- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 584
- רעאקציע ראטע
- 2,961
- פונקטן
- 423
עס זענען שוין פאריבער עטליכע יאר פון ווען איך האב אפגעלאזט דער פונדאמענטאליסטישער מהלך המחשבה מיט וואס מיין טאטע האט מיר אויפגעצויגן, און כ'האב זיך שוין אויסגעניכטערט פונעם דאגמאטישן שלאף אין וועלכע מיין קהילה, מיין תלמוד תורה און ישיבה האבן מיר איינגעשלעפט.
איך האלט שוין נאכ'ן אפפרעגן ר' אביגדור מיללער און זמיר כהן, נאכ'ן זיך קאכן אין דעיוויד הום און בערטראנד ראסעל, און נאכ'ן אריינפאלן אינעם טיפן זומפ פון פילאזאפיע און חכמה יוונית, וואס זעט אויס אסאך שרעקעדיגער ווען עס ווערט אויסגעלייגט ווי אין ליקוטי מהר"ן און בני יששכר: "הפילוסופיה". ברררר…
כ'האב זיך שוין געוואגט צו צווייפלען אין תורה שבעל פה, חוקר זיין תורה שבכתב, און אפילו געפאטשקעט אין די שרעקעדיגע שער היחוד וואס וואקלט זיך צי גאט טוט בכלל עקזיסטירן.
שוין באשטעטיגט אז תנאים און אומראים זענען נישט געווען קיין מלאכים, זאגאר נישט קיין סייענטיסטן, שוין אריינגענומען אין חשבון אז דער זוהר הקדוש מוז נישט שטאמען פון רבי שמעון כדי עס זאל זיין הייליג, און אז דער רבי ר' אלימלך מוז נישט האבן געשפאלטן א שיסל וואסער כדי זיינע ספרים זאלן זיין ווערד צו לערנען.
כ'האלט שוין נאך דאס אלעס, און כ'בין גרייט תשובה צו טוהן.
איך וויל שוין זיין וואויל, און זיך צוריקזעצן צום שלש סעודות תורה מיט מיין אמאליגע תמימות, פונקט ווי אלע ארומיגע. גרייט זיך מגייר צו זיין אין א פולקאמע גיור.
דא קומט מיין שאלה?
וואס זענען די גענויע טערמס און קאנדישאנס אין וועלכע איך מוז גלייבן, כדי צו ווערן צוריק פאררעכנט ווי אן אייגענעם?
איך פרעג ווי אן אמת'ן גר, ווי א יאפאנעזער באוואקסענער וואס איז געווען אויף א שבת ביי ברוך פערלאוויטש און באשלאסן אז ער וויל ווערן א איד.
וואס דארף איך אלס אויפגעבן? וואס מעג איך אנהאלטן?
מעג איך ווייטער האלטן אז עס זענען פארהאן נאך מיליאנען זונען, און אונזער וועלט איז איינס פון פיל, אדער מוז איך האלטן אז די גלאזערנע גלגלים דיקטירן די הימלען, און אז מען איז קיינמאל נישט געפלויגן צו דער לבנה ווייל דער רבי זי"ע האט אזוי געהאלטן?
צי מוז איך גלייבן אז רש"י הקדוש איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש, און אז שלמה המלך האט שוין געהאט טעכנאלאגיע, אדער מעג איך זיין סקעפטיש?
דארף איך בלויז אננעמען א זאך וואס שטייט קלאר אין א ספר, אדער אפילו א לעגענדע וואס איז "אזוי אנגענומען"? און וואס טוט זיך מיט א ווארט וואס א רבי האט אריינגעווארפן אינמיטן א תורה שבועות נאך די קרעפלעך?
איינער קען מיר ענטפערן און אנווייזן אויף וואס איך דארף חתמ'ען דא?
וואס דארף מען מקבל זיין באמונה שלימה, און וואס מוז מען נישט?
וואו קען מען זאגן אז עס איז אן אויסדרוק, א משל, נישט ליטעראל, און וואו טאר מען דאס חלילה נישט זאגן?
וועלכע דאורייתא'ס זענען וויכטיג צו האלטן, און אויף וועלכע קען מען טרעטן מיט די שוך?
וועלכע דרבנן'ס זענען גענוג אויטאריטעטיוו אז מען זאל עס מוזן אננעמען, און וואו מעג מען זאגן אז עס איז בלויז א שיטה יחידאה?
אויף וועלכע סארט איד איז א מצוה צו רעדן לשון הרע, און וועלכע סארט איד קען נישט טוהן קיין עבירות אפילו אויב מען ווייסט קלאר אז ער טוט יא?
וואס איז אייער שיטה? וואס איז אייער פאזיציע? וואס זענען די יסודות, און וואס זענען די תוצאות? וויאזוי ארבעט אייער עפיסטעמאלאגיע? ווען קען מען זאגן אז מען 'ווייסט', און ווען נישט?
איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט מיינונגען וואס זענען אנדערש ווי מיר - איך וויל פשוט זיין קלאר וואס אייער מיינונג איז בכלל? קען מיר איינער דאס קלארשטעלן? איז פארהאן א קאנסיסטענט און קאהערענט מהלך לויט וועלכע אייער לעבן ווערט געפירט, אדער טוישט זיך עס יעדן טאג לויט ווער די טובי קהל זענען און וואס זייער גיסטע איז.
איך בין מער ווי גרייט זיך אדורצושמועסן מיט א בית דין כדי צו זען צי איך בין ראוי לגיור. לאמיר זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש, און איבערגיין צוזאמען די דעטאלן פון אייער רעליגיע.
איך זע אז ווען קופקעס אין שולהויף בארעדן און באשמוצן די פירערשאפט מיט דברים של מה בכך, מאכט איר זיך נישט אזוי צוטוהן. בלויז ווען מען שטעלט ערנסטע טשאלענזשעס צו די רבנים קומט פלוצלונג אפיר דער איסור חמור פון כבוד הרבנים.
צו רעדן קעגן מאדעס, גשמיות און סמארטפאונס, האט איר נישט מורא, ווייל עס שטעלט נישט אהער קיין אלטערנאטיוו צו אייער פירערשאפט. אבער איך זע ווי איר מיידט יא אויס צו רעדן קעגן ערנסטערע זאכן, וואס פארלאנגען אפשר א וויכטיגערע באהאנדלונג ווי
אז א יונגערמאן הייבט אן דאווענען נאך חצות, הרי זה צדיק גמור, אבער אז ער הייבט אן צו פארשטיין וויאזוי די פלאנעטן ארביטן די זון אדער וויאזוי א מענטש'ס מוח ארבעט, דארף מען אים נאכקוקן מיט זיבן אויגן.
אויב מען דארף היינט שרייבן א תורה חדשה אויף חרד'יזם, וואלט עס באשטאנען פון עטליכע קליינע פסוקים:
טוה וואס יעדער טוט. פרעג נישט צופיל פראגעס. האלט די ריטואלן ווי תפילות, ימים טובים. צייג געטריישאפט צום קהילה, רב און בכלל צום סיסטעם. זאג בלויז די 'ריכטיגע' זאכן, אפילו דו האלטסט באמת נישט אזוי.
אלזא, איך פארשטיי אז "זיי נישט קיין אויבער חכם!" איז פון די עשרת הדברות און שלש חמורות, אבער דאס ענטפערט נישט מיינע פראגן.
וואס איז די פונקטליכע הגדרה פון אויבער חכם'שאפט?
"טוהן אנדערש ווי דער טאטע האט געטוהן", הערט זיך גאנץ שכל'דיג צו מיר.
אבער איך האב דא אויך פראבלעמען.
אויב ס'איז בא חבקוק והעמידן על אחת, אז נאכגיין די עלטערן איז וואס איז דער הויפט יסוד פון חרדי'זם, דאן קומט אויס אז א קריסט וואס גייט נאך זיינע עלטערן איז ערליכער ווי דער גר וואס לאזט אפ זיינע עלטערן. און דאס איז נישט ממש אין איינקלאנג מיט וואס איר פארקויפט אין "מעלות" און אין "קינדליין".
אויך וויל איך פארשטיין, איז דער בעל שם טוב געווען אן "אויבער חכם", איידער ער איז נתגלה געווארן?
וואס טוט זיך מיט אברהם אבינו? א נאציאנאלער העלד אדער א זינדיגער אויבער חכם?
איך זוך נישט אונטערצוברענגען! איך זוך זיך מגייר צו זיין! אבער איך קען נישט דערטאפן וואס די רעליגיע איז אלל עבאוט! אויף וואס שרייב איך דא אונטער? קען מיר איינער קלאר מאכן? ברענג מיר א קאהערענט פאזיציע, און איך טויש זייטן זאפארט!
נאר וואס? איך גלייב באמת נישט אז עס איז מעגליך צו טרעפן קאנסיסטענסי אין א דרך וואס איז היסטאריש געבויעט אויף מחלוקת, געראנגל נאך מאכט און סורווייוול מעכאניזם. אלזא, קיין טענות האב איך נישט. אבער דאס יא - ווען איך פרעג דיר א קשיא אויף דיין דרך, פארקויף מיר נישט קיין לאקשן, און פראביר נישט מיר צו פארשטומען. ווער רעדט מאניפולירן?
איך בין נאך אזוי בארעכטיגט צו וועלן פארשטיין, ווי דו ביסט בארעכטיגט צו בלייבן א נאר.