הילף איבער 'קרעמל'

יעקב מעקסוועל

היימישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 10, 2024
מעסעדזשעס
28
רעאקציע ראטע
198
איך וואלט געטראכט די שנירל עקזעסטירט שוין, אבער איך זע עס נישט וועל איך אנפאנגען אליין.

איך האב באקומען אן אימעיל פון אן ענטפער צו א נאכגעפאלגטע שנירל, למעשה זע איך דארט גארנישט פריש. קען מען אויסמעקן תגובות? בלייבט גארנישט איבער ווען מען מעקט?
 
מ'קען אינגאנצען אויסמעקן א תגובה וואס מ'שרייבט. (כ'מיין נאר די ערשטע טאג.)
די ערשטע תגובה פון א שנירל קען מען נאר רעדאגירן.

(מ'קען פראבירן אינעם טעסט פארעם)
 
לעצט רעדאגירט:
@שדיים האט געפרעגט אינעם טעסט שנירל. ווי אזוי עפנט מען אויף א נייעם אשכול, און צי קען מען מאכן וואלן אין קרעמל?

עפן א שנירל אויבן אין די לינקע זייט Screenshot_20240711-072115~2.png

וואלן (נישט יעדע פארום האט דעם אפציע)
Screenshot_20240711-071804~3.png
 
בנוגע וואלן, מען קען נישט מאכן וואלן אין אלע פארומס דערווייל, מיר ארבעטן אויף א בלאט וואו עס וועט זיין א קלארע ליסטע פון אלע פארומס אויף איין פלאץ מיט די מעגליכקייטן און צוטריט אפציעס פון יעדע פארום.
 
די לעצטע פאר טעג ארבעט קרעמל ביי מיר עקסטרימלי שטאט נאך איינער האט דעי פראבלעם?
 
כזוך ארום די פריוואטע מעסעדזשעס אנשטעלונגען אן ערפאלג
 
די לעצטע פאר טעג ארבעט קרעמל ביי מיר עקסטרימלי שטאט נאך איינער האט דעי פראבלעם?
ביי מיר אויך גאר גאר שטאט, די לעצטע צוויי וואכן בערך
ס'קען זיך דרייען און דרייען גאר לאנג, און צום סוף פאדרייט זיך עס אינגאנצן... ד.ה. איך ווער מיד פון ריפרעשן די פעידזש צעהן מאל צו קענען עפעס ליינען, און איך בעק ארויס...

אפי' צו ציטירן און שרייבן דעם פאוסט האט מיר גענומען א יאר מיט א מיטוואך מיט הלל'ס געדולד...

אסאך מאל קומט ארויף ווען איך פרביר צו טוהן דא עפעס, סיי ליינען, סיי זוכן, סיי רעדאגירן, און אפי' שרייבן און שיקן דעם פאוסט:
אופס! מיר האבן פראבלעמען.
אופס! מיר האבן פראבלעמען. ביטע פרוביר נאכאמאל שפעטער. מער דעטאלן איבער דעם פראבלעם קענט איר מעגליך געפינען אין דעם בראוזער קאנסאל.


און ביים פרובירן נאכאמאל צו שיקן נאכן נישט מצליח זיין איין מאל, קומט ארויף:
אופס! מיר האבן פראבלעמען.
דו מוזט ווארטן 230 סעקונדעס בעפאר דו קענסט שיקן נאך א מעסעדזש.



איז דא א פלאן עס צו טוישן און פארשנעלערן דעם ספיד פונעם סייט. אדער ס'בלייבט אזוי?
 
לעצט רעדאגירט:
ביי מיר אויך גאר גאר שטאט, די לעצטע צוויי וואכן בערך
ס'קען זיך דרייען און דרייען גאר לאנג, און צום סוף פאדרייט זיך עס אינגאנצן... ד.ה. איך ווער מיד פון ריפרעשן די פעידזש צעהן מאל צו קענען עפעס ליינען, און איך בעק ארויס...

אפי' צו ציטירן און שרייבן דעם פאוסט האט מיר גענומען א יאר מיט א מיטוואך מיט הלל'ס געדולד...

אסאך מאל קומט ארויף ווען איך פרביר צו טוהן דא עפעס:
אופס! מיר האבן פראבלעמען.
אופס! מיר האבן פראבלעמען. ביטע פרוביר נאכאמאל שפעטער. מער דעטאלן איבער דעם פראבלעם קענט איר מעגליך געפינען אין דעם בראוזער קאנסאל.

איז דא א פלאן עס צו טוישן און פארשנעלערן דעם ספיד פונעם סייט. אדער ס'בלייבט אזוי?
איך בין נייגעריג אויב דאס קען אפשר האבן צו טון מיט די פאון אדער געדשעט וואס דו ניצט - ווייל דוכט זיך איך בין געווען דא מער אפט ווי געווענטליך דעי וואך און קיין איין מאל נישט געהאט דעם פראבלעם
 
איך זיץ ביים רעגולער קאמפיוטער, איך נוץ דעם דעסקטאפ, איך האב שנעלע אינטערנעט סערוויס, אלעס אנדערש עפנט זיך אין רגעים, אבער ביי קרעמל מאכט מיר שוין כמעט קראנק די שטייטקייט...
 
איך זיץ ביים רעגולער קאמפיוטער, איך נוץ דעם דעסקטאפ, איך האב שנעלע אינטערנעט סערוויס, אלעס אנדערש עפנט זיך אין רגעים, אבער ביי קרעמל מאכט מיר שוין כמעט קראנק די שטייטקייט...
דו האסט א פילטער?
 
יא. כ'האב אויסגעקלארט פריוואט (מיטן שעפטי ניק)
צו פארמיידן טראלעריי וועלן וועטעראנען קענען ענטפערן אין מאחורי, אנדערע קענען ליינן אויב זיי ריקוועסטן עקסעס. (דערווייל, ביז מ'האט גענוג וועטעראנען וואס קענען צוהעלפן)

יעדער קען ווערן א וועטעראן דורך א געוויסע סכום תגובות און לייקס. כ'גלייב אז @מַחֲנַיִם וועט שפעהטער אריין קומען ווי אלעמאל מיט א קלארקייט
 
פארוואס האב איך נישט קיין רעכט צו שרייבן אין מיין שנירל איבער ענדיגן צו שנעל?
 
פארוואס האב איך נישט קיין רעכט צו שרייבן אין מיין שנירל איבער ענדיגן צו שנעל?

פארוואס קען איך נישט רעספאנדן אין די Premature Ejaculation - ארויסגעבן צו שנעל אשכול?
כדי צו האלטן די "פון הינטער דעם פארהאנג" פארומס אויף א הויכע ניווא, האבן מיר דערווייל רעזערווירט שרייב רעכטען און יענע פארומס בלויז צו וועטעראנען. די דאזיגע פארומס זענען נאכאלץ אפן צו ליינען פאר אלע איינגעשריבענע מעמבערס.

מיר האבן ארויסגעלייגט א סעריע פראגעס און ענטפערס אויף די וועטעראנען סטאטוס אין די פאלגענדע שנירל:
https://kraimel.community.forum/threads/279
 
מקען זען אויב יענער האט שוין געליינט מיין ארויסגייענדע פריוואטע מעסעדש?
 
Back
Top