די ווערטער פון דעם פרעדיגער,איז א חיזוק פאר די
יידישע טראדיציע , אז דער מוסלאם איז קאמפעלט צו בויען אויף שקרים און פאלטשקייט,וואס קען לייכטערהייט ווערן אויפגעוויזען אז זיינע הנחות זענען בשקר יסודם , ווייזט דאס ווי וואלנעראעבל ער פילט זיך מיט זיינע גלויבונגען וואס קומען פון איסלאם ,
די ערשטע זאך לייקענען זיי די רייכע היסטוריה פון
די יידישע גלויבען, און פון די אלטימליכקייט פון די
שפראך עברי -לשון הקודש-,נאכדעם קומט די כפירה אין די לאנד, אז יידען האבען קיינמאהל נישט גיהאט קיין טעמפעל- בית המקדש- זיי לייקענען אפילו די בנין הורדוס וואס איז היסטוריש , , און אוודאי זענען זיי מכחיש מלכות בית דוד ושלמה אז זיי זענען סתם פיקשען, און פון דארט קומען זיי אהן אפצולייקענען אלע יהודי אשכנז אז זיי שטאמען פון א מלך כוזר , זיי האבען א אפטהיילונג אויף די טהעאריע אין די קאלאמביע אוניווערזיטעט ,
דאס אלעס קומט אוועק צונעמען די קדמות און היסטוריה, פונעם יידישען פאלק וואס שטערט זייער
דאגמע, צו דערנידערן דעם ייד סטאטוס, אין די היסטורי פון ציוויליזאציע,און אויפהויבען די איסלאם
אלץ די שורש פון מאנאטאיזם און עטיקעל בעהעביער, עס איז מערקווירדיג אז דער ניו יארק
טיימס,וואס פארקויפט זיך אלץ צייטונג פון רעקארד
און אקוראטע היסטוריה , האט שוין כמה פעמים בכלומרשט פרעטענדירט אז ער שרייבט די היסטוריה פון יידן און פון די פאלסטינער אין ארץ ישראל,פון אהנפאנג כדי עס זאל זיין אומפארטייאיש
און רעפרעזענטעטיוו פון ביידע צדדים , הייבט ער אלץ אהן פון יאהר 1919 פון די דענסטמאהליגע
עליה פון יידן, כאילו אז דאס איז די עכטע התחלה מיט וואס יידן האבן א שייכות מיט די לאנד, גיוועהנליך צו די ענדע פון א לאנגע ארטיקעל, וועט
ער אריינלייגן א פאראגראף אדער צוויי,אז עפעס יידן
איז שוין גיוועהן פריער אין ארץ ישראל, אבער דאס
איז נישט היסטוריש וויכטיג, ווייל עס שטימט נישט
מיט זיין אגענדע, ווי דער נביא ירמיהו זאגט
למדו לשונם דבר שקר