איך טראכט אויב איך זאל עפענען א נייעם שנירל לכבוד מיינס א שטיקל אויסטרעף, אדער אפשר זאל עס בלייבן דא באגראבן ווייל עס איז א נארישע איידיע...
עס זענען פאראן צוויי שווערע נושאים וואס פלאגט דעם עולם בנוגע חתונה מאכן. איינס איז אויף וואס דער שנירל איז געווידמעט - די געפערליכע הוצאות החתונה וואס דער עולם קען נישט עפפארדן, און צווייטנס איז די פארטעביליטי, דהיינו אז לעצטנס טוט זיך כמעט מער גיטין ווי חתונות, חתונה האבן איז געווארן אזא פארטעבל דיספאזעבל זאך. דא גיסט מען אריין שווערע כוחות און געלטער אין חתונה מאכן, בדמים תרתי משמע, מען פרעגט זיך נאך אלע סארט אינפארמאציע, עס קאסט געלט און כוחות הנפש - שטייצעך אויך שמחה - צו חתונה מאכן א קינד, האפנדיג פאר'ן בעסטן זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל באהבה ואחוה, אבער ליידער געדויערט נישט לאנג און די קינדער קומען צוריק אהיים קלאפן אויפן טיר פון די עלטערן אז "עס האט זיך נישט אויסגעארבעט", די אינפארמאציע איז געווען פאלש און פארפירעריש, עס איז נישט קיין מעטש, וכו' וכו', און די עלטערן פארברעכן מיט די הענט מיט גרויס פארצווייפלונג, און קלאגן את אשר יגורנו בא. למעשה וואס טוט מען דא? דער קריזיס פון אלע זייטן ווערט נאר גרעסער, ווי אזוי גיט מען זיך אן עצה?
איז מיר איינגעפאלן א מאדנע געדאנק וואס קען אפשר העלפן ביידע פראבלעמען מיט איין שאס... כ'האב געליינט אויף א נישט-אידישע סייט, אז כדי צו חתונה צו האבן סוקסעספול, זאל מען נישט סתם דעיטן דעם פארטנער וואס דעמאלס קען מען שפילן נייס גיי אדער נייס גירל, נאר ארויסגיין אויף א טריפ פאר עטליכע טעג, לכתחילה אין שווערע אומשטענדן, ווי שווערע וועטערס און אומבאקוועמע דעסטינאציעס, וואס דאן, כאטש מען פרובירט נאך אלץ צו זיין "נייס" איינער צום צווייטן, קומט ארויס א היבשע חלק פונעם אמת'דיגן נאטור, ווי חז"ל לערנען אונז שוין אדם ניכר בכעסו וכו', און אזוי קען מען בעסער אויסגעפינען צי דער שותף איז געאייגנט פאר מיר אדער נישט.
פיינער פלאן, פאר די גויים... ביי אידן מוז מען דאך חתונה האבן בעפאר, קיינער גייט דאך נישט פארן האנימון מיט די כלה אדער גירל פרענד... אלזא איז די עצה ווי פאלגענד:
אויב די חתן-כלה זענען עקסייטעד איינער פאר'ן צווייטן, זאל מען מאכן קודם אזא "מיני חתונה", כעין קאראנע און נאך קלענער, ממש נאר 10-15 מענטשן, א מסדר קידושין און עדות, מאכן א שיינע סאפער און טאנצן צו א USB שפילער מיט מוזיק. די גאנצע חתונה זאל נישט קאסטן מער ווי א שבע ברכות. עס וועט נאר קאסטן מער די כתובה מיט די רינגל. עס דארף אפילו נישט ווערן מפורסם אין גאס, עס וועט זיין פנימי, "אינסייד אינפא"... און דאן וועלן חתן-כלה לעבן אינאיינעם פאר עטליכע חדשים, ווי אויך ארומפארן, זיך גוט באקענען, א.א.וו. כמובן אויף בירט קאנטראל. והיה, אויב וועט מען זעהן אז די זאך געפעלט זיי, אהבתי את אשתי ואת בעלי, זיי ווילן ממשיך זיין מיט'ן לעבן, וועט מען איינקויפן די איבריגע זאכן וואס פעלט זיך אויס, אביסעלע מתנות, מינימום פורניטשור, און אויב די פארפאלק וויל, א סעודת החתונה מיט טענץ פאר אלע חברים, און דאס איז עס. אסאך הוצאות וועט ווערן געשפארט קאמפערד צו א היינטיגע געהעריגע חתונה.
אויב זעען זיי אז זאכן גייען סאוט, עס איז נישט וואס זיי האבן געמיינט, וועט זיין כאשר בא כן ילך, בגפו יבא בגפו יצא, זיי זאלן זיך צוטיילן שטילערהייט בשלום ובשלוה, כאילו לא היה.
איין וויכטיגע זאך – בעפאר די פארפאלק וועט זיך צוטיילן באופן שלום כנ"ל, זאלן ביידע איבערקוקן דעם צווייטנס רעזומעי, און זיכער מאכן אז אלעס איז ריכטיג, כדי דער קומענדיגער זאל נישט אריינפאלן. מען זאל אויספילן וועלכע זאכן איינער האט ליב געהאט פונעם צווייטן און וועלכע נישט, למען ידעו דורותיכם.
וואס יא, איינער האט שוין געשריבן ערגעץ אז עס איז זייער שווער צו לעבן ווען ביידע ווייסן אז זיי ווערן געוואויגן און געמאסטן אויף יעדע ווארט, אויף טריט און שריט... אשר ע"כ איז וויכטיג אז א קלוגער מענטש זאל באגלייטן די פארפאלק און זעהן צי זיי האבן לעגיטימע טענות אדער עס איז סתם קינדערישע זאכן, זיי זאלן זיך מיט אים אדורכשמועסן סיי לטב און סיי למוטב, ווי אויך אויספילן אינאיינעם מיט אים די רעזומעי המתוקן, און די פארפאלק צווישן זיך זאל נאר פרובירן צו ענדזשויען לייף און נישט פאוקעסן אויף די חסרונות, דאס זאל מען לאזן פאר'ן דריטן מענטש.
איך רעד צום זאך אדער איך בין אונטער די אינפלוענס פון 1:00 ביינאכט?...