חב"ד שליח אין אבו דאבו פארכאפט - ליידער ערמארדעט הי"ד

חסידיש משפיע

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
54
רעאקציע ראטע
121
הרב צבי קוגן חב"ד שליח אין די UAE איז די לעצטע מאל געזעהן אדער געווען בקשר מיט זיין משפחה אויף מיטוואך און זיין דעצאלס איז ער פארשווינדען. עס איז דא א גרויסע חשש אז איראנע טערעראיסטן האבן אים פארכאפט.
 
בילד פון הרב צבי
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241123-173513_WhatsApp.jpg
    Screenshot_20241123-173513_WhatsApp.jpg
    119.5 KB · געזען: 42
ווי איז ער געזען געווארן לעצט?
 
מיטוואך
א שעה אוועק פוו דובאי.
מ'האט געטראפן זיין קאר פארלזאט...
 
ליידער קומט אריין די שוידערליכע נייעס אז ער איז געטראפען געווארען נישט בין החיים
 
איראן נעמט פול ריספאנסיביליטי פאר'ן פארכאפּן דעם חב"ד שליח אלץ א נקמה אקט פאר ארץ-ישראל באמבאדירונג אין איראן

View: https://x.com/EYakoby/status/1860495442024214640?s=19

וויכטיג צו זיכער מאכן די קראנטקייט. די נייעס אין דעם טוויט איז לא היה ולא נברא, סתם ארום געפארן אויף טוויטער און ריטוויטעד געווארן דורך אזאלכע וואס האבן זיך נישט גענומען די מי צו דאבל טשעקן בעפאר.

אויב דו ווילסט וויסן וועלכע נייעס קוואל נישט צו גלייבן, קוק צי יענער האט 'נעכטן' געהאט דעם באריכט דא, ווייסטו אז יענער קעירט זייער ווייניג איבער די אקוראטקייט פון זיינע נייעסן, אדער פארלאזט זיך בלינדערהייט אויף אנדערע וואס קעירן נישט(. איך בין מדגיש נעכטן ווייל קען זיין די סיטואַציע גייט זיך טוישן און איראן גייט נעמען פאראנטווארטליכקייט, למעשה דערווייל איז דאס א גראבער ליגנט)
 
הי״ד.
איז דא עפעס אינפארמעישן אויב זיי האבן געזיכט דוקא דעם איד הרב קוגן? אדער זיי האבן געזוכט צו פארכאפן עני איד פון די געגנט?

אגב, מ׳זאגט אז זיין רעבצין איז א ניס פון גבריאל האלצבערג וואס האט געהאט די טעראר אטאקע אין מומבאי אינדיא.
 
אויב קען איינער ערקלערן וואס גייט דא פאר, וואלט איך אים דאנקבאר געווען.
זינט ווען טוט א רעזשים פארכאפן און ערמארדן ציווילע בירגער אלס נקמה צו א אטאקע?
די רעגירונג פון אבו דאבו לאזט דאס צו?
פארוואס פונקט דעם איד?
 
אויב קען איינער ערקלערן וואס גייט דא פאר, וואלט איך אים דאנקבאר געווען.
זינט ווען טוט א רעזשים פארכאפן און ערמארדן ציווילע בירגער אלס נקמה צו א אטאקע?
די רעגירונג פון אבו דאבו לאזט דאס צו?
פארוואס פונקט דעם איד?
זיי האבן שוין געכאפט די מערדער, און מ'גייט זיי הרגענען.
 
זינט ווען טוט א רעזשים פארכאפן און ערמארדן ציווילע בירגער אלס נקמה צו א אטאקע?
נישט קיין נייע זאך
די רעגירונג פון אבו דאבו לאזט דאס צו?
ניין
פארוואס פונקט דעם איד?
שוין אן אלטע שאלה...
ענפער איז צו פשוט..
 
Back
Top