאן אויף מיין חשבון און דו ווילסט אוודאי איך זאל אנהייבן קמץ פ'ן חירוק ש'ן און סעיגאל ע'ן אבער איך מוז נישט מיט ארבייטן דערמיט, איך גיי זיין רואיג עז עווער און פארטיג.
אבער די וואסער רעגענט אריין, די זיצן ווערן נאס, פונעם נאז הייבט אן טראפן, דער גענאק הויבט אן רינען, דופן עקומה מיט לבוד לומדות העלפט נישט ביי א רעגן, מ'מוז אנהויבן טראכטן עפעס זאכליך. אה, ס'מיר בייגעפאלן א פלאן, אין וועלכן חרדישן קאר איז נישט פארהאן עטליכע שאפינג בעגס מיט ראבער בענדס? ליידיגע מיט פולע, סוכ"ס אין רוב גויאישע געשעפטן איז שוין מער נישט פארהאן קיין שאפינג בעגס צו באקומען אבער אין די אידישע, וויפיל מ'וויל! קוקט אויס ווי עפעס א אידישע גינעטישע זאך די שאפינג בעגס. געמאכט און געטוהן, ווי נוי סוכה אן סקאטשטעיפ, האב איך פארארבייט עפעס, אינזשענירט און מסדר געווען אזוי עס זאל נישט אריין רעגענען, ס'האט טאקע אויסגעזעהן ווי א שירעם וועלכע האט איבער געלעבט א האריקען לעוועל פיר אבער למעשה האט נישט אריינגערעגנט.
כ'האב מיך נאכאמאל געמאכט ס'מערסטע באקוועם און פרובירט איינצושלאפן, נאך עטליכע שעה פון אומבאקוועמע שעה שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט צו א פרישן טאג, פרישע ענערגיע, כ'רוף אן טריפל עי פאר א טאוינג, און אין די זעלבע צייט אריין אין האטעל און דערציילט דארט וואס כ'האב געהאט דא נעכטן מיט פראנט דעסק, כ'האב גערופן פאר א מענעדזשער וועלכע האט נישט געשפעטיגט צו קומען און פארציילט אלעס פון אנהויב ביזן סוף און זיי האבן פארשטאנען און צוגעזאגט אז זיי גייען רעדן מיט די ארבייטערס נישט זיך אזוי אויפפירן מער.
דער טויאינג טראק איז אנגעקומען אוועק געשלעפט מיין קאר צו א דערנעבענדיגן שאפ און דארט האט זיך אנגעהויבן א פרישע זארג וואס דער פראבלעם קען זיין? דער הויפט מעכאניקער האט אנגעהויבן קלערן הויך אז ס'נישט די אלטינעיטאר נאר עפעס מער, און איך טראכט צו מיר. שוין... דער גאוס מיי ליטל וואקעציע.. אבער תיכף נאכדעם האב איך געטראכט צו מיר, זיך נישט לאזן פון גאט, ער וויל מיך פשוט אויפרעגן... טראכט איך צו מיר אפשר איז כדאי זיך פאר צו נעמען עפעס א קבלה טובה און בזכות דעם וועט די פראבלעם פון די קאר זיך טוישן צו א גינסטיגע און פארמישן דעם שטן, אבער איך האב אפגעמאכט נאפ! איך גיי מיך נישט לאזן, דאס בין איך און גאט גייט מיך נישט האלטן פארמשכנ'ט און מיך דריקן מיט קבלות טובות, ווילסט ניגאשיעטאן? מסכים, אבער נישט מיט קיין גאן העכער מיין קאפ, לאמיר זיך אריינזעצן אין א באר אדער א קאפי שאפ אדער אפילו א ציגאר באר, לאמיר פאררויכערן א פיינעם דעיווידאוו און מ'קען רעדן וועגן קבלות טובות. אה וועיט, ס'מוז אבער קומען מיט עפעס א זאכליכע דיפאזיט אין מיין בענק אקאונט פאר דעם, פאר גוד פעיט ניגאשיעשאנס.
למעשה האט גאט איינגעזעהן אז איך האלט מיך שטארק און רואיג האט ער מיך גיין געלאזט, דער מעכאניקער קומט ארויס מיט א שמייכל אויף זיין געזיכט און זאגט מיר אז דער נעכטיגער טריפל עי מעכאניקער איז א מאראן, דיין פראבלעם איז דייקא נישט די אלטינעיטאר ווארום מיר האבן דורכגעפירט א קאמפיוטער דיאגנאז און אלטינעיטאר מיט אלע אנדערע טעכנישע חלקים זענען אין א געזונטע. צושטאנד, ס'איז דיין בעטערי וועלכע גוסס'סט און מיר וועלן מוזן אינסטאלירן א נייעם בעטערי, ביסט אפגעקומען טשיעפ.