גדר פון עדיקשאן

קליינע צדיק'ל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 19, 2024
מעסעדזשעס
190
רעאקציע ראטע
467
וואס איז די גדר פון עדיקשען?
ווען איז א זאך בגדר א נסיון און סטראגעל וואס מ'דארף איבערקומען און זיך שטארקן?
און ווען גייט עס שוין אריין בגדר עדיקשען וואס כמעט די איינציגסטע וועג ארויס איז טערעפי און העלפ פאר דעם?

(אויב שוין דא ערגעץ ביטע צוזאמלייגן)
 
עדיקשאן ווערט כערעקטערייזט ווען סהייבט אן שטערן דיין לעבן און מיט דעים אלעם קענסטו נישט אויפהערן טון דעי זאך וואס שטערט דיין לעבן,

ביי אינז טאקע קען פשוט זיך אויסרייבן 2 מאל א וואך שטערן איינעמס לעבן, ווייל מפילט מוראדיג גילטי, און כווייס טאקע עטליכע אינגערלייט וואס זיצן אין SA פלעין ווייל זיי מיינען אז וויבאלד זיי גלייכן דאס שפריטץ מיז זיין זיי זענען עדיקטעד
 
לעצט רעדאגירט:
די שאלה ביי SA איז זייער שווער
ווייל במציאות איז קלאר אז די וועלט איז אוועקגעשטעלט אז מ'זאל האבן א שטארקע משיכה צו דעם, אבער גאר א שטארקע,
מ'זעהט עס אין שיר השירים און אין די גמרא (מיט אלע הייליגע תורות און נמשלים האט מען נאכאלץ אנגעכאפט דער משל פאר א סיבה)

סאו למעשה אין דעם סוגיא איז שווער צו צוטיילן ווען א מענטש איז פלעין נארמאל אדער אפשר אביסל צולאזט אד"ג
אדער ווען א מענטש זאגט איך טראכט שוין צופיל, וויל צופיל אא"וו
 
ווילאנג עס שטערט נישט דיין לעבן איז עס נישט קיין עדיקשאן
 
יא, די מבחן איז ווען ס'הייבט אן שטערן דיין לעבן, דו ווערסט סטאק אין א געוויסן זין, און ס'האלט דיך אפ פון טוהן זאכן וואס דו ווילסט באמת טוהן וכדו'
 
די מבחן איז ווען דו האסט ביי דיר אפגעמאכט אז ביזט שוין זאט פאר יעצט, און דו ווילסט מער נישט עס טוהן, און מיט דעם אלעם טרעפסטו זיך עס טוהן איינמאל און נאכאמאל בשעת דו ווייסט קלאר אז דו ווילסט עס נישט, דעמאלטס מיינט אז דו ביזט מער נישט אין קאנטראל, די עדדיקשן האט דיך אינגאנצן איבערגענומען.
די מבחן צו מ'איז איבערגענומען פשוט פון גרויס תאווה אדער פון בלויז עדיקשן איז זייער קלאר צו זען אויב וויל מען אמת'דיג קוקן און זיך נישט פאפן.
 
עדיקשאן ווערט כערעקטערייזט ווען סהייבט אן שטערן דיין לעבן און מיט דעים אלעם קענסטו נישט אויפהערן טון דעי זאך וואס שטערט דיין לעבן,

ביי אינז טאקע קען פשוט זיך אויסרייבן 2 מאל א וואך שטערן איינעמס לעבן, ווייל מפילט מוראדיג גילטי, און כווייס טאקע עטליכע אינגערלייט וואס זיצן אין SA פלעין ווייל זיי מיינען אז וויבאלד זיי גלייכן דאס שפריטץ מיז זיין זיי זענען עדיקטעד
איך זע נישט פארוואס איינער זאל זיך פילן גילטי, חוץ טאמער ער מיינט אז ער גייט באקומען גיהינום פאר דעם..
און יא איך רעד פון אייגענע עקספיריענס.
 
וואס איז די גדר פון עדיקשען?
ווען איז א זאך בגדר א נסיון און סטראגעל וואס מ'דארף איבערקומען און זיך שטארקן?
און ווען גייט עס שוין אריין בגדר עדיקשען וואס כמעט די איינציגסטע וועג ארויס איז טערעפי און העלפ פאר דעם?

(אויב שוין דא ערגעץ ביטע צוזאמלייגן)
יעדע זאך קען זיין אז העביט, און דאן אן עדיקשען.

פשטות א העביט, האט מיט א גדר אין צייט, דהיינו, "איך האב ליב צו וואטשן א מאווי יעדע מוצאי שבת..." דאס איז א העביט. ווידעראום, אויב זאגט יענער: "איך גלייך צו קוקן מאוויס" איז דאס אן עדיקשען.

און אפילו אויב איינער האט טאקע נישט קיין באשטימטע צייט וואס ער קוקט, איז דא געוויסע וואס האבן טיים פרעימס, אז ער גייט נאר קוקן אויב ס'איז פריער ווי צוועלף אויף דער נאכט.

קומט מען צו צום זעלבן ענין, אז עדיקשען איז נאר, אויב ס'איז אהן א צייט, ס'איז נישט אנגעוואנדן אין גארנישט.
 
וואס איז די גדר פון עדיקשען?
ווען איז א זאך בגדר א נסיון און סטראגעל וואס מ'דארף איבערקומען און זיך שטארקן?
און ווען גייט עס שוין אריין בגדר עדיקשען וואס כמעט די איינציגסטע וועג ארויס איז טערעפי און העלפ פאר דעם?

(אויב שוין דא ערגעץ ביטע צוזאמלייגן)
מיין שאלה אויף דעים איז קאווע טרינקען.

מ'טרונק עס יעדען טאג, א טאג וואס מ'האט עס נישט שטערט עס די טאג, וכו' וכו' עס האט אלע סימנים פון עדיקשען אבער ביי אינז (קען זיין ביי די גוים אויך, כ'ווייס נישט) קוקט מען עס נישט אהן ווי עדיקשען.

פארוואס ווייס איך נישט, אפשר האט איינער א הסבר.
 
סאיז קלאר יא א עדיקשן. אבער וועם גייט עס אן? סאיז געזינט סטאם אזוי חוץ א פאסט טאג קען מען עס האבן, סא וועם סשטערט אזוי שטארק אז ווען ער קען עס נישט האבן איז עס שווערער פון סטאפן, זאל סטאפן
 
סאיז קלאר יא א עדיקשן. אבער וועם גייט עס אן? סאיז געזינט סטאם אזוי חוץ א פאסט טאג קען מען עס האבן, סא וועם סשטערט אזוי שטארק אז ווען ער קען עס נישט האבן איז עס שווערער פון סטאפן, זאל סטאפן
לאוו דוקא אן אדיקשען קיינער טרינקט נישט קיין קאווע ווייל זיין טאטע האט עים אביוזט...
 
לאוו דוקא אן אדיקשען קיינער טרינקט נישט קיין קאווע ווייל זיין טאטע האט עים אביוזט...
אפשר איז דאס טאקע א אויפווייז אז קיינער האט ניט די אנדערע אדיקשענ'ס וועגן זיין טאטע (אפי' ער בלעימט אים) ;)
 
יעדער וואס איז אריבער די ישבה סיסטעם, האט טראמע. אפשר אנדערע סיסטעמס אויך, אבער איך ווייס נישט.
 
Back
Top