- זיך איינגעשריבן
- יולי 15, 2025
- מעסעדזשעס
- 136
- רעאקציע ראטע
- 301
- פונקטן
- 63
דאס איז ווייל מען קען ציילען אויפן פינגער ווי סאך רביס זענען בכלל געווען
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דאס איז ווייל מען קען ציילען אויפן פינגער ווי סאך רביס זענען בכלל געווען
פשוט ווייל נאך דער רבי זי״ע קענען זיי נישט מודה זיין אז עס קען זיי א המשכה איז דו גאנצע וועלט שולדיג אבער למעשה זענען זיי נישט קיין קלענערע קיען ווי סקווירא נאר זיי גייען נישט צו זייער רבי נאר צי יעדער צרוע וזב מקובל שטייען דארט רבי זי״ע אידען יעדער קליינע איינגעבויגענע רבילע איז פול מיט זיי טאהש,פשעווארסק, רמא רב יעקב מאיר וכואברע דיעיקר יסודות פון חסידות פון רבי וחסיד , פנימיות און בעיקר בכך דרכך דעהו גייט נאך געהעריג אן חוץ אין סאטמער..
אוי האסטו גוט געזאגט!פשוט ווייל נאך דער רבי זי״ע קענען זיי נישט מודה זיין אז עס קען זיי א המשכה איז דו גאנצע וועלט שולדיג אבער למעשה זענען זיי נישט קיין קלענערע קיען ווי סקווירא נאר זיי גייען נישט צו זייער רבי נאר צי יעדער צרוע וזב מקובל שטייען דארט רבי זי״ע אידען יעדער קליינע איינגעבויגענע רבילע איז פול מיט זיי טאהש,פשעווארסק, רמא רב יעקב מאיר וכו
יש ליישב, יעדע קהלה דארף א הנהגה, ביי די ליטווישע רופט מען עס ראש ישיבה, ביי אנדערע רופט מען עהם חכם, און ביי אנדערע האט ער א נאמען ״רבי״, מיט׳ן בעל שם טוב און מיט זיין דרך האט עס נישט קיין שייכות.אויב עס איז טאקע נשתכח דרך הבעש"ט פארוואס איז סאקמר היינט א חסידות? מיט א רבי?
זיי וואלטען געדארפט זיין א ליטוויש קהילה אן א רבי(ס)
אדער סתם א (אשכנזיש) קהילה
יא אין שטאט סאקמר האט מען געדאווענט אשכנז, נאר ר יואל האט געהאט א ישיבה און דארט האט ער געדוווענט ספרד
זיי רופען זיך א "חסידות" האט עס יאיש ליישב, יעדע קהלה דארף א הנהגה, ביי די ליטווישע רופט מען עס ראש ישיבה, ביי אנדערע רופט מען עהם חכם, און ביי אנדערע האט ער א נאמען ״רבי״, מיט׳ן בעל שם טוב און מיט זיין דרך האט עס נישט קיין שייכות.
סאו ווילסט מיר זאגן אז חסידות איז אלל אבאוט זיך רופן חסידות?
סאקמר טוהט די זעלבע זאך נאר מיט זייערע זאכען. סא איז עס נישט תהילים איז עס שרייען פוי אדער עפעס אנדערשסאו ווילסט מיר זאגן אז חסידות איז אלל אבאוט זיך רופן חסידות?
סאטמארע רבי האט אנגעהאלטן אלע הנהגות פון זיינע עלטערן און זיינע רבי'ס אבער ער האט געטענה'ט אז דאס אלעס איז נישט וואס די בעל שם טוב האט געברענגט אויף די וועלט ווען ער האט געברענגט חסידות
ס'איז זייער פארשטענדליך
איך ווינדער זיך מער אויף אזעלכע חצרות ווי סקווירא וכדומה וואס זיי האלטן אז חסידות גייט געהעריג אן, וויל איך וויסן וואס סקווירא פארקויפט אז מ'זאל קענען זאגן אז דאס האט די בעל שם געברענגט?
זאגן תהלים שבת צופרו? מכבד זיין טשערנאבלע אייניקלעך? רעדן פון טעכנעלאגיע א גאנצע טאג?
וואס יא?
האלט דיך צום שמועס, פארפאר נישט...סאקמר טוהט די זעלבע זאך נאר מיט זייערע זאכען. סא איז עס נישט תהילים איז עס שרייען פוי אדער עפעס אנדערש
בכלל די סאטמאר רבי, איז גיוועהן גאנץ נארמאל מיט אלע הנהגות, וואס זענען גיוועהן אזוי ווי רוב כלל ישראל פון יוראפ, אהן קיין רעבי׳שע הוספות, און אויב יא עפעס א מנהג איז נישט גיוועהן קיין גרויס עסק, ווי לדוגמא ביי מונקאטש, סקווירא, באבוב, וכו׳, יעדע חסידות פארטיי האט אדאפטירט זיינע מנהגים, און עס איז גיווארן א חלק פון זייער אינדיווידואליטי - עס האט געוויסע בענעפיטן אז מען קען זיך אינדענטיפיצירן מיט א יוניקנעס, און עס גיט א סעטיספעקשן צו די דבקים בה - עס דאכט זיך אז שרייען ״פוי״ איז נתחדש גיווארן ערשט אונטער דעם שפעטערע רבי - ברך משה - די קנאות וואס סאטמאר רעפרעזענטירט, קעגן וואס זיי רופן ציונות, האט גארנישט מיט חסידות, עס איז אהנהאלטונג פון אונגאריש-גאליציאנשע השקפות - אהן מאדיפיקאציע אין ליכט פון די האולאקאסט און הקמת המדינה -, עס איז א פארקערפערשאפט פון אונגארישע עקשנות און יידישע שטאלץ, ווי דער פסוק איז מגדיר, כי עם קשה עורף וכל כוונתם לשם שמים וכבודו ימלא את כל הארץהאלט דיך צום שמועס, פארפאר נישט...
די נושא איז נישט געווען צו סאטמאר טוט פאני זאכן מער ווי סקווירא
סאטמארע רבי האט געזאגט אז ס'איז נשתכח דרך הבעשט, סאו ווילסטו מיר זאגן אז סקווירא מיט זייער תהלים זאגן איז דרך הבעשט און סאטמאר טוט די זעלבע מיט שרייען פוי?
סאטמאר האט קיינמאל נישט געזאגט אז שרייען פוי איז דרך הבעשט, זיי טענה'ן דאך אז ס'איז שוין פארגעסן געווארן
פאקוס...