גרייט מקבל צו זיין - זאגט מיר נאר וואס

מרחשון

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 12, 2024
מעסעדזשעס
583
רעאקציע ראטע
2,960
פונקטן
423
עס זענען שוין פאריבער עטליכע יאר פון ווען איך האב אפגעלאזט דער פונדאמענטאליסטישער מהלך המחשבה מיט וואס מיין טאטע האט מיר אויפגעצויגן, און כ'האב זיך שוין אויסגעניכטערט פונעם דאגמאטישן שלאף אין וועלכע מיין קהילה, מיין תלמוד תורה און ישיבה האבן מיר איינגעשלעפט.

איך האלט שוין נאכ'ן אפפרעגן ר' אביגדור מיללער און זמיר כהן, נאכ'ן זיך קאכן אין דעיוויד הום און בערטראנד ראסעל, און נאכ'ן אריינפאלן אינעם טיפן זומפ פון פילאזאפיע און חכמה יוונית, וואס זעט אויס אסאך שרעקעדיגער ווען עס ווערט אויסגעלייגט ווי אין ליקוטי מהר"ן און בני יששכר: "הפילוסופיה". ברררר…

כ'האב זיך שוין געוואגט צו צווייפלען אין תורה שבעל פה, חוקר זיין תורה שבכתב, און אפילו געפאטשקעט אין די שרעקעדיגע שער היחוד וואס וואקלט זיך צי גאט טוט בכלל עקזיסטירן.

שוין באשטעטיגט אז תנאים און אומראים זענען נישט געווען קיין מלאכים, זאגאר נישט קיין סייענטיסטן, שוין אריינגענומען אין חשבון אז דער זוהר הקדוש מוז נישט שטאמען פון רבי שמעון כדי עס זאל זיין הייליג, און אז דער רבי ר' אלימלך מוז נישט האבן געשפאלטן א שיסל וואסער כדי זיינע ספרים זאלן זיין ווערד צו לערנען.

כ'האלט שוין נאך דאס אלעס, און כ'בין גרייט תשובה צו טוהן.

איך וויל שוין זיין וואויל, און זיך צוריקזעצן צום שלש סעודות תורה מיט מיין אמאליגע תמימות, פונקט ווי אלע ארומיגע. גרייט זיך מגייר צו זיין אין א פולקאמע גיור.



דא קומט מיין שאלה?

וואס זענען די גענויע טערמס און קאנדישאנס אין וועלכע איך מוז גלייבן, כדי צו ווערן צוריק פאררעכנט ווי אן אייגענעם?

איך פרעג ווי אן אמת'ן גר, ווי א יאפאנעזער באוואקסענער וואס איז געווען אויף א שבת ביי ברוך פערלאוויטש און באשלאסן אז ער וויל ווערן א איד.

וואס דארף איך אלס אויפגעבן? וואס מעג איך אנהאלטן?

מעג איך ווייטער האלטן אז עס זענען פארהאן נאך מיליאנען זונען, און אונזער וועלט איז איינס פון פיל, אדער מוז איך האלטן אז די גלאזערנע גלגלים דיקטירן די הימלען, און אז מען איז קיינמאל נישט געפלויגן צו דער לבנה ווייל דער רבי זי"ע האט אזוי געהאלטן?

צי מוז איך גלייבן אז רש"י הקדוש איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש, און אז שלמה המלך האט שוין געהאט טעכנאלאגיע, אדער מעג איך זיין סקעפטיש?

דארף איך בלויז אננעמען א זאך וואס שטייט קלאר אין א ספר, אדער אפילו א לעגענדע וואס איז "אזוי אנגענומען"? און וואס טוט זיך מיט א ווארט וואס א רבי האט אריינגעווארפן אינמיטן א תורה שבועות נאך די קרעפלעך?

איינער קען מיר ענטפערן און אנווייזן אויף וואס איך דארף חתמ'ען דא?

וואס דארף מען מקבל זיין באמונה שלימה, און וואס מוז מען נישט?

וואו קען מען זאגן אז עס איז אן אויסדרוק, א משל, נישט ליטעראל, און וואו טאר מען דאס חלילה נישט זאגן?

וועלכע דאורייתא'ס זענען וויכטיג צו האלטן, און אויף וועלכע קען מען טרעטן מיט די שוך?

וועלכע דרבנן'ס זענען גענוג אויטאריטעטיוו אז מען זאל עס מוזן אננעמען, און וואו מעג מען זאגן אז עס איז בלויז א שיטה יחידאה?

אויף וועלכע סארט איד איז א מצוה צו רעדן לשון הרע, און וועלכע סארט איד קען נישט טוהן קיין עבירות אפילו אויב מען ווייסט קלאר אז ער טוט יא?

וואס איז אייער שיטה? וואס איז אייער פאזיציע? וואס זענען די יסודות, און וואס זענען די תוצאות? וויאזוי ארבעט אייער עפיסטעמאלאגיע? ווען קען מען זאגן אז מען 'ווייסט', און ווען נישט?

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט מיינונגען וואס זענען אנדערש ווי מיר - איך וויל פשוט זיין קלאר וואס אייער מיינונג איז בכלל? קען מיר איינער דאס קלארשטעלן? איז פארהאן א קאנסיסטענט און קאהערענט מהלך לויט וועלכע אייער לעבן ווערט געפירט, אדער טוישט זיך עס יעדן טאג לויט ווער די טובי קהל זענען און וואס זייער גיסטע איז.

איך בין מער ווי גרייט זיך אדורצושמועסן מיט א בית דין כדי צו זען צי איך בין ראוי לגיור. לאמיר זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש, און איבערגיין צוזאמען די דעטאלן פון אייער רעליגיע.

איך זע אז ווען קופקעס אין שולהויף בארעדן און באשמוצן די פירערשאפט מיט דברים של מה בכך, מאכט איר זיך נישט אזוי צוטוהן. בלויז ווען מען שטעלט ערנסטע טשאלענזשעס צו די רבנים קומט פלוצלונג אפיר דער איסור חמור פון כבוד הרבנים.

צו רעדן קעגן מאדעס, גשמיות און סמארטפאונס, האט איר נישט מורא, ווייל עס שטעלט נישט אהער קיין אלטערנאטיוו צו אייער פירערשאפט. אבער איך זע ווי איר מיידט יא אויס צו רעדן קעגן ערנסטערע זאכן, וואס פארלאנגען אפשר א וויכטיגערע באהאנדלונג ווי

אז א יונגערמאן הייבט אן דאווענען נאך חצות, הרי זה צדיק גמור, אבער אז ער הייבט אן צו פארשטיין וויאזוי די פלאנעטן ארביטן די זון אדער וויאזוי א מענטש'ס מוח ארבעט, דארף מען אים נאכקוקן מיט זיבן אויגן.

אויב מען דארף היינט שרייבן א תורה חדשה אויף חרד'יזם, וואלט עס באשטאנען פון עטליכע קליינע פסוקים:

טוה וואס יעדער טוט. פרעג נישט צופיל פראגעס. האלט די ריטואלן ווי תפילות, ימים טובים. צייג געטריישאפט צום קהילה, רב און בכלל צום סיסטעם. זאג בלויז די 'ריכטיגע' זאכן, אפילו דו האלטסט באמת נישט אזוי.

אלזא, איך פארשטיי אז "זיי נישט קיין אויבער חכם!" איז פון די עשרת הדברות און שלש חמורות, אבער דאס ענטפערט נישט מיינע פראגן.

וואס איז די פונקטליכע הגדרה פון אויבער חכם'שאפט?

"טוהן אנדערש ווי דער טאטע האט געטוהן", הערט זיך גאנץ שכל'דיג צו מיר.

אבער איך האב דא אויך פראבלעמען.

אויב ס'איז בא חבקוק והעמידן על אחת, אז נאכגיין די עלטערן איז וואס איז דער הויפט יסוד פון חרדי'זם, דאן קומט אויס אז א קריסט וואס גייט נאך זיינע עלטערן איז ערליכער ווי דער גר וואס לאזט אפ זיינע עלטערן. און דאס איז נישט ממש אין איינקלאנג מיט וואס איר פארקויפט אין "מעלות" און אין "קינדליין".

אויך וויל איך פארשטיין, איז דער בעל שם טוב געווען אן "אויבער חכם", איידער ער איז נתגלה געווארן?

וואס טוט זיך מיט אברהם אבינו? א נאציאנאלער העלד אדער א זינדיגער אויבער חכם?



איך זוך נישט אונטערצוברענגען! איך זוך זיך מגייר צו זיין! אבער איך קען נישט דערטאפן וואס די רעליגיע איז אלל עבאוט! אויף וואס שרייב איך דא אונטער? קען מיר איינער קלאר מאכן? ברענג מיר א קאהערענט פאזיציע, און איך טויש זייטן זאפארט!

נאר וואס? איך גלייב באמת נישט אז עס איז מעגליך צו טרעפן קאנסיסטענסי אין א דרך וואס איז היסטאריש געבויעט אויף מחלוקת, געראנגל נאך מאכט און סורווייוול מעכאניזם. אלזא, קיין טענות האב איך נישט. אבער דאס יא - ווען איך פרעג דיר א קשיא אויף דיין דרך, פארקויף מיר נישט קיין לאקשן, און פראביר נישט מיר צו פארשטומען. ווער רעדט מאניפולירן?

איך בין נאך אזוי בארעכטיגט צו וועלן פארשטיין, ווי דו ביסט בארעכטיגט צו בלייבן א נאר.
 
קדוש ואמת!
ס'איז נישטא קיין שכל'דיגע ראיה אויף גארנישט!
קיינער האט נישט קיין רעכט דיר שטיל צו מאכן!

כ'האף אז דו אליין זעהסט דיין מסירת נפש פארן חיפוש האמת.

ס'נעמט אסאך מסירת נפש צו בודק זיין יעדע זאך מיט זיבן זיפן פון שכל און דרייצן נפין פון לאגיק און לעבן ווי א פליג אויפן וואנט.
-

(הוספה. כ'כאפ זיך אז די קומענדיגע שורות קומען בעצם נישט אריין אין דעם שנירל, ווייל ס'רעדט נישט פון חרדיזים. אבער כ'לאז געמאך)

אין מיין טריפ אויף דעם רגע.. איך זיך אויך דעם אמת, אבער כ'קען אים מער נישט זיכן אינעם וועלט פון חשבון. וואס איז מיין אמת'ער געפיהל יענץ איז מיין אמת.

איך פיהל אז אונזער דשאב איז צו לעבן און הנאה האבן.

איך קען שוין נישט אנהאלטן דעם עולם התוהו פון ספיקות. כ'פיהל ווי איך קען ממש נישט לעבן און נישט טוהן גארנישט אהן טראסט.

גייט מיר נישט אהן אז ס'איז נישט מוכרח מיט לאגיק, אבער איך ברען פאר ספיריטואלעטעיט.

מיין DNA און אינערליכער קינד געדענקן א אידישער סטייל פון מנהגים, סאו דעי וואס רעדן צו מיר טוה איך.

איך וויל לעבן מיט תפילות, כ'האב נישט קיין פרוף אז איינער הערט. אבער איך דאווען מיטן עקספיריענס אז איינער הערט באמת אויס און העלפט מיר אנערקענען וואס איך האב צו טוהן.

איך וויל לעבן מיטן בעליעף אז לייף איז סעקרעד, כ'האב נישט קיין שום שכל'דיגער אויפווייז דערויף. אבער איך לעב מיט דעם.

איך וויל גיין מיט הנחות וואס שפירן זיך ביי מיר אמת און זיי מאכן מיין לעבן מער זיס און פריי, הגם ס'נישט מוכרח מיט לאגיק אז ס'איז אמת.

כ'קוק צוריק און זעה כ'האב זיך ארומגעדרייט א לאנגער צייט וואס דאס גאנצע לעבן וואס כ'האב געהאט איז געווען חשבונות אין קאפ. כ'קען שוין נישט טראגן דעם לאסט פון אומזיסטע חשבונות וואס דרעינען מיין ענערגיע און האלטן מיר צוריק פון פשוט לעבן און הנאה האבן.

(כ'האב נישט פטור געווארן פון חשבונות וואס וועט דער און יענער האלטן אויף מיר, וועט ער מיר אראפקוקן? אה יע! אן איבריגע לאסט וואס געט מיר גארנישט צו. זאל יענער האלטן, טראכטן, און בארעדן, און איך וועל דערווייל לעבן. אבער די מוח רודפט אפי' אינעם דשונגל 🫣)

איך וויל טאקע פארשטיין אבער מער פון דעם וויל איך לעבן מיט טראסט.
ניין כ'בין נישט קיין נער לענ"ד, אבער כ'וויל זיין א תם, ווייל מיין ציהל איז צו עקספיריענסן לייף טו דע מעקס. זיך ערלויבן צו לעבן 🧬 זיין ביי מיר אינדערהיים אין מיין הארץ🙏
רבוש"ע העלף אונז🙏
 
לעצט רעדאגירט:
דערפאר שטייט כל באיה לא ישובון
מ'האט מיר דאס געזאגט ביים אינקוויזיציע: "מיר האבן נישט פאר דיר קיין תשובה".
א גר שנתגייר וועט קיינמאל נישט זיין משלנו.
אדער ביזסטו מיט אונז, אדער ביזסטו אינדרויסן.
מ'רופט און מ'בעט ''בני אל תלך בדרך איתם"
ווייל איינמאל מ'איז אינדרויסן, איז נישט פארהאן קיין וועג צוריק
קענסט מאכן עפעס ניי, א קהילה חדשה וואס גלייבט אין א אמונה וואס ארבעט פאר געוועזענע אפיקורסים, מ'וועט דיר צוהעלפן, מ'וועט דיך שטיצן, אבער אן אונזעריגער וועסטו שוין קיינמאל נישט זיין
ווער עס האט געטרונקען דעם אונגארישן וויין
דעם רויט'ן פיל
דער וועט שוין קיינמאל נישט אומ-זעהן דאס וואס ער האט געזעהן
פרוביר צו גלייבן צוריק די מעשיות פון צדיקים, די מדרשים, די סגולות, די פוסטע שאוועניזם. צוריק גייט א קאזע
זיי ווייסן דאס און שפירן א שוידער. יא, דו קענסט זאגן די ווערטער, אבער אין הארצן א שפאלט, און זיי ווייסן אז דו קענסט נישט גלייבן. קיינער קען דאס נישט גלייבן, נאר די וואס זענען אויפגעוואקסן מיט דעם.
אויפ'ן גר קוקט מען מיט סקעפטיציזם, און אויפ'ן בעל תשובה מיט חשד. דו מאכסט זיך, עס קען נישט זיין אז דו גלייבסט, קיינער מיט שכל וואלט דאס נישט געגלייבט.
זיי לעבן אין א פלאץ וואו חקירה איז אומוויכטיג. מען גלויבט וואס איז געשמאק. אבער אז א טראכטער זאל צוקומען צו דעם מכוח שכל, דאס הערט זיך אומריכטיג.
הרבה עשו, ולא עלתה בידם
נעקסט טיים הער זיך צו צו די רופן, גיי נישט אריבער דעם בריק
יעצט איז שוין דערנאך
ילבש שחורים ויתכסה שחורים וילך למקום שאין איש ויעשה לו בית מדרש קטן, ורבי לבעלי תשובות ייקרא
 
איך האב געהאט א שווערע קינדהייט פון טרויער און צער. ווען איך בין געווען יונג, זענען אלע פראגעס וועגן גלויבן צו מיר געקומען, און יארן לאנג האב איך געליטן פון די שוועריגקייטן און געזוכט ענטפערס פון אמנון יצחק אדער זמיר כהן. ביז איך האב באשלאסן אז די תורות פון קבלה אנטהאלטן אלע ענטפערס. האב איך געלערנט קבלה און זוהר יארן לאנג, ביז איך האב פארשטאנען אז דער זוהר, וואס איז די באזע פון קבלה, איז א פאלשע בוך. איך פלעג שרייען און ווארטן ביז משיח וועט לייזן אלע פראבלעמען, היינט פארשטיי איך אז מסתמא וועט ער נישט קומען באלד. און איך האב באשלאסן זיך צו האלטן אין אמונה פשוטה...

עמיצער האט מיך געפרעגט צי איך גלייב אין דעם מעמד הר סיני. איך האב אים געזאגט אז אין דער צווישן-צייט איז מיר נישט קיין נפק"מ צו גלייבן אין אים. איך האלט שבת און איך בין נישט קיין מערדער. אבער אויב וויסנשאפט וועט מצליח זיין צו ערפינדן א קאמערא וואס קען זען וואס איז אמאל געווען, און זיי וועלן אנטדעקן אז עס איז נישט געווען אזא זאך, וועל איך נישט צוזאמענפאלן...

אפילו נאך אלע שוועריגקייטן, ווען איך גיי הערן א שיעור אין גמרא (איך לאך אפט פון דער נאאיוויטעט פון דעם לערער וואס זאגט יעדן טאג אז וויסנשאפט ווייסט גארנישט און אלע חכמה געפינט זיך נאר אין תלמוד...) אדער נאך שבת, פיל איך זיך דערהויבן און ווייניגער בייז און באזארגט, און איך בין צופרידן מיט מיין גורל...
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין מער ווי גרייט זיך אדורצושמועסן מיט א בית דין כדי צו זען צי איך בין ראוי לגיור. לאמיר זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש, און איבערגיין צוזאמען די דעטאלן פון אייער רעליגיע.
איך האב גראדע געהאט אט דעם שמועס מיט די רבנים, און די תשובה איז געווען זייער פשוט: מ'פאדערט זאלסט ווייזן הכנעה און אונטערטעניגקייט צו די רבנים. ערווארט נישט קיין לאגישע סיסטעם אדער קלארע גדרים, נאר טו וואס מ'זאגט דיר. גלייב וואס מ'זאגט דיר אז מ'מעג גלייבן. איי ס'נישט קאהירענט און ס'איז פול מיט אינערליכע סתירות? טראכט נישט צופיל. פאלג און זיי דיך מכניע! דאס איז דער טערם און דאס איז די קאנדישן.
 
עס איז זייער ווייטאגליך די מציאות און ווי @מרחשון האט ארויסגעברענגט איז אויב מען טאר נישט פרעגן די מהלך איז די קריסט וואס פרעגט נישט בעסער פון א יוד וואס פרעגט בלייבן מען אן גארנישט...

מיין שאלה פאר מיר איז אויב איך האב א וועג צו reconcile מיין הארץ און מיין מוח

די הארץ איז for some reason זייער רואיג און קלאר
און מוח גייט א שטורעם....
און איך בין פארכאפט אונדערמיט........
 
איך האב גראדע געהאט אט דעם שמועס מיט די רבנים, און די תשובה איז געווען זייער פשוט: מ'פאדערט זאלסט ווייזן הכנעה און אונטערטעניגקייט צו די רבנים. ערווארט נישט קיין לאגישע סיסטעם אדער קלארע גדרים, נאר טו וואס מ'זאגט דיר. גלייב וואס מ'זאגט דיר אז מ'מעג גלייבן. איי ס'נישט קאהירענט און ס'איז פול מיט אינערליכע סתירות? טראכט נישט צופיל. פאלג און זיי דיך מכניע! דאס איז דער טערם און דאס איז די קאנדישן.
You nailed it! דאס איז עקזעקטלי וואס דו גייסט הערן!
 
עס איז זייער ווייטאגליך די מציאות און ווי @מרחשון האט ארויסגעברענגט איז אויב מען טאר נישט פרעגן די מהלך איז די קריסט וואס פרעגט נישט בעסער פון א יוד וואס פרעגט בלייבן מען אן גארנישט...

מיין שאלה פאר מיר איז אויב איך האב א וועג צו reconcile מיין הארץ און מיין מוח

די הארץ איז for some reason זייער רואיג און קלאר
און מוח גייט א שטורעם....
און איך בין פארכאפט אינדערמיט........
מען דארף נוצן דעם פינפטן שולחן ערוך, נוצן די אייגענע שכל און דעת, ווען מען הערט עפעס א מימרא, א סטעיטמענט, פון סיי וועם, נישט קיין דיפערענץ, מעג ער זיין הגדול שבגדולים, ביסטו ענטייטעלט דאס צו אנאליזירן, צי דו נעמסט עס אן, צי דו שמייכלסט זיך אונטער, און טראכסט ביי דיר, זאל דער נאר גלייבן, יעדער קען גלייבן וואס ער איז מיט דעם קאמפארטעבל, יענעמ'ס גלויבונג איז מיך נישט מחייב, מעג ער זיין א רב, א רבי, זאל ער זאגן וואס ער וויל.

די אבליגעשענס פון די אידישע רעליגיע, איז ספעלד אואוד אין די י"ג עיקרים, מען קען עס נוצן פאר א גייד און א פילטער, וואס מקבל צו זיין און וואס דוחה צו זיין, און מען דארף נישט האבן א פילינג אז מען איז חוסר אמונה, אז מען גלייבט נישט זאכן וואס מאכן מיר נישט קיין סענס, עס איז דאך דא אן א שיעור אמונות וואס אידן גלייבן, און אויב עס איז נישט איינשטימיג מיט מיין אנשויאינג איז עס בטל ומבוטל, אבער ביי יענעם וואס גלייבט, הו קערס, זאל ער ווייטער גלייבן זיין אמונה,

נאר פאר א משל, עס זענען דא אידן וואס גלייבן אז דער אדער יענער צדיק האט געהאט קפיצת הדרך, און אז מען האט געזעהן דעם צדיק אין אפטא אדער אין פישפיק לאדיין, און אין דער זעלבער רגע האט מען איהם אויך געזען אין ירושלים, נו שוין, יענער האט אזוי בקבלה פון זיין עלטער מוטער, און ער גלויבט עס -גאו עהעד - עס איז קיינעם נישט מחייב, עס איז דא אנע שיעור מימרות און עובדות וואס פאר מאנכע יודעי בינה מאכט עס נישט קיין סענס, און אזוי ווי דו זאגסט טאקע, אז מען הייבט אן צו גלייבן אזוי ווי א פתי יאמין לכל דבר, ווערט מען מיט אמאל ארומגענומען מיט בערג פון אמונות וואס זענען זיך סותר מיניה וביה און מלא סתירות, אזוי ווי דער "מרחשוון" רעכנט זיי אויס, אבער אז מען נוצט די עיקרים פאר א גייד, איז אלעס כתוב יושר דברי אמת, חסד ואמת נפגשו צדק ושלום נשקו.
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
סטיק טו דע דרייצען עיקרים פון רמב״ם
וועלן זיך אויפלעזן דיינע פראבלעמען
בסייעתא דשמיא
כ'בין נייגעריג וועלכע רב וואלט אקצעפטירט א גר וואס איז מקבל אויף זיך די י"ג עיקרים.
לא תהא מוחלפת? נישטא ווער זאל לאכן.
אינו גוף? פליז...
 
שטעלט זיך פאר א שטימע וואס קומט ארויס פון הימל און זאגט אז די גאנצע תורה, גאט זאל באהיטן, איז א ליגן. די גאנצע עפנטלעכקייט דארף פסיכאלאגן און אנטי-אנגסט מעדיקאציעס. מה עשה הקב"ה? ער האט געגעבן דער וועלט דאס אינטערנעט כדי מענטשן זאלן קענען אליין אנטדעקן די אמת, ביז א מענטש געוואוינט זיך צו דעם פאקט אז עס איז דא גלויבן און עס איז דא רעאליטעט. און עוואלוציע און נאטור וועלן טון זייער זאך...

די וואס זענען מצליח אין לעבן און האבן א הויכן סטאטוס אין געזעלשאפט וועלן טענדען צו בלייבן מיט זייערע גלויבונגען. אבער די וואס זענען ווייניגער מצליח וועלן אויך האבן מיט וועמען צו רעדן.
 
כ'בין נייגעריג וועלכע רב וואלט אקצעפטירט א גר וואס איז מקבל אויף זיך די י"ג עיקרים. לא תהא מוחלפת? נישטא ווער זאל לאכן. אינו גוף? פליז...
פאר וואס סתם רעדן אויף רבנים אז זיי פארלאנגען
מער אמונה ווי די י״ג עיקרים ,מען פארלאנגט קבלת
המצוות בכלליות -ווייל טאמער זאגט ער ארויס אפילו אויף א מצוה דרבנן, אז די איינע איז ער נישט
מקבל איז עס מבטל די גירות-,און עס איז מעכב פונקט אזוי ווי מילה און טבילה ,אבער לגבי אמונה
זענען די י״ג עיקרים פולי באגענוגענד און סעטיספעקטארי.
 
דערפאר שטייט כל באיה לא ישובון
מ'האט מיר דאס געזאגט ביים אינקוויזיציע: "מיר האבן נישט פאר דיר קיין תשובה".
א גר שנתגייר וועט קיינמאל נישט זיין משלנו.
אדער ביזסטו מיט אונז, אדער ביזסטו אינדרויסן.
מ'רופט און מ'בעט ''בני אל תלך בדרך איתם"
ווייל איינמאל מ'איז אינדרויסן, איז נישט פארהאן קיין וועג צוריק
קענסט מאכן עפעס ניי, א קהילה חדשה וואס גלייבט אין א אמונה וואס ארבעט פאר געוועזענע אפיקורסים, מ'וועט דיר צוהעלפן, מ'וועט דיך שטיצן, אבער אן אונזעריגער וועסטו שוין קיינמאל נישט זיין
ווער עס האט געטרונקען דעם אונגארישן וויין
דעם רויט'ן פיל
דער וועט שוין קיינמאל נישט אומ-זעהן דאס וואס ער האט געזעהן
פרוביר צו גלייבן צוריק די מעשיות פון צדיקים, די מדרשים, די סגולות, די פוסטע שאוועניזם. צוריק גייט א קאזע
זיי ווייסן דאס און שפירן א שוידער. יא, דו קענסט זאגן די ווערטער, אבער אין הארצן א שפאלט, און זיי ווייסן אז דו קענסט נישט גלייבן. קיינער קען דאס נישט גלייבן, נאר די וואס זענען אויפגעוואקסן מיט דעם.
אויפ'ן גר קוקט מען מיט סקעפטיציזם, און אויפ'ן בעל תשובה מיט חשד. דו מאכסט זיך, עס קען נישט זיין אז דו גלייבסט, קיינער מיט שכל וואלט דאס נישט געגלייבט.
זיי לעבן אין א פלאץ וואו חקירה איז אומוויכטיג. מען גלויבט וואס איז געשמאק. אבער אז א טראכטער זאל צוקומען צו דעם מכוח שכל, דאס הערט זיך אומריכטיג.
הרבה עשו, ולא עלתה בידם
נעקסט טיים הער זיך צו צו די רופן, גיי נישט אריבער דעם בריק
יעצט איז שוין דערנאך
ילבש שחורים ויתכסה שחורים וילך למקום שאין איש ויעשה לו בית מדרש קטן, ורבי לבעלי תשובות ייקרא
איך ווינדער מיר אלעמאל ווען בעלי תשובות קימען ארויף אין זאגן אז די סיבה פארוואס זיי זענען געווארן בעלי תשובה ווייל גארנישט האט געמאכט סענס זיי האבן געהאט צופיל שאלות

אהא יעצט מאכט שוין אלעס סענס וואס?...
 
איך ווינדער מיר אלעמאל ווען בעלי תשובות קימען ארויף אין זאגן אז די סיבה פארוואס זיי זענען געווארן בעלי תשובה ווייל גארנישט האט געמאכט סענס זיי האבן געהאט צופיל שאלות

אהא יעצט מאכט שוין אלעס סענס וואס?...
זיי רעדן נישט פון מאכן סענס פילאזאפיש.
זיי מיינען מסתם מער פסיכאלאגיש און עקזיסטענציעל.
די אינטערוויערס זענען די וואס פארדרייען זייערע ווערטער, נישט בדווקא, נאר פון גרויס נאאיוויטעט.
 
זיי רעדן נישט פון מאכן סענס פילאזאפיש.
זיי מיינען מסתם מער פסיכאלאגיש און עקזיסטענציעל.
די אינטערוויערס זענען די וואס פארדרייען זייערע ווערטער, נישט בדווקא, נאר פון גרויס נאאיוויטעט.
איך רעד נישט דוקא פון א אינטערוויו למשל איך האב אמאל געהערט א דרשה פון אביחי כהן ווי היינט מאכט שוין אלעס סענס!
 
איך ווינדער מיר אלעמאל ווען בעלי תשובות קימען ארויף אין זאגן אז די סיבה פארוואס זיי זענען געווארן בעלי תשובה ווייל גארנישט האט געמאכט סענס זיי האבן געהאט צופיל שאלות

אהא יעצט מאכט שוין אלעס סענס וואס?...
ווען סאיז בנוגע קריסטן וואס זענען געווארן גרים, רעדן זיי פונעם בייבל קעגן די תורה,
בנוגע בעלי תשובות איז עס בלויז צוליב די מער טיפערע ספיריטשאל מיינונגס-פולע לעבן וואס אידישקייט פארמאגט,
גארנישט מיט די היינטיגע "סיסטעם" אידישקייט
 
כמדומה לי אז זיי גלייבן נישט אלעס וואס מען גלייבט ביי אונז, ובוודאי נישט באופן וואס מ'גלייבט ביי אונז. מ'לערנט מחשבת ישראל און מ'לעבט א סארט אויסגעבויטע אידישקייט. די וואס גלייבן יא אינעם סיסטעם האמיתי נארן זיך געווענליך מיט פשט'לעך וויאזוי סקולענער רבי'ס קרעכץ איז בעצם גאר טיף און אויסגעבויט על פי תורת הנפש וכו', זייער ווייניג קענען צוקומען צו די מדריגה פון טיפשות וואס ביי אונז וואלגערט זיך צופוסנס
 
שטעלט זיך פאר א שטימע וואס קומט ארויס פון הימל און זאגט אז די גאנצע תורה, גאט זאל באהיטן, איז א ליגן. די גאנצע עפנטלעכקייט דארף פסיכאלאגן און אנטי-אנגסט מעדיקאציעס.
כ'בין נישט אזוי זיכער, קוק למשל די אלע רביס מיט זייערע טישן, הויכע שטריימלעך, קאלירטע בעקעשעס, ווארפן עפלעך, שווארצע עסקאלעידס מיט ציווילדעוועטע יאמערליכע סירענעס, וכו' איז גענוג א שטארקע שטימע פון הימל אז די רעליגיע איז סתם א ליגן, און קיינער ברויך נישט קיין פסיכאלאגן מיט אנטי-אנגסט מעדיקאציעס דערפאר.
 
רוב מענטשן גלייבן פיסיכילאגיש און מען כאפט זיך נישט מען רעדט זיך איין אז מען גלייבט לאגיש ...
 
וי, להבֿדיל, ווען מ'האָט מיר פֿאָרגעלייגט מיין ווייב, האָבּ איך געהערט אין די בירורים כל מיני זאַכן אביסל אומגעוויינטלעך, אָבּער ווייל איך בּין געווען אונטער דרוק, האָבּ איך בּעסער געהאַלטן נישט צוּ הערן. ערשט נאָך דער חתונה האָבּ איך פֿאַרשטאַנען דאָס וואָס איך האָבּ געהערט.

אַזוי אויך ווען איך בּין געווען קליין, ווען איך האָבּ געלערנט תּנ"ך אָדער גמרא, זענען מיר אָנגעצינדן געוואָרן כל מיני רויטע ליכט, אַז עפּעס פּאַסט דאָ נישט, אָבּער איך האָבּ ווייטער געצויגן, בּיז עס קומט אַ משבּר (קריזיס) און דאַן קומען די קשיות צוריק און פּייניקן.
 
Back
Top