הגדרת הגראפישקייט

תוכנדיגע אינהאלט אויף א גראפישע שטייגער?

  • יא

    Votes: 11 61.1%
  • ניין

    Votes: 1 5.6%
  • ווענד זיך (ביטע אויסקלארן אין וואס)

    Votes: 6 33.3%

  • Total voters
    18

זית רענן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
396
רעאקציע ראטע
3,193
פונקטן
423
אין ליכט פון א שנירל וואס איך האב נעכטן געעפנט און עס איז אנגעקומען צום 'מאדעראטורן ווינקל' שנעלער ווי א פלייט פון ניו יארק צו תל אביב און איז פארשפארט געווארן ביז עס וועט אויסגעשמועס ווערן בכובד ראש אויב די אינהאלט קומט נאך די פארשריפטן פון 'קרעמל', וויל איך זען וואס דער עולם האלט איבער אן ארטיקל וואס ברענגט ארויס א נקודה, אדער איז געשריבן ארטיסטיש און האט אין זיך גראפישע הומאריסטישע שפראך אדער אינהאלט (ענליך צו דשארדש קארלין און לואי סי קעי הומאר סטיל).
איז עס אקעי אדער השלך אותו ממחננו והיה מחננו קדוש וטהור?
ביטע אריינקומען קלאר מיט אייער שטימע.

בברכת קדושה וטהרה וסייג לסייג.
 
איך האב עס געזען און גלייך עקספעקטירט אז איינער וועט עס זאפארט באריכטן און אויסגעווארט מיט עקסטאז צו זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסלאזן.

מיר פערזענליך, איך האב הנאה געהאט און ס'גייט מיר נישט אן. אבער וואס איך האב געהאלטן איז געווען א קליינע טעות פון דיין זייט איז געווען עס צו לייגן אין שמייכל ווי איידער מאחורי. ס'באלאנגט אין מאחורי.
 
וואס בערך איז געשטאנען דארט?
איבער וועלכע נושא?
 
כ'מיין ס'מעג האבן א טריגער ווארענונג

אבער קאם אן כ'האב געזעהן דעם טריגער ווארענונג ביים זעהן @זית רענן... 😂😂😂

פליז געב אונז נאך סיבות צו לאכן און לויז ווערן. (לייג טריגערס, מאחורי, וואטעווער פאר סענסעטיווקייט. אבער שרייב!) כ'האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר כ'האב שוין אנגעהויבן חושש זיין אז דאס לעבן איז טאקע זייער ערענסט...
 
וודאי א טריגער איז וויכטיג ,עס פארזיכערט מער ליינערס , פונדעסטוועגן קען מען שרייבען עלעגאנט
און טעיסטפול ,ווינציגער פראסט ,און נאכאלץ אהנקומען צום פונקט .
 
אפשר קענסטו אונז ווייזן וויאזוי דו קענסט אט יענץ איבערשרייבן עלעגאנט און טעיסטפול?
 
איך האב עס געזען און גלייך עקספעקטירט אז איינער וועט עס זאפארט באריכטן און אויסגעווארט מיט עקסטאז צו זעהן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסלאזן.

מיר פערזענליך, איך האב הנאה געהאט און ס'גייט מיר נישט אן. אבער וואס איך האב געהאלטן איז געווען א קליינע טעות פון דיין זייט איז געווען עס צו לייגן אין שמייכל ווי איידער מאחורי. ס'באלאנגט אין מאחורי.
איך האב געהאלטן אז ס'קומט נישט אין מאחורי ווייל די נושא איז נישט קיין מאחורי'דיגס, ס'איז פשוט געשריבן מיט א מאחורי פלעיוואר.
משל למהד"ד, איינער מאכט אן אינטערסאנטער סארט כשר לפסח טארט און לייגט אריין אפאר מצות דערינען, וועט מען עס פארט נישט ארויפשטעלן אויפ'ן סדר טיש דייקא וויבאלד ס'פארמאגט אויך מצות.
 
דער זית רענן, האט א שרייבעריש טאלאנט וואס איז נישט אין מיין באזיץ, בכלל איז שווער איבער צו שרייבען א צווייטענס ווערטער און עס זאל זיין בדומה, אבער דער פוינט איז דאך דארט, משוה צוזיין די רבני׳שע צו די אנדערע בני הקהילה , מיט
אלע ליידענשאפטען און גלוסטעניש ,וואס איז אמת,
אבער די דעסקריפשנס פון די פערסאנעל טריגערס און אינטימע ריעקשאנס,קען מען בעסער פארקליידען און עס קומט אויס שענער און מיט מער טעיסט
על טעם וריח אין להתווכח
 
האסט מיך שטארק געכאפט מיט דיין ערשטע ליין.
אויף אזוי ווייט, אז אפילו אויב איך זאל זיך וועלן דינגן מיט די אנדערע ליינס, וועל איך זיך צוריקהאלטן.
 
איך האב געהאלטן אז ס'קומט נישט אין מאחורי ווייל די נושא איז נישט קיין מאחורי'דיגס, ס'איז פשוט געשריבן מיט א מאחורי פלעיוואר.
משל למהד"ד, איינער מאכט אן אינטערסאנטער סארט כשר לפסח טארט און לייגט אריין אפאר מצות דערינען, וועט מען עס פארט נישט ארויפשטעלן אויפ'ן סדר טיש דייקא וויבאלד ס'פארמאגט אויך מצות.
דו קוקסט אן מאחורי ווי נאך אן אפטיילונג ווי צו סארטירן זאכן, אבער מאחורי איז אנדערש טאקע מיט דעם אז דאס זענען זאכן וואס באלאנגען נישט מלפני, און אביסל מאחורי באלאנגט אויך נישט מלפני
 
עס קומט נישט עכט אריין דא, אבער היות מאנכע ווילן לייגן א טריגער ווארנונג ביי אזעלכע שנירלעך, וויל איך מודיע זיין אז איך ווער געטריגערט ווען עס איז פארהאן א טריגער ווארנונג. סא, אויב לייגסטו אזוינס, מאך נאך איין טריגער ווארנונג בעפאר אז איך זאל וויסן נישט צו קוקן אויפ'ן טריגער ווארנונג.
 
Back
Top