חומש מקראות הדורות

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
508
רעאקציע ראטע
3,134
דר הענרי אבראמסאן, באקאנטע אידישער היסטאריקער, איז אינגאנצן איבערגענומען איבער די נייע חומש.

די גרעסטע חידוש: זיי האבן אריינגעשטעלט נחמה לייבאוויץ'ס שרייבעריי. די ערשטע מאל א פרוי איז גערעכנט צווישן די מפרשי המקרא אין אזא פראיעקט.

View: https://youtu.be/hirpdA-GOEU?si=scFGdirE6MMf4mcF
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווארט פאר די 'מקראות קרעמלי' צו ווערן פארטיג...

יענץ וועט מיר זיין ווערד די אינוועסטמענט...

בכל אופן, יישר כח פארן צו-ווייזן, עס הערט זיך א שטארקע זאך, איך זע נאר עס קאסט א הון תועפות - און נאכדעם דארף מען נאך טרעפן די צייט עס צו ליינען.. לאז איך עס אין געשעפט, און ליינען וועל איך מוזן עטוואס אנדערש..
 
יא קוקט אויס ווי א גאנצע ש"ס... נאכדערצו אז רוב זאכן זענען היינט בחינם אנליין. נאר געוואלט אנווייזן.

מקראות גדולות פארמאט איז פינף הונדערט יאר אלט.

צייט פאר אן אפדעיט.
 
אנשטאט צוטיילען לויט די דורות ווארט איך זיי זאלן עס צוטיילען לויט די מהלך , געב מיך די ראציאנאלע מפרשים און לאז די אור החיים פארן סקווערער
בכלל פארשטיי איך נישט ווי די כלי יקר און אור החיים קומט צו זיין דארט
 
איך וואלט גראדע יא זייער הנאה געהאט פון אזא סעט אויב זאל איך נאר האבן די פלאץ דערפאר, אפילו אלעס איז אוועילעבל אנליין האב איך דאך א ספעציעלע געשמאק צו לערנען מיט אלע מפרשים על הדף בפונדק אחד, ספעציעל שבת ויו״ט.
 
אנשטאט צוטיילען לויט די דורות ווארט איך זיי זאלן עס צוטיילען לויט די מהלך , געב מיך די ראציאנאלע מפרשים און לאז די אור החיים פארן סקווערער
בכלל פארשטיי איך נישט ווי די כלי יקר און אור החיים קומט צו זיין דארט
סיי כלי יקר סיי אור החיים האבן זייער א סך מאל הערליכע פשט זאכן. מוזט נישט לערנען די אנדערע.
 
Back
Top