א גריס פון 2029

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
508
רעאקציע ראטע
3,134
מיין Deep Learning AI Machine וואס קען זעהן פאראויס אין צייט דורך סאפיסטיקירטע אלגאריטמען האט מיר אויסגעשפיגן א תגובה פון 2029:

ליינט און שטוינט, און טייטשט ארויס וואס איר ווילט דערפון.

***

@משפט וצדק שרייבט:
ווער געדענקט נאָך די בראשית יארן פון קרעמל אין 2024, דאכט זיך ס'איז געווען בערך 750 ניקים, נישט קיין סאך טרעפיק, אבער לייבן טרעפט מען דארטן.

די חברה האבן דן געווען אין אלע חכמות, שרייבער איינס בעסער פונעם צווייטן, און מ'זעהט פון זייער שפראך אז זיי האבן זיך אנגעקוקט פאר די בעלי אחריות איבערצוגעבן מער פרייהייט פון ווארט פאר אונזער גענעראציע.

וואס קאווע שטיבל איז געווען פאר 2012 איז קרעמל געווען פאר 2024.

זיי האבן נישט געחלומט וואס גייט אלס ווערן פון די @כוואליעס וואס זיי האבן אנגעהויבן ארויסגעבן. וויפיל כוואליעס דאס גייט אלס אנמאכן...

דעמאָלט איז נאך געווען טאבו צו רעדן פון עוואלוציע למשל... היינט איז שוין אפיציעל די מיינונג פון די רבנים אז עוואלוציע איז אמת און ס'איז נישט קעגן די תורה. 6000 יאר איז נאר אן אגדה און נישט להלכה. אזוי ווי אנצונעמען אז די וועלט איז רינדיג איז נישט קעגן די תורה.

זיי האבן נישט געוואוסט אז קרעמל וועט האבן טויזנטער ניקס, און כוואליעס וועט זיין אין טויזענטער שטיבער.

מיר האבן זיי אלע צו פארדאנקען פאר די ביסלעכווייזע טויש אין אונזער קאמיוניטיס, און פאר די דארשט פאר נאלעדש וואס הערשט היינט ביי אונז.

ספעציעל דארף מען דערמאנען די ניקס

@יששכר כץ, די רב הקרעמל ווי זיי פלעגן אים רופן פארן זיין דארט מיט זיין עכטער נאמען אן קיין בושה
(אויך @איזי פאזען)

........

די מאשין וואס איך נוץ האט נאך נישט גענוג קאמפיוטער פאוער, און האקט זיך דא אפ אבער יעדער קען אריינלייגן וואס מ'וויל.

איך פערזענליך וויל נישט אפי' אנהייבן משום יראה אז איך וועל איינעם אויסלאזן.
 
לעצט רעדאגירט:
איך זעה מער אז די תגובה וועט זיין: היינט שלאפט, ווי זענען די אמאליגע לייבען.
 
Back
Top