הריני כפרת משכבו! יא, טאקע?

הויעכע פענסטער

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 5, 2024
מעסעדזשעס
24
רעאקציע ראטע
198
דער מנהג על פי הלכה איז אז ווען איינער איז אין די יאר נאך זיין טאטע/מאמע איז אז ווען ער דערמאנט זיי זאל ער צולייגען די ווערטער "הריני כפרת משכבו",
שטעלט זיך די שאלה טאקע יא ביסטו גרייט דערפאר באמת?
אבער די שאלה איז נאר גילטיג אין די ערשטע טעג פון נאך די פטירה ווייל נאכדעם ווערט מען טאקע א כפרה... פון אלע מיטדאווענערס פון דיין מנין,
אלס איינער וואס [ל"ע ול"ע] גייט עס יעצט אדורך קען איך טאקע מיט-טיילן וואס מען גייט דורך ביי איין עמוד-דאווענען,
ווי הויעך כ’וועל נאר דאווענען וועט דער יעקע אייביג קומען צו לויפן מיט זיין קניידל -פארם האנט אויף די אויער און שרייען "פליז דאווען לאועדלי".
אין א טאג וואס ס’איז געווען אביסל טרעפיק אין בעט אין איך יאג זיך "טאקע" ביים דאווענען וועט דער נערוועזער הרב כעסן שליט"א קלאפן מיט זיין אצבע צרדה אז איך זאל זיך שוין אונטעריאגן... און פארקערט אויכעט ווען כ’בין אין די מאאד צו דאווענען אביסל שטייטער וועלן צוויי מענטשן קומען לויפן ובנשימה אחת וועלן זיי ביידע זאגן זייערע פארקערטע דעה,
אדער פונקט נעכטען האבן זיך געשטעלט ניין ליטוואקעס אין מיין מנין מנחה און צו להכעיס פלאנען זיי נישט אויסטרעטן פאר 15 מינוט אדער פאר נקדישך [ס’ווענט זיך וואס קומט ערשט...]

איין עפיזאד וועל איך דערציילען וואס האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענעם שבעה עשר בתמוז,
דאס דאווענען ביז’ן הויעכען איז געגאנגען אלעס געשמירט, אבער דארט מיטגעדאווענט האט עפעס א נשמה’לע וואס האט א הויעכע קול ווי א בער אין זיינע אמן’ס האט ער געמוזט זאגן מיט די נוסח פון יום טוב, א צווייטע נשמה’לע האט געטענה’ט אז זיין טאטע איז שוין אויפ’ן עולם האמת האט ער מיטגעדאווענט מיט מיר בקול רם דעם גאנצע חזרת הש"ץ, אזאנץ איז נישט געפערליך נאכדערצו ווען מען רעדט פון טייערע זיסע "ריינע" נשמות.
אבער ווען ס’איז געקומען צו זאגן "סליחות" דארטען האט זיך דער ליטוואק אויפגעוועקט פון זיין דאווענען שלאף, ווארום מען גייט יעצט זאגן טרויערדיגע זאכן פון שלעכטע געשעהענישן איז ער געווארן זייער עקסיידעט און זיך גענומען זאגן דעם סליחה [מיט’ן מחיל’] שטאט הויעך אויפ’ן קול אזש כ’האב איהם געמוזט איבערשרייען,
שפעטער פיינעלי איך ענדיג צו די סליחות קומט ער צולויפן you're not saying אבינו מלכינו? כ’האב איהם געוויזען ניין,
איך הייב אן צו זאגן קדיש יתגדל ויתקדש קומט צו א צווייטער ליטוואק מיט א טענה why do you skipping אבינו מלכינו?
דעמאלטס איז שוין געווען נתמלאה הסאה און איך האב זיך צושריגען אויף דעם פארשוין מיט א הויעכע "ויצמח פורקניה"
 
לעצט רעדאגירט:
די מנחת אלעזר זי"ע איז געווען אן איינציגסטע זון פון זיין טאטע, און ער פלעגט דאווענען נאר איין תפילה א טאג אין די עלעף חדשים פון זיין טאטע, אפילו ער האט נישט געהאט קיין ברודערס וואס זאלן דאווענען פארן עמוד, אפשר קען מען אויסארבעטן עפעס א היתר.
 
אין וועלכע שול דאווענסטו?
זוך דיר א קליינע רואיגע ביהמ"ד מיט באקאנטע...
 
געהערט אמאל פון א פרישע יתום אין די מיטלע יאר’ן אז ער דאווענט פאר זיין טאטע א האלבע יאהר אין גייט נישט צו קיין שמחות פאר א יאר אהאלב.
 
אין וועלכע שול דאווענסטו?
זוך דיר א קליינע רואיגע ביהמ"ד מיט באקאנטע...
גראדע דאווען איך אין א שוהל וואס די מעלות וועגן איבער די חסרונות... ובכל זאת
איבעראל זענען דא פרצופים שונים....
און ווי אויכעט איך דריי זיך ארויס זייער אפט פון נישט דאווענען לפני התיבה
 
דער מנהג על פי הלכה איז אז ווען איינער איז אין די יאר נאך זיין טאטע/מאמע איז אז ווען ער דערמאנט זיי זאל ער צולייגען די ווערטער "הריני כפרת משכבו",
שטעלט זיך די שאלה טאקע יא ביסטו גרייט דערפאר באמת?
אבער די שאלה איז נאר גילטיג אין די ערשטע טעג פון נאך די פטירה ווייל נאכדעם ווערט מען טאקע א כפרה... פון אלע מיטדאווענערס פון דיין מנין,
אלס איינער וואס [ל"ע ול"ע] גייט עס יעצט אדורך קען איך טאקע מיט-טיילן וואס מען גייט דורך ביי איין עמוד-דאווענען,
ווי הויעך כ’וועל נאר דאווענען וועט דער יעקע אייביג קומען צו לויפן מיט זיין קניידל -פארם האנט אויף די אויער און שרייען "פליז דאווען לאועדלי".
אין א טאג וואס ס’איז געווען אביסל טרעפיק אין בעט אין איך יאג זיך "טאקע" ביים דאווענען וועט דער נערוועזער הרב כעסן שליט"א קלאפן מיט זיין אצבע צרדה אז איך זאל זיך שוין אונטעריאגן... און פארקערט אויכעט ווען כ’בין אין די מאאד צו דאווענען אביסל שטייטער וועלן צוויי מענטשן קומען לויפן ובנשימה אחת וועלן זיי ביידע זאגן זייערע פארקערטע דעה,
אדער פונקט נעכטען האבן זיך געשטעלט ניין ליטוואקעס אין מיין מנין מנחה און צו להכעיס פלאנען זיי נישט אויסטרעטן פאר 15 מינוט אדער פאר נקדישך [ס’ווענט זיך וואס קומט ערשט...]

איין עפיזאד וועל איך דערציילען וואס האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענעם שבעה עשר בתמוז,
דאס דאווענען ביז’ן הויעכען איז געגאנגען אלעס געשמירט, אבער דארט מיטגעדאווענט האט עפעס א נשמה’לע וואס האט א הויעכע קול ווי א בער אין זיינע אמן’ס האט ער געמוזט זאגן מיט די נוסח פון יום טוב, א צווייטע נשמה’לע האט געטענה’ט אז זיין טאטע איז שוין אויפ’ן עולם האמת האט ער מיטגעדאווענט מיט מיר בקול רם דעם גאנצע חזרת הש"ץ, אזאנץ איז נישט געפערליך נאכדערצו ווען מען רעדט פון טייערע זיסע "ריינע" נשמות.
אבער ווען ס’איז געקומען צו זאגן "סליחות" דארטען האט זיך דער ליטוואק אויפגעוועקט פון זיין דאווענען שלאף, ווארום מען גייט יעצט זאגן טרויערדיגע זאכן פון שלעכטע געשעהענישן איז ער געווארן זייער עקסיידעט און זיך גענומען זאגן דעם סליחה [מיט’ן מחיל’] שטאט הויעך אויפ’ן קול אזש כ’האב איהם געמוזט איבערשרייען,
שפעטער פיינעלי איך ענדיג צו די סליחות קומט ער צולויפן you're not saying אבינו מלכינו? כ’האב איהם געוויזען ניין,
איך הייב אן צו זאגן קדיש יתגדל ויתקדש קומט צו א צווייטער ליטוואק מיט א טענה why do you skipping אבינו מלכינו?
דעמאלטס איז שוין געווען נתמלאה הסאה און איך האב זיך צושריגען אויף דעם פארשוין מיט א הויעכע "ויצמח פורקניה"
קודם לאמיך דיך טרייסטן, ביסטוך נאך אין די י"ב חודש לויט ווי איך פארשטיי פון דיין ארטיקל. זאלסט מער קיינמאל נישט וויסן פון קיין צער.

לעניננו, כ'פארשטיי דיך שוין איינמאל וואס דו גייסט דורך, איך בין דאס דורך צוויי מאל, איינמאל ווען כ'בין געווען אין די יאר נאך מיין טאטע'ן ע"ה און דאס אנדערע נאך מיין מאמע'ן ע"ה זכרונם לברכה. אין יעדן מנין איז ליטעראלי פארהאן א געמיש פון די י"א סממנים, מענטשן מיט הפכיות'דיגע געברויכן, און דער בעל תפלה איז שטענדיג שולדיג, שטייט, צו שטייט, שנעל, צו שנעל. און געווענליך זענען עס די וועלכע הייבן נישט אן צוזאמען מיט'ן בעל תפלה הודו, נאר רוקן זיך אריין מיט נאסע פיאות ביי ויברך דוד, און ווען רוב עולם האלט שוין ביי תהילות לאל עליון מוז ער דעמאלטס נעמען נאך איין קאונט צו ס'זענען טאקע פארהאן ששה מתפללים, ווייל ער האלט נאך ביי ברוך שאמר און דאווענען עקספרעס וויל ער דאך נישט, און דא נעמט מען אפיר דעם קלויזנבורג'ר רב'ס ווארט אז צו דאווענען נישט אין קיין סדר איז ווי רייכערן א ציגארעטל פון די פארקערטע זייט.

במילא שטעלט ער אפ יעצט ס'גאנצע מנין, אזוי מיט זיינע פינף פינגערס אויסגעשטעלט ווי א בינטעל שטרוי און מאכט תנופה דערמיט פאכענענידג צו אלע רוחות נא נא! עה שרייט נאך אויס, אינדערמיט מורמעלט ער ווייטער ווי ער האלט אזוי אז ווען ער וועט פיינעלי האלטן ביי תהילות וועט ער אויף עפענען זיינע פארבינדענע פינגערס און ווייזן יעצט איז דא זעקס. דאס איז נאר איין מעשה. גלייב מיר יעדער וועלכער איז געווען אין יאר פארמאגט א זאק מיט מעשיות. אבער דאס קוק איך אן ווי א חלק פון די הריני כפרת משכבו, ס'איז א פערפעקטע פלאץ צו ארבייטן אויף די מידות
 
א בעל תפלה דארף זיך קיינמאל נישט אויסדרייען צום חלק אחוריים נאר פארן און פארן כסדרן ביז ושמו אחד אל תירא מפחד פתאום...די וואס זענען נישט צופרידן זאלן זיך זיכן א צווייטן מקום, לפי עניית דעתי
 
עז לאנג ער ווייסט ווי די געז איז..
 
א מעשה ביכעל קען איך שרייבן פון מיין 11 חדשים דאווענען פארן עמוד ווען איך בין ל"ע געווען אין יאר עד כדי כך איך האב אין די צווייטע דריטע חודש געזוכט נישט צו דאווענען מער. איך בא ב"ה אסאך געשוויסטער וואס איך האב זיך פארלאזט אז וועלן מיר פארטרעיטן ווא האענטליך טראכטן זיינישט די זעלבע ווי איך לגבי דאווענען און גיבן נישט אויף. אבער דאס געפיהל האט מיר נישט אייביג געלאזט עס טוהן
 
Same here
 
10686.jpeg
 
איינער א איד "שווארץ" איז געווארען אנ'אבל
א שכן מיינער האט נישט ליב געהאט זיין לאנגזאמער דאווענען
האט ער געזאגט "דאס וועט זיין א שווארץ יאהר".....
 
Back
Top