אחיעזר - אשכול כללי

נפה

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 10, 2024
מעסעדזשעס
196
רעאקציע ראטע
395
אזוי ווי @קהל׳ס נער האט מיר מכבד געווען וועל איך גיין פתיחה,
די אשכול איז געמאכט פאר סתם קורצע שאלות אדער באמערקונגען וואס האבן נישט און פארדינען נישט קיין עקסטרע שנירל,
פארשטייט זיך אז אויב א נושא וועט ווערן פארצווייגט וועלן די געטרייע עומדים על המשמר עס אפטיילן כפי רצונם וראות עינם צו באזונדערע שנירלעך.
 
רבינו @מי אני דו האסט אין דיין באזיץ דיין אשכול איבער די גיהנם פון ק"ש?
איך בין דיר נאך שולדיג אפאר תגובות פון דארט...
 
מעין הפתיחה, וויל איך וויסן פארוואס ביי @קהל׳ס נער'ס פראפייל שטייט אז ער איז אן אדמיניסטרעיטאר, אבער ער איז נישט אויסגערעכנט אין די באהערדע?
ער האט זיך געלאזט איבער רעדן צו ווערן אדמיניסטראטאר טאקע ווייל ער איז קהל'ס נער, אבער קען דען קהל'ס נער טאקע ווערן פארעכנט צווישן די מכובדים...?
 
@איש מבקש געבעטן מ׳זאל שרייבן, איך הייב אן טראכטן, האלאו שרייב עפעס, איי כ׳האב דאך נישט וואס צו שרייבן, גיי איך יעצט מאכן א פרעשור פון דעם?

פארוואס טראכט איך בכלל פון דעם?

אפשר ווייל איך וויל מיך געפעלן?

ווייסטע וואס, איך שרייב גארנישט.
 
@איש מבקש געבעטן מ׳זאל שרייבן, איך הייב אן טראכטן, האלאו שרייב עפעס, איי כ׳האב דאך נישט וואס צו שרייבן, גיי איך יעצט מאכן א פרעשור פון דעם?

פארוואס טראכט איך בכלל פון דעם?

אפשר ווייל איך וויל מיך געפעלן?

ווייסטע וואס, איך שרייב גארנישט.
שרייב ווייל דו וויסט שרייבן
נישט ווייל יענער האט געבעטן
און נישט וויל דו וועסט געפעלן איינעם
ווייל ווען יא וועסטו זייער שנעל אויפהערן צו שרייבן
פליז שרייב נישט פאר אינדרויסנדיגע סיבות

פאשטייט זיך אז מיר אלע וועלן זיך פרייען מיט יעדער וואס שרייבט אין לייגט צו צו די קרעמל אזוי ווערט עס סאך געשמאקער און אינטערסאנטער
אבער דאך שרייב ווייל דו וויסן
יעצט דארפסטו נאר פועלן ביי דיר זאלסט וועלן וועלן
וויל איך בין זיכער אז יעדער איינער אינערווייניג ווייסט אין ווילן צו שרייבן און יעדער זאל וויסן וואס ער האט צו זאגן
 
@איש מבקש געבעטן מ׳זאל שרייבן, איך הייב אן טראכטן, האלאו שרייב עפעס, איי כ׳האב דאך נישט וואס צו שרייבן, גיי איך יעצט מאכן א פרעשור פון דעם?

פארוואס טראכט איך בכלל פון דעם?

אפשר ווייל איך וויל מיך געפעלן?

ווייסטע וואס, איך שרייב גארנישט.
שרייבסט דאך ציקער זיס.
שרייב מער אפט.
 
Back
Top