גוטע פלעצער צו דעיטן

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
530
רעאקציע ראטע
3,796
די לעבן לויפט און יאגט, מ'מעג פלאנען א דעיט טאג מיט'ן אשת חיל.

לדוגמא.
ארויסגיין צופריה צו א שיינעם וואסער'ל, פארק, דערנאך א פיינעם לאנטש אין א גוטע רעסטאראנט,
דערנאך א ספא, אדער אן אקטיוועטי (מאכן אליין לעכט, זייף, פערפיום, וכדו')

זעמער לעצטענ'ס געוועהן שבת אין מאנסי האבעך זי גענימען זונטאג צום פאלעסעיד'ס מאלל נעבן מאנסי. ס'געוועהן א מחיה (זי האט נישט אויפגעוואקסן אין מאנסי, סאו די מאלל איז אינטרעסאנט פאר איהר).

שאפּינג פאר קליידער (נישט אזא ביליגע דעיט...)
לאנטש אין מייק'ס בורגער'ס
א מאסאדש
נאך שאפינג
אקטיוועטי'ס, טעדי בּער, וכדו'.
(זיי האבן א טעאטער, דעיוו ענד באסטערס, און נאך אסאך, אונז האבן ניטאמאל גע'קאווערט האלב)
--

כ'זיך פלעצער וואס זענען שיין, אינטרעסאנטע אקטיוועטעיט'ן, ווי מ'קען קאננעקטן. (פאר מיך איז בעסער אין מאנסי והגלילות. אקעי, האסט געכאפט אז כ'וואוין אין מאנסי... אבער ס'מעג אויך זיין אנדערע פלעצער)

סאו פליז קומט אריין מיט איידיע'ס, פלעצער, אפי' אויב ס'וועט נישט זיין גע'אייניגט פאר מיך, וועט עס כאטש זיין גוט פאר אנדערע.

יישר כח למפרע ליבע קרעמל'ער.
 
א שעינעם חלום, פאר אונז און מסתם נאך אסאך ליינערס.

פארוואס? ווייל עס איז נישטא קיין פונקליכע אינסטראקשענס אין "די ביך" וואס מ'דארף טון? אדער סתם אזוי ווייל סתם עוה"ז'דיגע שוואוילטאג איז אן אפגעפרעגטע זאך?

ועל דא ודאי קא בכינא

אבער למעשה סעיווד מען זיך אפאר דאלאר...
 
א גרויסען יישר כחכם פארן גיין פתיחה @שעפטאל !!

דער אמת איז אז רוב היימישע קאפלס וואס האבן שוין קינדער קענען זיך נישט אוועקכאפן אינמיטן טאג, מען דארף ווארטן ביז די קינדער גייען שלאפן, מען דארף א בעיביסיטער וכו'. אלזא אויב איינער זוכט צו מאכן א דעיט-נייט אין די אווענט שעות אין ניו יארק סיטי קען מען טון די פאלגענדע:

ברוקלין ברידזש פארק - שפאצירן און בייקן מיט די סיטי בייק. אויך איז דא דארט א פלאץ פאר וואנט טענניס וואס איך האב נאכנישט אויס פרובירט.

PingPod - זיי האבן מערערע לאקאציעס אין די סיטי צו שפילן פינג-פאנג (מעגליך אויך אין אפסטעיט), פארהאלטניסמעסיג ביליגע פרייזן, אפן 24 שעה א טאג.

האק ווארפן (ax throwing) - זייער א געשמאקע שפיל צו בארואיגן די נערווען נאך א שווערע טאג, איך גלייך צו גיין צו א שטילע פלאץ נעבן וויליאמסבורג וואס הייסט Bury the Hatchet, זיי פארמאכן 11 ביינאכט.

בוך בראוזן - מען קען גיין צו Barnes & Nobles זיי פארמאכן על פי רוב 9 אויפדערנאכט אבער דעצעמבער פארמאכן זיי שפעטער (עס איז פארהאן א געשמאקע געשעפט און ברוקלין וואס פארמאכט 10 אזייגער, עס הייסט Greenlight Bookstore) מען קען דערנאך אויפסעטן א קאפע הויז וואס איז אפן צו פארטרינקען א טיי און דיסקוסירן די איינגעקויפטע ביכער.

סטעטן איילענד פערי - עס איז בחינם, נעמט בערך א האלבע שעה א וועג.

שאך - אן אינטערעסאנטע געשעפטל וואס איך האב אנטדעקט לעצטענס אין מאנהעטן, Chess Forum, מען קען דארט איינקויפן פארשידענע קילע שאך סעטס און אויך קען מען זיך אראפזעצן שפילן שאך אין די בעק מיט א טרינק.

איך האף צו שרייבן נאך ווען די צייט וועט ערלויבן.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'זיך פלעצער וואס זענען שיין, אינטרעסאנטע אקטיוועטעיט'ן, ווי מ'קען קאננעקטן.
מיין פעיוועריט זאך פאר מער טיפע קאננעקשאן, איז צו טרעפן א שטילע רוהיג ווינקל אין נעיטשער מיטענמענדיג א ׳קארד׳ געים כעין זה:
Amazon.com
 
מיין פעיוועריט זאך פאר מער טיפע קאננעקשאן, איז צו טרעפן א שטילע רוהיג ווינקל אין נעיטשער מיטענמענדיג א ׳קארד׳ געים כעין זה:
Amazon.com
פיינע איידיע! בכלל דארף מען ווען מאכן א שנירל וועגן געשמאקע רעלעישנשיפ/עדאלט געימס. איך האב א שטיקל דרעפט, האפענטליך יעצט זומער וועט זיין צייט צו פארענדיגן
 
איך האב עס קיינמאל נישט אויסגעטשעקט, אבער כ׳האב געהערט פון אזעלכע וואס גייען bowling, אדער mini golf

איך האב ליב @נפשי׳ס איידיע, מער מיין סטייל (אפשר בין איך אויך קארג צוליב די איינגעקריצטע התנגדות צו הנאה און לוקסוס פון מיין אויפבראַך/חינוך)

כ׳בין נייגעריג אויב איינער דא ווייסט מער וועגן דעי קארטלעך (כ׳געהערט גוטע זאכן וועגן דעם, אבער קיינמאל נישט פרובירט)

פון Mark Groves (ער רעדט אינטרעסאנטע זאכן אויף אינסטעגראם וועגן אהבה בין איש לאשתו

CREATE THE LOVE CARDS: Dating and Relationship Conversation Starters. This Couples Card Game Improves Date Night, - Walmart.ca


פון אסתר פּערעל (די באוואוסטע רעלעישנשיפ טעראפיסט פון די פּאדקעסט
(Where Should We Begin
https://music.amazon.ca/podcasts/61...ds_rh_z_-m_c_641511361858_t_dsa-1670569866842

דאס איז די קארטלעך וואס זי האט לעצטנס ארויסגעגעבן
Amazon.ca
 
א פלאץ ווי איך גלייך נישט צו דעיטן, איז אין א קאר. ספעציעל דאס ערשטע מאל.

1) ביידע זיצן זייט ביי זייט נישט פנים אל פנים

2) איך דרייוו, ברויך איך פאוקוסירן אויף די שאסיי...

3) למשל א שפאציר, איז ממש דאס פארקערטע, ס'איז דא אסאך מער גוף-שפראך און אפענקייט וכו' וכו'

(און א זייט נאטיץ, פארוואס ווערט די font מיטאמאל שיף? עס טאנצט צוריק אפילו איך טויש עס.)
 
ש'כח שעפטאל פאר די נושא. און חבקוק פאר דיין קאמענט.

איך בין געגאנגען Ax Throwing אין א פלאץ וואס רופט זיך Stumpy's, נישט צו ווייט פון מאנסי. א שטילע רואיגע אטמאספער, און עס ליגט ארום נאך שפילצייג צו פארברענגן.

Bowling בין איך געווען עטליכע מאל ביי Montvale Lanes, עס קען דארט ווערן גאנץ פארנומען (אינקלודינג אנדערע חסיד'ישע קאפלס) אבער די פלאץ איז גענוג גרויס. אויך האבן זיי א באר.


נאך אלעם, די בעסטע עקספירענסעס האב איך אלס אין נאטור. עס איז דא גאר געלונגענע הייקס אין ראקלענד קאונטי, שיינע פארקס ביים האדסען פאר שפאצירן און בייקינג, שיפלען איז אוודאי אויך וויטיג אין זוממער. סוף טאג ווען מען איז גוט אויסגעמוטשעט גייט מען ערגעץ עסן, וואס דארף מען בעסער...
 
Screenshot_20240710-232257.png
 
איך האב געפרעגט, און באקומען דעם ענטפער

Thank you so much for reaching out to Create- A- Date🥂
Our packages are as follows:

✨Our itinerary based package- $100

We’ll start with a 15 minute conversation getting to know you and what you have in mind for this date.
We’ll follow up with a completely tailor-made itinerary of up to 3 different ideas. We may not get it right on the first try, so one round of revisions is included. We’ll take care of all reservations and bookings so your experience can be as smooth as possible.

*Please note, a last minute fee will be added if date is less than 3 days away

Whatever the occasion, we’ll plan a date that’s memorable and unique to you!

✨Our concierge package- Base rate $250 ( plus 30% percentage of all add ons) -Extra $150 for on site set up if needed

Dream big with the concierge package. We’ll customize a carefully curated experience together with you and take care of every logistical detail. Whether it’s entertainment, in-home spa nights, setting up the dreamiest private rooftop dinner or planning an overnight adventure somewhere special, we’re just a call away the entire time. The sky is the limit!

We can’t wait to customize your perfect date!🥂

-The create a date team ✨
 
אזוי ווי איך זע אז מען רעדט פון דעיטינג האב איך זייער הנאה
אין ברוקלין איז מיר נישט אויסגעקומען צופיל צו דעטין אבער אין מאנסי בין איך געווען מער
אבער איין זאך ברויך מען נעמען אין קענטעניס אמת אז עס איז אלס גוט צו נעמען עצות איידיעס ראט אויף יעדער אבער נאך אלץ איז יעדע מיידל אנדערש וואס קען אסאך אויסמאכן
געוואנדן ווי אפען מיינדעט זי איז וכ'ו
די אלטע אויסגעדראשענע וועג איז א רעסטאראנט
אבער א שפאציר ארום א טייכל קען אויך זיין געשמאק דער עיקר פוינטר איז ווי מער צו פארברענגען אזש מען וועט זיך פילן זייער היימיש וואס ווי מער באקוועמער מען פילטר זיך איינער מיטן אנדערן אלס א בעסערע לעבן איז נאכן פארהייראטן.
וועגן געימס איז לאו דווקא ביים דעיטן א גוטע איידיע צו שפילן נאך די חתונה איז אויך גוט וכן נוהגים.......
ועוד חזון למועד
 
די לעבן לויפט און יאגט, מ'מעג פלאנען א דעיט טאג מיט'ן אשת חיל.

לדוגמא.
ארויסגיין צופריה צו א שיינעם וואסער'ל, פארק, דערנאך א פיינעם לאנטש אין א גוטע רעסטאראנט,
דערנאך א ספא, אדער אן אקטיוועטי (מאכן אליין לעכט, זייף, פערפיום, וכדו')

זעמער לעצטענ'ס געוועהן שבת אין מאנסי האבעך זי גענימען זונטאג צום פאלעסעיד'ס מאלל נעבן מאנסי. ס'געוועהן א מחיה (זי האט נישט אויפגעוואקסן אין מאנסי, סאו די מאלל איז אינטרעסאנט פאר איהר).

שאפּינג פאר קליידער (נישט אזא ביליגע דעיט...)
לאנטש אין מייק'ס בורגער'ס
א מאסאדש
נאך שאפינג
אקטיוועטי'ס, טעדי בּער, וכדו'.
(זיי האבן א טעאטער, דעיוו ענד באסטערס, און נאך אסאך, אונז האבן ניטאמאל גע'קאווערט האלב)
--

כ'זיך פלעצער וואס זענען שיין, אינטרעסאנטע אקטיוועטעיט'ן, ווי מ'קען קאננעקטן. (פאר מיך איז בעסער אין מאנסי והגלילות. אקעי, האסט געכאפט אז כ'וואוין אין מאנסי... אבער ס'מעג אויך זיין אנדערע פלעצער)

סאו פליז קומט אריין מיט איידיע'ס, פלעצער, אפי' אויב ס'וועט נישט זיין גע'אייניגט פאר מיך, וועט עס כאטש זיין גוט פאר אנדערע.

יישר כח למפרע ליבע קרעמל'ער.
א ראמאנטישע דעיט? מעגליך די צאלסט מער, אבער שפירט זיך מער בּראוק, ווייל מ'האט נישט קיין צוויי מינוט, ווי מ'קען אויף די אויגעלעך זיך צוקוקן. דעריבער, א ליידיגע פעלד, א פארם, א ווילא, צו סיי וואס, בלי הויכע נויז וואלט געמאכט א געשמאקע ראמאנטישע דעיט.
 
איך ווייס נישט ווער די מדוברת איז אבער אויב זי וואוינט אליין און לאדנט דיך איין פאר א ראמאנטישע נאכטמאל ווי לעקטער ווערן פארלאשן און בלויז די שיין פון א שמעקעדיג ליכטל טוט פינקלען און די אויגן קען זיין פיל מער אפעקטיוו
 
הרב שעפטאל דו רעדסט דעיטן נאך די חתונה אדער פאר די שידוך? ווייל די ערווענסט אשת חיל מיינסט פאטענציאלא ווייב אדער.....?
 
Back
Top