- זיך איינגעשריבן
- אפר. 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 285
- רעאקציע ראטע
- 1,388
{זייענדיג אז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט, וועל איך אי״ה דא ממשיך זיין מיין אשכול דארט איבער גרעף טעאריע}
דא האב איך דערמאנט די באקאנטע געדאנק פון זעקס דעגריס פון סעפּערעישאן, וועלכעס לויטעט אז יעדעס מענטש איז מקושר צו יעדעס אנדערעס מענטש אויפ׳ן פּלאנעט, ע״י חברך חברא אית ליה, מיט צום מערסטענסט זעקס קשרים בזו אחר זו.
דאס איז מקושר צום געדאנק פון די קלאָסטערינג קאָעפישענט פון א גרעף. דאס מיינט אז פאר א פונקט/נוֺיד אינעם גרעף, קוק איך אויף אלע פונקטן רינגסט ארום איר צו וועלכעס זי איז באהאפטן (איר דעגרי). דערנאך קוק איך וויפיל פון די פונקטן זענען באהאפטן איינע צו דאס אנדערע, און איך מאָלטיפּליי דאס ביי 2; דאס איז די נוּמערעיטאר. דערנאך טוה איך מאָלטיפּלייען די דעגרי פונעם פונקט ביי איינס ווייניגער דערפון; דאס איז די דענאַמינעיטאר. די פרעקשאן איז די לאקאלע קלאָסטערינג קאָעפישענט, און געבט די פרעקשאן פון קאנעקשאנס פון אלע מעגליכע קאנעקשאנס צווישן די פונקטן. אויב וואלט עס געווען 1, דאן באדייט דאס אז עס איז א קליִק, וועלכעס איז א קאָמפּליִט סאָבּגרעף בתוך די גרעף וואס אלע אירע פונקטן זענען באהאפטן איינע צו דאס אנדערע. צו באקומען די גלאבאלע קלאָסטערינג קאָעפישענט פונעם גאנצן גרעף, טוהט מען רעכענען די לאקאלע קלאָסטערינג קאָעפישענט פון יעדעס פונקט דערין, און דערנאך נעמט מען די עוורידזש דערפון פון אלע פונקטן.
אין דעם איז דא ווייטער די מושג פון א קליינע-וועלט נעטווארק. דאס באדייט א גרעף וואס די ווייטקייט פון איין פונקט צום אנדערן איז ווייניג, און איר קלאָסטערינג קאָעפישענט איז הויך. דאס צו פונקטליך דעפינירן באדייט דאס אז פאר עני צוויי פונקטן איך וועל וועהלן, וואקסט די עוורידזש ווייטקייט צווישן זיי פּראפּארציאנאל צו די לאַגעריטם (מיט בּעיס 10) פון די צאל פונקטן בתוך די גרעף.
דאס איז די מאטעמאטישע מאדעל פון די אויבנדערמאנטע 6 דעגריס פון סעפּערעישאן. וויבאלד דאס מאדעלט די פּראַבּעבּיליטי דעם אז צוויי חברים פון איין פונקט זענען אליינס חברים, און די ווייטקייט עס נעמט אָנצוקומען פון איין פונקט צום צווייטן.
עס איז אינטרעסאנט ווי דער סטאטיסטיקעל פיזיקער דר. מאַרסעל אַוּסלוּס האט אויסגערעכענט ווי אין קבלה זענען די עשר ספירות 10 פונקטן אויף א גרעף וואס האט 22 נתיבות וועלכע זענען די עדזשעס/ליינס וועלכע טוהן זיי באהעפטן.
ער טוהט דורך וואו עס קומט אויס אז דאס איז בעצם רעליגיע׳ס ערשטע קליינע-וועלט נעטווארק.
ער שרייבט:
ועיין כאן.This paper is not intended to justify of infirm studies of the Bible through Kabbalah methods. However, it can be pointed out that the interaction of Kabbalah with modern physics has generated its own literature, up to including renaming the elementary particles with kabbalistic (Hebrew) names or developing kabbalistic approaches to debates on evolution
Let it be recalled that some time ago, "God is a mathematician" was concluded by Newman and questioned by Livio. Elsewhere, one may find the question: "Is God a geometer?" Apparently, according to the present text analysis of the Genesis, God (≡ Elohim) is also the (chronologically) first small world network, - for the monotheistic religions