הקדמה
היינט נאכט איז דער ערשטער יארצייט פאר מיין מאמען ע"ה, מרים פאזען (געבוירן בלייער).
מיין מאמע ע"ה איז געווען די בעסטע מאמע וואס א קינד קען זיך נאר וואונטשן. איך – איר עלטסטער קינד – און מיינע געשוויסטער האבן אייביג געוואוסט אז אונז האבן זוכה געווען צו האבן אן אויסערגעווענליכע מאמע וואס האט אונז שטענדיג באגאסן מיט ליבשאפט און שמחת החיים און אונז אנגעוויזן און אויסגעלערנט פון קליינוואז אן וויאזוי צו נאוויגירן די שטורמישע וואסערן פון לעבן מיט א זעלטענעם און דקות'דיגן פארשטאנד. וואס אונז האבן אבער נישט געוואוסט איז ווי קורץ אונזער צייט מיט איר וועט זיין.
מאמי ע"ה איז ל"ע אומגעקומען אין א טראגישן אקצידענט דעם פאריגן זומער. זי איז געווען אינג און געזונט און אין פולן לעבן. די אבידה איז נאך גאר פריש און אונז בענקן זיך נאך איר יעדן טאג.
ליידער האב איך נישט זוכה געווען צו פארברענגען מיט איר אסאך צייט אין די לעצטע אכט יאר פון איר לעבן. מיט אכט יאר פריער, ביים עלטער פון 20 יאר, האב איך פארלאזט דעם פרומען-חסידישן לעבנסשטייגער און געגאנגען שטודירן. דאס איז געווען א שטארקע קלאפ פאר מיינע עלטערן און די גאנצע משפחה, און ליידער – לויט די אנווייזונגען פון אזויגערופענע מומחים און רבנים – בין איך אפגעהאקט געווארן פון מיין משפחה און מיינע געשוויסטער. זייט דעמאלטס האב איך נישט געהאט קיין איין שבת אדער יום טוב סעודה אינדערהיים, נישט געקענט אנטיילנעמען אין קיין משפחה שמחות, און בכלל געווארן אפגעשניטן פון דער משפחה.
מאמי ע"ה האט אייביג געוואלט אז איך זאל צוריק פאראייניגט ווערן מיט דער משפחה. זי האט שטארק געארבעט אויף דעם אויף כל מיני פראנטן און אינעם לעצטן יאר פון איר לעבן איז אסאך פארשריט געמאכט געווארן. אבער ליידער האט זי דאס נישט דערלעבט.
_
דער פאלגנדער פאָרגעשטעלטער דיאַלאָג צווישן מיר און מיין מאמען ע"ה איז געקומען צו מיר בהשראה איין נאכט קורץ נאך די שבעה ווען איך האב זיך פאררייכערט און זיך מתבוננן געווען איבער מיין פארזענליכער באציאונג מיט און ליבשאפט צו מיין טייערער מאמען ע"ה.
והנה, אין מיין חזיון שטייט די מאמע ע"ה פאר מיר און איך טענה זיך אויס מיט איר. היתכן, מאמע, אז דו האסט מיר פארלאזט? די מאמע ע"ה האט זיך צוגעהערט צו מיר מיט איר כאראקטעריסטישן סבלנות און ליבשאפט. זי האט נישט אייביג געהאט ענטפערס, אבער זי האט זיך אייביג צוגעהערט און אייביג מיטגעפילט.
ווי די וויזיע איז צו מיר געקומען, האב איך איר תיקף פארשריבן און אט שטעל איך איר פאר פאר אייך ליינער. האפנטליך ענטהאלט עס עטוואס ליטערארישע ווערט. און אויב נישט, זאל עס כאטש זיין אן אנדענק פאר דאס ליבשאפט פון א קינד צו זיין מאמען.
-----
מאמי, איך בין טרויעריג.
ס'איז זייער טרויעריג.
מ'מעג זיין טרויעריג.
מאמי, איך בענק זיך אזוי שטארק נאך דיך.
איך בענק זיך אויך, שעפעלע.
דו האסט מיך געמאכט פאר א מאמע. איך האב אסאך געלערנט פון דיך.
איך האב עס נישט גרינג געמאכט פאר דיך.
טאקע נישט.
איך האב דיך אייביג אבער ליב געהאט.
מאמי, איך בענק זיך שוין אכט לאנגע יארן. און דו האסט מיר צוגעזאגט אז אט אט וועלן מיר שוין זיין אלע אינאיינעם. פארוואס האסטו מיר יעצט פארלאזט?
…
מאמי?
איך בין דא.
מאמי, איך האב געהאט אזויפיל צער איבער די יארן.
איך ווייס.
אונז אויך.
האסטו נחת פון מיר?
אונז האבן אייביג געהאט נחת פון דיר. אונז האבן שטענדיג געזען אז דו ביסט א מענטש צווישן מענטשן און א בעל-מדות.
דאס איז א דאנק דיר, מאמי. האסט אונז נישט געגעבן קיין אנדערע אויסוואל.
די אנדערע זאכן וואס איך האב דיך אויסגעלערנט האסטו נישט אייביג אויסגעפאלגט.
טאקע נישט.
און דו האסט קיינמאל נישט שלום געמאכט דערמיט.
אוודאי נישט! דו האסט בועט געווען אין אלעס וואס איז ביי אונז הייליג און טייער.
איך האב אייביג געשטרעבט צו טון וואס איז ריכטיג. איך בין נאכגעגאנגען דעם אמת, אזויווי דו האסט מיך אויסגעלערנט.
יעצט זע איך דאס. איך בין אין עולם-האמת.
אבער מאמי, דו ווייסט אז איך גלייב נישט…
אבער איך האב יא געגלייבט.
און דו רעדסט צו מיר.
מאמי, איך וויל דיך נישט אפלאזן.
דו מוזט נישט.
קענסט אייביג רעדן צו מיר.
מאמי, איך האב דיך אזוי ליב געהאט. און איך האב אזוי געדארפט דיין ליבשאפט.
ס'טוט מיר וויי אז איך האב נישט אויסגעפירט מיין צוזאג.
אבער איך גיי זיכער מאכן אז ס'וועט באלד ווערן.
אבער דו וועסט נישט דארט זיין מיט אונז.
און דאס טוט מיר אזוי וויי.
יא, ס'טוט זייער וויי.
מאמי?
יא, זיסעלע.
איך גיי ווייטער אנגיין. איך גיי לעבן גוט.
אוודאי אזוי.
איך געב דיך נישט קיין אנדערן אויסוואל.
פארגעס נישט צו גיין אין gym. און עס געזונט!
מאמי?
יא, צדיקל.
קענסט מיך זינגען המלאך? איך בין שלעפעריג.
ביסטו נישט אביסל צו אלט פאר דעם?
ביסטו דען נישט געווען אביסל צו אינג פאר וואס דו האסט געטון?
ביסט גערעכט.
לאמיר עס זינגען איינער פארן אנדערן.