- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 490
- רעאקציע ראטע
- 2,316
- פונקטן
- 423
געווען בין איך אין עפעס א פארשטופט לענדל, זעהט זיך אויס אז ווייניג אידן קומען דארט אהן, דאס לאנד האט נישט קיין שום אידישע היסטאריע, דאס הייסט ווי ווייט איך ווייס האבן אידן דארט קיינמאל נישט געוואוינט.
געוויסע ערטער בין איך געגאנגען מיט פיאות אפענערהייט. אזוי שמעוסענדיג מיט די לאקאלע באפעלקערונג האבן זיי מיר געפרעגט וואס דאס איז. כ'האב זיי געענטפערט אז איך בין א איד. 'א וואס?' אַ איד. "איז דעיס עפעס מיט דזיסעס?" ניין, דזיסעס איז גראדע אריגינעל א איד, האב איך זיי געזאגט. דעי האר זעהט אויס ווי דזיסעס, האט מער ווי איינער אזוי קאמענטירט דורכאויס דעם רייזע. אנדערע האבן געפרעגט צו איך בין אן אראבער גאר.
איינער האט אפילו געקענט די ניגון פון מתתיהו Matisyahu - one day אבער נישט געוואוסט פון אידן צו זאגן.
מען רעדט נישט גראדע פון א דריטע וועלט לאנד. ס'איז היפש אהערגעשטעלט, רוב עולם רעדט ענגליש אלס זייער צווייטע שפראך.
לענינינו, שטעלט זיך די פראגע, וויאזוי קען מען זאגן "עשיו שונא ליעקב", זיי ווייסן נישט וואס דו ווילסט פון זיי. זיי ווייסן נישט וואס דער רויטער עשיו איז און אויך נישט ווער דער איידעלע ישראל איז...
שטעלט אייך פאר אז מען פרעדיגט אין אינדיע אז אידן אדער אלע פרעמדע מענטשן אויפן וועלט האבן פיינט בודיסטן. דו וועסט לאכן פון זיי, ס'איז א נארסיסטישע סטעיטמענט. א לעכערליכע סלאגאן. מאכט נישט קיין ברעקל סענס.
למשל, איך גלייך גראדע בודיסטן אין ג'ענעראל, זיי זעהען מיר אויס צו זיין אין דורכשניט גאנץ פיינע מענטשן (פארשטייט זיך אז איך קען ניטאמאל איין פראצענט פון זיי, כ'בין זיכער אז זיי האבן זיך זייער פעקל, אזויווי אלע גרופעס מענטשן. אבער איך האב זיי זיכער נישט פיינט, דאס איז קלאר!)
מיין מסקנא: "הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב" - איך גיי נישט זאגן ס'איז בול שיט, ווייל ס'איז ניטאמאל בול שיט, עס איז סתם א קינדערישע סטעיטמענט. איך גיי נישט אריין יעצט אז ס'איז לכאורה א שעדליכע סטעיטמענט, א סטעיטמענט וואס ריקט דער וועלט אויף צוריקציוועגס ווי איידער פאראויס, אבער דאס איז שוין א באזונדערע שמועס.
אז דו ווילסט זאגן הלכה בידוע "גרופעס האבן פיינט גרופעס", "מענטשן זענען געווייערט צו זיין tribal". דאס קען אפשר זיין, אויך עקסטרעם צו זאגן אז יעדער איז אזוי.
עניוועיס, וואס זאגסטו?