הילף מיט קארס

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
338
רעאקציע ראטע
1,002
איך זעה סנאכנישט דא א שנירל איבער קארס אויב יא ביטע שמעלצן

פאר סיי וואספארא הילף אדער שמועסן איבער קארן קום אהער און מאך דיך באקוועם

און כהעל אנהייבן מיט דעם
איך פארשטיי נישט גארנישט איבער קארס איך פארשטיי אפי נישט פארוואס מענטשן זענען אזוי אבסעסירט דערמיט
איך קוק עס אן ווי א מיטל צום ציהל נישט ווי די ציהל אליינס
קען זיין איך פארשטיי עס בכלל נישט ווייל איך האב נישט א קאר
 
די פאון פארשטייסטי יא פארוואס איז אזוי מאבסעסירט?

סאיז א גרויסע טוי פאר טאטעס
 
ווילאנג א קאר איז בלויז א אפלייענס ווי א וואש מאשין איז עס טאקע נישט קיין נושא, אבער איינמאל ס׳ווערט א שטאטוס סימבאל איז עס שוין איינמאל א נושא.
פרעג מיין קינד פרעג, איך בין א mini מבין אין קארן.
 
די פאון פארשטייסטי יא פארוואס איז אזוי מאבסעסירט?

סאיז א גרויסע טוי פאר טאטעס
א פאון איז א זאך וואס איך ניץ א גאנצן טאג און קען זיין ביסט גערעכט אבער איך דארף א גוטע טוי
א קאר זעה איך מער ווי א מיטל צום ציהל
איך פארשטיי אז א מענטש וויל אביסל מער באקוועמליכקייטן אבער מיט א שיעור
מענטשן זענען מער ביזי מיט זייער קאר ווי מיט זייער הויז
 
ווען מדארף לייגן שלאפן די קינדער, איז די קאר די בעסטע ערי מקלט, במציאות האבן מענטשן די קאר מער פאר די פרייוועט אפיס ווי פארן מיטל צים ציל,
 
פאר געוויסע איז עס א סטאטוס
פאר די מערהייט פון ציבור איז עס פיערפרעשור, מה יאמרו הבריות
א חלק איז עס פשוט זייער אפיס א גרויס חלק טאג
אן אנדערן ציבור איז פאר די טריל פון א גוטן פיקאפ אוו ספיד, דשאסט טו אינדשוי
און פאר געוויסע אין א געוויסע טעיסט און געפיל פאר אן איכות'דיגע קאר...
 
איך קוק עס אן ווי א מיטל צום ציהל נישט ווי די ציהל אליינס
ס'איז בעצם יא ציהל.
קודם לאמיר אנהויבן מיט די מער פענסיער, טייערע לוקסיערעזע קארס, ס'ווערט טאקע גענוצט אנצוקומען צו פלעצער אבער אויך דינט עס פאר א סטאטוס. למה"ד ווען טראגט א שיינעם האנט זייגער, אויבענויף קענסטו אנקוקן דעם זייגער ווי א מיטל, וויפיל אזייגער ברויך איך זיין דארט? אדער וואטעווער איז געבּינדן צו צייט, אבער אויך און מער ווי סתם אויך, ספעציעל אין היינטיגע צייטן ווען דעם זייגער אליין האט מען אויפן טעלעפאן מיט זיך שטענדיג, איז למעשה א שיינעם האנט זייגער א סטאטוס. און כל אחד ואחד לויט זיין/איר מדרגה ווי אויסגעהונגערט מ'איז פאר סטאטוס, אין דעם ווענדט זיך וואספארא קאר מ'שפירט מ'מוז פארמאגן.

איך געדענק כד הוינא טליא און רוב עולם האט געדרייווט סעקאנד הענד קארס און נאר די גאר רייכערע עולם האט פארמאגט ערשט האנטיגע קארס, און דער עולם האט זיך נישט ארום געדרייט מיט טעלעפאנס מיט קיבארדס דערויף, זענען געווען אנדערע סטאטוס מיט וואס מ'האט זיך באגנוגענט, דער עולם האט נאך דאן געשריבן מיט טייערע מאנט בּלאנק, קראסס, פּארקער, שיעפער, פאונטען פעדערס ועוד ועוד. אדרבה ווער ס'געדענקט נאך זאל ביטע אריינקומען און אויפפרישן די זיכרונות.

אויך שיינע קאלקולעיטארס, ווי דינער אלץ רייכער האט עס אויסגעזעהן, א שיינע טאשקע, שיינע ברילן ועוד ועוד. דאס האט אלעס צוטוהן מיט סטאטוס
 
איך פארמאג (איך? די בּאנק🤣) מער א פשוט'ע קאר און מיין משפחה ווייסט צו זאגן אז דאס איז מיין צווייטע ליווינג רום
 
איך געדענק כד הוינא טליא און רוב עולם האט געדרייווט סעקאנד הענד קארס און נאר די גאר רייכערע עולם האט פארמאגט ערשט האנטיגע קארס, און דער עולם האט זיך נישט ארום געדרייט מיט טעלעפאנס מיט קיבארדס דערויף, זענען געווען אנדערע סטאטוס מיט וואס מ'האט זיך באגנוגענט, דער עולם האט נאך דאן געשריבן מיט טייערע מאנט בּלאנק, קראסס, פּארקער, שיעפער, פאונטען פעדערס ועוד ועוד.
זאג די טיים טרעוועל׳סט פון ניינצען יאר הונדערט
אדער לעבסטו אזוי לאנג ווי די אבות גאר.
 
דו כאפסט נישט ווי שנעל צייט לויפט היינצוטאגס, אלעס פארט אויף סטירוידס יעדע סעקונד איז דא פרישע בּרעיקינג ניוז, ס'נאך ניטאמאל פארדייט געווארן די נייעס פון א סעקאנד צוריק און אט איז שוין דא פרישע נייעס, דאס אלעס האט מיט די טעכנאלאגישע וועלט אין וועלכע מיר לעבן היינט. אמאל האט מען געברויכט האבן א גרויסן סקרין מיט א בויך פון הינטן און הערשט האט מען דערויף קיין נייעס נישט געקענט זעהן, קוים אביסעל ביכער האט מען געקענט פירן דערויף, היינטצוטאגס האט יעדע שמויגער ביי זיך אין טאש א טעלעפאן מיט וועלכע מ'קען אלעס טוהן, פון זעהן די נייעס, וואטשן שאוס, זיך פארבינדן איינע מיטן צווייטן פון איין עק וועלט ביזן צווייטן. דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן צוביסלעך פאר בערך פינף און צוואנציג יאר צוריק קודם מיט אימעילס און פון דארט און ווייטער זעמער צוביסלעך אנגעקומען וואו מ'האלטן היינט.

ביז נישט אזוי לאנג צוריק האבן נאך מענטשן, יא מענטשן! נישט זאמביס געשריבן מיט פעדערס, גערעכענט מיט'ן קאפ און בדיעבד מיט קאלקולעיטארס, אקאונטינג איז נאך באשטאנען פון די דאבּל ענטרי סיסטעם, דעבּיט און קרעדיט, מ'האט געפּאוסט די עקספּענסעס אין דזשערנאלס, מיט פענסילס אז אויב מ'האט געמאכט מיסטעיקס האט מען עס געקענט מעקן גרינג. מ'האט נאך רעקאנסיילט דעם טשעק בוק מיט די בעק פון די חודש'ליכע בענק סטעיטמענטס. ראדני מקוה האט נאך פארמאגט א שוויץ וואו מ'האט זיך געלאזט אויספּראקן מיט הושענות. מ'האט נאך גערייכערט אין בּעק פונעם גרויסן ס'מעדריש אין ראדני מיט אש'ן בעכערס אויסגעשפרייט אויף די טישן.

אידן האבן געבּלעטערט דעם ניו יארק טיימס, וואל סטריט דזשארנאל, ניו יארק פאוסט און די דעילי ניוז בשעת'ן עסן פרישטאג און זיפּענדיג אויף די הייסע קאווע בּיי ווייס קענדי סטאר אויף ליע היוז בשעת די קינדערלעך זענען געשטאנען אויף לי עוועניו אין די פראסטיגע קעלט און געווארט אויף די געלע בּאס ווען גלאבאלע ווארמינג האט נאכנישט עגסזיסטירט.

דאס אלעס און נאך, זענען געהעריג אנגעגאנגן אין די זיבעציג, אכציגער און ניינציגער יארן, באמת נישט אזוי לאנג צוריק
 
יושששש...

זיי ממשיך פליס
 
דאס איז נאך מסתם בעפאר די s’90 איך וואלט עס לכאורה געדארפט דענקען סאיז נישט אין מיינע זכרונות
ווייס קענדי סטאר האט פארמאכט אין די פריע צו מיטעלע אכציגער יארן
 
דאס אלעס און נאך, זענען געהעריג אנגעגאנגן אין די זיבעציג, אכציגער און ניינציגער יארן, באמת נישט אזוי לאנג צוריק
:ROFLMAO::ROFLMAO:

איך ווייס נישט אויב דו כאפסט, אבער דו פאנגסט אן צו רעדן ענליך צו בערל בעל עגלה זאל זיין זכות אונז פארזיסן די לעבן....
 
אבער דו פאנגסט אן צו רעדן ענליך צו בערל בעל עגלה
איז רעב בערל בעל עגלה פון ק״ש ז״ל נאך צווישען אונז ?
ווען נישט דארף ווען זיין א ווארימע הספד אויף אים.
ווי אויך דארף מען אים בעטן צו ריפארטען פון יענעם עולם וויאזוי זיין באגעגעניש מיט רעב איצא פון סאכדעס איז צוגעגאנגען וכו׳ וכו׳
 
לעצט רעדאגירט:

ער איז מיט אונז בוכאשעם אבער צו ער איז אין קרעמל ווייסעכנישט
 
Back
Top