האסט הנאה? לייק!

אויליגער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
נאוו. 24, 2024
מעסעדזשעס
10
רעאקציע ראטע
37
איך בין נאך היפש פריש דא, באמערקט האב איך אז די נייעס/שמועסן שלאפט אריין דא אין גרויסען, די סיבה איז לכאורה פשוט, דער עולם לייקט כמעט נישט דארט נאר אפשר אויב מברענגט עפעס א ברעקינג נייעס, און אזוי ווי יעדער וויל ווערן א וועטראן האלטסט זיך דער עולם אפ פון מגיב זיין אדער פירען א שמועס ווייל עס ברענגט אראפ די רעשיאו פון לייקס פער תגובה.

סוי מכאן הקריאה יוצאת זעהסט א נייעס א שמועס א קשיא א תשובה וואס סאינטרעסירט דיך גענוג עס צו ליינען לייג א רעאקציע, אז דער עולם וועט קריגען רעאקציעס וועט מען אוטאמאטיש מער מגיב זיין און סוועט הייבן די טרעפיק דא.

זייטס מער אלע געזונט און שטארק.
 
די סיבה איז לכאו' ווייל דער עולם קומט נישט אריין קיין קרעמל צו הערן די נייעס, מ'הערט עס וואו מ'הערט עס (אפי' אייוועלט איז אסאך בעסער דערין - נעם @נקדימון לדוגמא), און דא קומט מען שמועסן, גאסיפן, און פארשטייט זיך - טראכטן...

דאס איז אויך די סיבה פארוואס איך האב געפילט דא פאר וויכטיג צו מגיב זיין צו דיין תגובה און נישט סתם דיר לאזן הענגען אין דעם אשכול מיט א פלעינע לייק, טאקע ווייל עס איז מער ווי סתם עפעס, דו ברענגסט ארויס א מחשבה, א נקודה, און דאס איז וואס מ'זוכט צו ענקארעדזשן דא (האפענטליך..)

געגאנגען, נעם דיר דרייען דיינע אויליגע רעדער און לאז דיין פעדער זיך גליטשן להנאת ולהצלחת הקרעמל...
 
האסט א פוינט
(איך וואלט נאר געלייקט, אבער דו זאגסט דאך אז סאיז נישט גענוג….)
 
@אלפא איך וואלט געזאגט ווי אייך אין איין ווארט מען קומט דא פאברענגען געשמאק. אבער ביי יעדעם מיינט עס עפעס אנדערש.

די פוינט פון @אויליגער איז ריכטיג, כדי מען זאל זיך נישט אפהאלטען פון שרייבען עפעס וואס איז געשמאק צום שמועס אדער וואס קען ציען די שמועס, פעלט זיך אויס אז מען זאל נישט האבען די דאגה פון פארלירען די וועטראן..

אבער עס איז אויך וויכטיג צו ארבעטען אויף זיך אליין, מיר זענען דאך קלוגע מענטשען מיר טוען נישט וואס יענער טראכט, מיר טוען וואס איז אונז געשמאק, און וויבאלד געשמאק פאר אונז איז ווען עס איז דא קאלירפולע שמועסן צו קענען פאברענגען, יעדע מאל וואס מען האט עפעס צו זאגען וואס קען זיין געשמאק פאר זיך און פאר אנדערע, טאר מען נישט טראכטען נאר אויף וויפיל לייק'ס גיי איך באקומען, נאר וויאזוי קען איך מיך - און אנדערע אידען מהנה זיין.

תזכו למצות.
 
איך בין נאך היפש פריש דא, באמערקט האב איך אז די נייעס/שמועסן שלאפט אריין דא אין גרויסען, די סיבה איז לכאורה פשוט, דער עולם לייקט כמעט נישט דארט נאר אפשר אויב מברענגט עפעס א ברעקינג נייעס, און אזוי ווי יעדער וויל ווערן א וועטראן האלטסט זיך דער עולם אפ פון מגיב זיין אדער פירען א שמועס ווייל עס ברענגט אראפ די רעשיאו פון לייקס פער תגובה.

סוי מכאן הקריאה יוצאת זעהסט א נייעס א שמועס א קשיא א תשובה וואס סאינטרעסירט דיך גענוג עס צו ליינען לייג א רעאקציע, אז דער עולם וועט קריגען רעאקציעס וועט מען אוטאמאטיש מער מגיב זיין און סוועט הייבן די טרעפיק דא.

זייטס מער אלע געזונט און שטארק.
איך האב געטוען מיינס אין מיין חתימה
קענסט אויך בעטן פון Chat-GPT
אדער וועל אויס איינס פון מיין חתימה און איך וועל עס אראפ נעמען פון מיינס (ס'איז סייווי צו אסאך)
 
Back
Top