הצעות פאר קרעמל טיטלען

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
443
רעאקציע ראטע
2,824
@דער גאלדענער אדלער איז היינט געווארן דער ערשטער אין קרעמל צו פארמאגן דעם טיטל
Well-known member
כ'בין עם בכלל נישט מקנה. וואס עפעס.
Just saying
--

קרעמל טיילט מעדאל'ן, פונקטן, און טיטלן בעין טובה
כ'וואלט זייער געוואלט בעהטן מ'זאל מיך געבן א טיטל.
מיין טיטל קען זיין "דער שעפטי פונעם קרעמל"...
--

א טיטל קען זיין מיט און אהן א מיטל.
דעם רב, פורים רב, רבי, גבאי, חכם, כאכאם, שמש, שאמאן, צדיק, קענדי מען, ראש הקהל, נגיד, חזן, בעל תוקע, בעל מקריא, בעל קרי, בועל ארמית,
געשמאקע שמועסער. דובר מישרים. גולה עמוקות. נייעס באריכטער.

שעפטי, גענוג געהאקט, קום צום ווארט.
האט איינער איידיעס פון חשובע טיטלן פאר זיך אדער פאר א צווייט'ן, (אדער סתם בכללית.) אמת'ע טיטלן, צו סתם לבדיחא ביטע ארויפשטעלן.

כ'קען קוים ווארטן צו זעהן די קריעטיוועטי 😄
 
ביידע
(שטייצעך ווילאנג יענער וועט אויך הנאה האבן)
 
מגלה ניקים, יושב מקוואות, איש קרעמל, פוצה פה ומצפצף, משיב דברים נחוכים, דובר שטיות, כותב נבלות, מדבר תוכחות, צועק קנאות, מטרלל קרמלות, ממלל כמין חומר, מקלל כמו תומר, מהלל כל״ג בעומר, מחלל כאיש קרתא נותר, מבלבל כברית שומר, מחלחל כנדה, משלשל באסלה, בעטה אחישנה, זכר תמים יקריבנה, אדמו״ר על הגלילה.

שוין כ׳מיין יעדער זאל זיך נעמען איינס, ווער ס׳האט נישט באקומען זאל זיך מעלדן.
 
דעם ערשטן טיטל וואלט איך געטוישט צו 'מגלה אריות'
 
מגלה ניקים, יושב מקוואות, איש קרעמל, פוצה פה ומצפצף, משיב דברים נחוכים, דובר שטיות, כותב נבלות, מדבר תוכחות, צועק קנאות, מטרלל קרמלות, ממלל כמין חומר, מקלל כמו תומר, מהלל כל״ג בעומר, מחלל כאיש קרתא נותר, מבלבל כברית שומר, מחלחל כנדה, משלשל באסלה, בעטה אחישנה, זכר תמים יקריבנה, אדמו״ר על הגלילה.

שוין כ׳מיין יעדער זאל זיך נעמען איינס, ווער ס׳האט נישט באקומען זאל זיך מעלדן.
נייס! פון וועלכע פאשקעוויל קומען די טיטל'ן??
 
@דער גאלדענער אדלער ביסט בכלל נישט אזא מיוחס...
@טעלעפאן איז אויכעט א well-known member 😀

(כ'מיין אז מיט 45 תגובות שאפט מען זיך אט דעם חשוב'ן תואר אטאמאטיש)
מזל טוב צו ענק ביידע!!! יישר כחכם פארן צוגעבן אסאך!!!
--

נאך פאזיציעס וואס פארדינען טיטלן.
(כ'שרייב עס בערך און רוי'ערהייט, צו הערן ענקער מיינונגען.)
1. שרייבט כמעט יעדן טאג פאר 6 וואכן - Populer member (איינמאל מ'איז פאפולער, בלייבט מען שוין דארט אפי' מיט 6 תגובות פער חודש)
2. האט כאטש צוויי לייק'ס אויף מער ווי האלב תגובות
3. לייק'ט כאטש איין תגובה פער טאג בערך - Liker
4. עפענט א שנירל בערך צוויי מאל א חודש - עפעס א חשובע הכרת הטוב טיטל. עני איידיעס?
5. טיטל פאר די פינעף וואס האבן די געשריבן די מערסטע תגובות אינעם יאהר. (שטייצעך מ'רעדט פון זאכליכע תגובות)
6. טיטל פאר די פינעף וואס האבן געשריבן די מערסטע ווערטער אינעם יאהר. (וכנ"ל זאכליך)
7. די צעהן וואס האבן געגעבן די מערסטע לייק'ס אינעם יאהר.
8. די צעהן וואס האבן באקומען די מערסטע לייק'ס אינעם יאהר.
 
1. כ'מיין אז שרייבער וואס האבן פארדינט דעם שריפטשטעלער טיטל אין ק"ש וואס ניצן דא דעם זעלבן ניק פארדינען עס דא אויכעט. (ס'דארף נישט הייסן שריפטשטעלער).
2. ווי אויכעט קען דא מען איינפיהרן דעם טיטל גע'געב'אכץ שטייצעך מיט וואוט'ס וכדו'.

וואס זאגט עטץ צו דעם?
 
מיינע פארשלאגן פאר מעדאלן.

100 חזק ואמץ!
  • ערגעץ האט איר מצליח געווען צו שאפן 1000 פאזיטיווע רעאקציעס. וויאזוי באווייזט מען דאס?
10 רגיל
  • איר זענט שוין א בן בית פאר א גאנץ יאר. מיר ווילן אייך באגריסן!
50 תושב
  • איר זענט שוין א בן בית פאר פינעף יאר. איר קענט עס גלייבן?
100 זקן זה שקנה חכמה!
  • איר זענט שוין דא פאר צען יאר. ומפני שיבה תקים
 
250 מען באלעקט זיך
  • דר'עולם האט דיר שוין באגאסן מיט 2,000 פאזיטיווע רעאקציעס. דו ביסט א כוכב!
750 טאלאנטפול
  • באקומען 5,000 פאזיטיווע רעאקציע איז ווייט נישט קיין קלייניגקייט, לאו בכל יומא מתרחש.
500 א גאלדענע פעדער
  • דו שרייבסט מייסטערווערק, 10,000 פאזיטיווע רעאקציעס!!! דיין פעדער איז 'אומבאשרייבליך'.
250 ממך ילמדו
  • 2,000 הודעות איז אן ערענסטער סכום. הלוואי ווען יעדער געבט ווען אזויפיל צו.
1,000 וואס איז מיט דיין משפחה?
  • ערנסט גערעדט, 5,000 הודעות??? קלערסט נישט אז דו דארפסט אביסל טראכטן פון משפחה. איך זאג נאר...
 
אז איך רעד שוין פון מעדאלן, איז פארהאן די מעגליכקייט צו צולייגן אזא מעדאל (כגון אייקאן) אינעם באניצער'ס קעסטל?
 
וואס גייט זיין דא @קרעמל גייט מען עס אימפלעמענטירן?

נאך א מעדאל צוצולייגן
2000 צובראכן די לייק קנעפל.

שפראכלאז; 20,000 פאזיטיווע רעאקציעס!!!!!!
 
וואס גייט זיין דא @קרעמל גייט מען עס אימפלעמענטירן?

נאך א מעדאל צוצולייגן

@קרעמל הייבערנירט געשמאק אין זיין נאָרע, בעסער איז צו טעגן @מַחֲנַיִם וואס ווערט אנגעפירט דערווייל דורך @חבקוק ביז @קרעמל כאפט זיך אויף פון זיין בערן שלאף און קעמט זיך אויס זיין צושטרויבעלטע בארד.

אוודאי האף איך צו איינשטעלן די טיטלען בקרוב, א גרויסע דאנק פאר אלע הצעות וואס העלפט זייער ארויס. נאר צום ערשט האב איך חשק צו ענדיגן עטליכע אנדערע קלייניקייטן, ווי למשל אנאנים פונקציע, נעגעטיווע רעאקציע, מאדעראטאר פארבעסערונגען, וכו׳. קיין איינע פון די זאכן נעמט נישט ספעציעל לאנג, נאר וויבאלד איך קום נאר אן צו ארבעטן 20-30 מינוט א טאג אויף קרעמל (און צומאל דאס אויך נישט) קומט אויס אז יעדע קלייניקייט נעמט עטליכע טעג.

@חבקוק ע״י @מַחֲנַיִם
 
וואס גייט זיין דא @קרעמל גייט מען עס אימפלעמענטירן?

נאך א מעדאל צוצולייגן
צוגעלייגט אלע פארגעשלאגענע מעדאלן, באמת א גרויסן דאנק חברינו @החוקר פארן צוגרייטן אזוי שיין כשולחן ערוך ומוכן, זאלסט זיין געבענטשט מיט אלעם גוטן.

אויב איינער האט נאך געדאנקען ביטע פארשלאגן דא, זאל זיך גיסן דא פּאַזיטיוויטי איבער די ברעגעס כמים לים מכסים.
 
אז איך רעד שוין פון מעדאלן, איז פארהאן די מעגליכקייט צו צולייגן אזא מעדאל (כגון אייקאן) אינעם באניצער'ס קעסטל?
וואס מיינסטו צו זאגן ״באניצער׳ס קעסטל״ און וואספארא סארט אייקאן? אויב דו קענסט אפשר אויסברייטערן.
 
@קרעמל הייבערנירט געשמאק אין זיין נאָרע, בעסער איז צו טעגן @מַחֲנַיִם
@מחניים איז שווער צו טעגן

מדארף ניצן די פינטלעך אז סזאל זיין א טעגעראציע לשמה

אפשר נעמסטע אראפ די פינטלעך?
 
Back
Top