- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 347
- רעאקציע ראטע
- 1,698
- פונקטן
- 213
איך וועל עלעבארירן: דער עולם האט גאר א קליינע פערסעפשאן וואס עס מיינט “לעתיד לבוא” — עס איז בכלל נישט שייך פראקטיש צו באגרייפן, פונקט ווי א עובר קען נישט באגרייפן וואס טוט זיך אינדרויסן. מיר האבן נישט די טולס דערפאר, ווייל ווען יא, וואלטן מיר דאך שוין געווען דארט. ס׳איז ווי א נייע ערע, קאמפליטלי העכער פון אונזער פיר-דימענשאנעלער וועלט.פאר דרייסיג יאר צוריק האט יעדער געהאלטן אז דרייסיג יאר שפעטער גייט זיין א פובליק טעלעפאון אויף יעדע בלאק, למעשה האלט מען דרייסיג יאר שפעטער און מהאט גאר אראפגענומען אלע פובליק טעלפאונס פון די גאס…
ס׳נישט מעגליך פאראויס צוזאגן סיי וואס ס׳גייט זיין, ס׳קען גאר זיין אז די גאנצע וועלט גייט ווערן מער גלויביג, ווער ווייסט, אפשר גייט גאר קומען א פרישע בעל שם טוב וואס גייט טוישן וואס אידישקייט מיינט אז ס׳זאל מער שטימען מיט די מציאות פון הונדערט יאר ארום.![]()
ווער ס׳האט אמאל פרובירט סייקאדעליקס קען אביסל גרינגער גלייבן דערין.
איינע פון די בלאקעדשעס צו די גאולה איז מחילה — מחילה כללית: אז מען האט אונז באלעסטיגט צו לעבן שווער און סעמי אדער אפי׳ לעבן גרינג אבער דערנאך אויסשטיין טויט; אז מען האט אונז באלעסטיגט צו זיין אן עם סגולה, און דערפאר מוזן מיר האלטן די מצוות התורה, זיך פילן גילטי, און אריבערגיין א צוויי טויזנט-יאריגע גלות, פול מיט יסורים און טויט, און אז מיר זענען קאמפליטלי אויסגענארט געווארן דורכאויס די צוויי טויזנט יאר. אז אט אט קומט די גאולה — טאקע, דאס אלעס וואס אויסגערעכנט, און נאך פיל מער. דארף מען מוחל זיין, מחילה פרטית, וואס פאר יעדן איינעם באזונדער מיינט עס פאר עפעס אנדערש, עכ״פ מען דארף זיך אליינס מוחל זיין אויף ליטערלי אלעס, אין ספעציעל דאס וואס מען שטיפט ארינטער די מח, טאקע אט דאס אין פארטיקיולער, דארפט מען זיך מוחל זיין. און נאר אזוי קען מען ברענגען די גאולה. די גאולה ארבעט גענוי ווי די פערטיליזעישן-פּראָצעס אדער ווי דער ביג בענג: ביידע דארפן דעם אנדערן אנטקעגן קומען אין זיך באהעפטן כדי א נייע יצירה זאל באשאפן ווערן, און ווען סאיז דא א בלאקעדזש אינדערצווישן קען דאס נישט צושטאנד קומען,
קען זיין דאס איז פשט אין שיר השירים רבה ה, ב: אמר הקב”ה לישראל: פִּתְחו לי פתח אחד של תשובה כחודה של מחט, ואני אפתח לכם פתחים שיהיו עגלות וקרוניות נכנסות בו.
דהיינא, ס׳רעדט בכלל נישט פון אונזער פערסעפשאן פון תשובה טוהן, אדער אפי׳ א העכערע סארט תשובה גאר, נאר טאקע תשובה ליטרעלי, וואס איז די גאולה העתידה, פאראייניגונג מיט הקב”ה ווי איינס בכדי יוצר צו זיין א וועלט כולו טוב וואס וועט אויטאמטיש נאכפאלגן
ביטע טראכט נישט קורץ. משיח, כלל ישראל און גאָט — איז בכלל נישט די פערסעפשאן וואס איר האט אויף אונזער קאמיוניטי, הייליקייט, און גדולים פון היינט, און אויך נישט פונעם בעש״ט׳ס, אדער גאר רש״י, צו ביז דער רשב״י, און נישטאמאל פון משה רבינו. אין אפילו גאר פון כביכול אליינס — ס׳איז בכלל נישט אין אונזער ריעלם עס צו באגרייפן.
לעצט רעדאגירט: