- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 198
- רעאקציע ראטע
- 1,590
- פונקטן
- 213
תנ״ך ליבהאבער פון די שווערע נבואות זענען במיוחד פארליבט אינעם תנ״ך׳ישן ווארט ״הילל בן שחר״.
הילל בן שחר טראץ זיין איינדרוק ווי א אמת׳ער נאמען פון א פערזאן איז ער נישט קיין אמת׳ער נאמען, נאר א כנוי בלשון מליצה, ווייל ער רעדט דאך צום מלך בבל און נישט באקאנט א מלך בבל מיט דעם נאמען. דאס איז ישעיהו אין זיין נבואה צום טיראן פון בבל וואו ער איז שפאטיש מקונן די מפלה פונעם זעלבסגעגרויסטן הערשער -
- וויזוי ביסטו געפאלן פון הימל הילל זון פון שחר, ביסט פארשניטן געווארן צו דער ערד, זיך צוברעקלט איבער די פעלקער… (אֵיךְ נָפַלְתָּ מִשָּׁמַיִם הֵילֵל בֶּן שָׁחַר נִגְדַּעְתָּ לָאָרֶץ חוֹלֵשׁ עַל גּוֹיִם)
און פארוואס פארכאפט דער נאמען אזוי די תנ״ך׳׳יסטישע שוחרי מיסתורין?
קודם כל ער איז א ברודערלאזער נאמען אין פסוק, ער האט נישט זיינס גלייכן אין פסוק, און אן איינציגער מאנסטער ווארפט אן מער שרעק ווי א גרופע…
צווייטנס דער כינוי זעלבסט - דער כינוי איז זייער א שפילעדיגער ווי א דבר והיפיכו, הילל זון פון שחר, הילל קלינגט באלד פאזעטיוו מלשון הלל אדער ליכט מלשון הילו נרו, און שחר קלינגט פינסטערדיג, מלשון - שחור, שפעקולירט זיך באלד אז זי סימבאליזירט - פרעכטיגקייט קינד פון שווארצקייט, אזא כינוי גנאי. לאמיר זאגן ס׳א געקינצלט לשון פאר אור בן חושך. און מען קען פונקט אזוי זאגן להיפך: הילל קלינגט - לילה/יללה און שחר מלשון - שחרית…
לאזט דער מיסטעריעזער ווארט הילל בן שחר זיך נישט ארויס גליטשן פון די הענט, און פשטים על גבי פשטים שונים זענען ארויס מפנח צו זיין צפנים פון זיין נאמען.
מיט פשטים קען מען ארום שפילן עד אין סוף, וועל איך לצורך השעשוע לכל הפחות זיך האלטן צום טייטש אז ס׳האט עפעס מיטן קאנטראסט פון ליכט צו פינסטער, ליכט א זון פון פינסטער, דאס הערט זיך אממערסטנס הומהיימליך.
עס איז מוסכם אז אפגעזעהן ווער און וואס דאס איז, איז ער געניצט נישט מער ווי א משל, פיגוראטיוו בלע״ז, א משל צו א טיראן וואס פאלט.
נאר די זעלטנהייט פון דעם קאנטראסט לשון פאר אור וחושך, אומר דרשינו, און ברענגט אויף א שפעקולאציע אז דער כינוי איז נישט קיין ארגינעלער קאמפאזיציע פונעם נביא אליינס, נאר שוין א גענומענער פון פארצייטישע שפריך ווערטער וואס איז געווען שגורא בפי אנשים, אויף די צינגער פון מענטשן, דברה תורה בלשון בני אדם, א מושג ידוע בימי הקדמונים צווישן אבותינו אדער צווישן דעמאלסדיגע אומות. דהיינו דער נביא זאל האבן געקליבן דעם לשון נישט צוליב איר ווערטערליכער טייטש, נאר אלץ א שוין פערטיגער ווענדונג זאץ (אידיאם) באותם הימים, אזא ״הני דאמרי אינשי״ פון אנדערע לשונות געניצט ווי אן אויסדרוק פאר א וויכטיג מאכער א זעלבסט דערקלערטער מושל, און ס׳האט אין פסוק נישט קיין באזונדערער פשט חוץ זיין פיגוריטיווער באדייט. לאמיר אפילו זאגן אז דאס איז ערגעץ ווען אמאל געווען א פאקטישער טיטל פאר עפעס א קדמוניות׳דיגער פארגעסענער מלך א בעל גאווה וואס האט געכאפט א מפלה.
על הצד דאס איז א ריכטיגער השערה און הילל בן שחר איז נישט קייי ארגינעלער קאמפעזיציע פונעם נביא אליינס. בלייבט אונז איבער צו דערגיין פון וואנעט אזא שפריך ווארט זאל שטאמען טרם ימי הנביא, און אויף וואס איז זי ארגינעל טאקע ארויף געגאנגען?
דאס איז דרינגנד צו וויסן נישט בלויז לפילפולא בעלמא, אז מען וועט וויסן אויף וואס מענטשן פלעגן דאס ניצן יענע צייטן קען זיך עפענען נאך א פענסטער פון קלארקייט איבער די טבע פונעם כינוי, אויף וואס זי פלעגט דינען. גלייך ווי לאמיר זאגן, אז עס דרוקט זיך היינט עמיצער אויס Jesus Christ, ווייסן מיר אז דאס ווערט געניצט אלץ אויסדרוק פון שאקירונג, ווייל ממקור איז דאס א לשון תפילה קצרה, אבער אן א וויסן טבע הפתגם וואלט אזא אוסדרוק אינעם צוקומפט געבליבן בגדר סתום. אדער לאמיר ניצן א נענטערער משל - son of a bitch, ביטש ארגינאל מיינט הונטין, א נקיבה הונט. מיטן פארשטיין די קאנטאקס אין וואס דאס ווערט געניצט ווייסן מיר וויאזוי דאס צו טייטשן - מלשון ממזר, שלאק, כ״ף למ״ד בי״ת.
אזויווי איך האב כעת נישט קיין רעפרענצן צו אזא אידיאם במקורות זרים בימי הקדמונים, און וויפיל איך ווייס האבן חוקרים וואס פארמאגן די מאנוסקריפן פון יענע יארן מחוץ תנ״ך נישט געפונען קיין הילל בן שחר, לאמיר דערפאר פראבירן אים פארשטיין דורך׳ן מפענח זיין דעם טייטש גופא אויף וואס אזא אידיאם זאל קענען האבן געדינט, אפשר דאס זיך פארטיפן אין זיין פירוש המילות וועט אונז העלפן אינדענטיפיצירן שפירן פון דע ארגינעלער שטאם פון דער מליצה, און אז שוין אזוי, שוין אויך דער ערשטער האלב פתגם - איך נפלת משמים… דעם אראפ געפאלענער פון הימל…
די בחירת המילים פון הילל אנשטאט אור און שחר אנשטאט חושך קען אפשר ארויס געבן די מהות פון דעם סארט פינסטערניש און ליכטיגקייט בסוגייתינו. הילל זאל למשל רעפרעזענטירן פארבלענדעטקייט, א ווייסע ליכט, און שחר א שווארצער הינטערגרינד, א שארפער קאנטראסט פון ווייס און שווארץ, ווייס וואס קומט ארויס פון שווארץ, א ליכט וואס פאלט ארויס פונעם חושך, אראפ צו דער ערד...
זאל מען זאגן אז דאס איז בליץ אינמיטן נאכט?
און אז נישט א בליץ אינמיטן די נאכט, פילייכט איז עס אן אנדער הימלישער קערפער, א גרם שמימי.
עס איז נישט קיין סוד אז אמאל האט מען געמאכט א גאנץ עסק מיט גרמי שמימיים, איז נישט רחוק צו זאגן אז דא זאל זיך האנדלען פון עפעס א נאכטיגער הימלישער ליכט יהיה מה שיהיה. איי וואס איז דער ״נפלת״?
אלזא, עס איז נישט אויסגעשלאסן אז עס באצייכנט דעם פאנטאזיע ווי א שטערן פאלט ממש פון הימל אראפ צו דער ערד, אזא פאנטאזיע איז נישט אזא דוחק, זאכן וואס הענגען קענען פאלן, וכבר היה לעולמים אז א שענדעליער זאל פאלן פון דאך… און דאס איז נישט בלויז נחלת הדמיון, ס׳דא אזא זאך ווי א שטערן שאס (אסטראיט - אלגביש), וואס פאלט במציאות ממש. האבן מיר שיינע הינטערגרינדן פאר השראות צו א אידיאם ווי אונזער סארט.
נאר מען דארף נישט גיין אזוי ווייט, פשוט, אלע שטערן מיטן אונטערגיין גיבן זיי דעם פאעטישן רושם ווי זיי פאלן, וואס דארף מען מער ווי די זון וואס איז ״שוקע״ - זינקט. נאך א גאר מסתבר׳דיגער סברא איז א קאמעט, כוכבי דשביט, ער זעהט אויס ווי ער טראסקעט.
נאר איידער איך גיי ווייטער, אין מיין זיכעניש נאכן אידענטיפיקטציע פונעם מיסטעריעזן הילל בן שחר זינגט זיך מיר ווי א פאסיגער אונטער סקאר דער ניגון פון יום טוב ערליך מיטן סאסיווער - אין פענסטער איז שוין שווארץ…. קוקן די אויגן צום הימל מיט שרעק… שווימט אויפן הימל א ווייסינקער רויך, אפשר איז ער אין דער הויך…
נאר ווער ס׳איז באקאנט מיט די פארצייטישע אויבערגלויבונג אין געטער, וועט נישט זיין איבעראשט צו דערהערן אז דאס האט בשייכות צו עפעס א דמיונישע אדער סימבאלישער (שניים שהם אחת) אפגאט וואס האט נישט קיין שום אחיזה אין די מציאות? בדומה צו ״אונזערע״ מיטאלאגישע פיגורן ווי א נפילים׳ניק, שד, מלאך, שרי מעלה, און אנדערע הימלישע חברה, אדער ווער ווייסט וואס פארא מישלינג גייסט פון טוב ורע. הימלישע פיגורן זעהט זיך אויס קענען אויך פאלן, טראסקענען. לאמיר לטובת זה טייטשן דעם הלל בן שחר - א ״לויבעניש, זון פון פינסטערקייט״.
דער ראש פון יענע חברה?
נאר ס׳געווארן נמנו וגמרו אז ער איז א שטערן, א פארגעטערטע ווערסיע פון א שטערן, די ליכטיגסטע שטערן, דאס איז דער מארגן שטערן, דער נוגה, ווינע״ס בלע״ז, וואס באווייזט זיך שטענדיג אין די פינסטער אין א מצב פון אויפגאנג אדער אונטערגאנג, ווייל ער שפאנט שטענדיג נאנט מיטן זון. פאסט זיך זיין נאמען ״מארגן קינד פון אוונט״. אז ער הייסט שוין געפאלענער איז געווארן פארבינדן מיט די אנדערע געפאלענער, נפל נפל לגזירה שוא, די נפילים טאקע, און פון דא פארוואנדלט געווארן אין א סימבאל פון רע.
זיין טייטש אין תרגום השבעים איז דער טרויעריג בארימטער ״לוציפער״, לוציפער טייטשט זיך - כוכב שחר, און לוציפער איז געווארן דער צו נאמען פון שטן.
איך וואלט נישט געווען איבעראשט צו הערן פון א חב״ד׳סקער אז ביי גויים איז אלץ שווארץ און ווייס, אבער ביי אידן איז דא א ממוצע צווישן טוב ורע. פון דא פארשטייען מיר אויך דעם קאבאליסטישן טערמין שגור בתורת חב״ד ״קליפת נוגה״ וואס רעפרעזענטירט גשמיות וואס איז א מעורב טוב ורע.
טאמער לאזן מיר דעם הילל בן שחר פארבינדן צום נוגה דהיינו לוציפער, און דעם לוציפער לאזן זיך צונויפקומען מיטן נפילים כאראקטער, און דער נפילים ווידער צונויפפלעכטן מיטן שטן, א בחינה פון היא הילל - היא נוגה - היא הנפילים - היא השטן… קומט אויס אט איז דער איינציגסטער ווארט אין תנ״ך וואס טראגט א טיטל פון א שווארצער גייסט, אדער בעסער גיזאגט א טויט בלאסן שיין פון יענע חברה בלב הפינסטערניש, דאס איז אזא לילית פון תנ״ך.
תנ״ך איז נישט שגור אין אזעלעכע באגריפן, תנ״ך לאזט זיך געווענטליך נישט אריין אין שווארצקייט, קוים וואס מלאכים געפונען מיר אין זכריה מיט נעמען און יחזקאל, הגם אין קבלה דרינגט מען פון אנדערע לשונות אין יחזקאל די עקזיסטענץ פון ג׳ קליפות הטמאות וואס איז כולו רע וואס וואלט זיך ליבערשט געפארט מיט שטן׳יזם, דאס איז די קאמבינאציע פון רוח סערה, ענן גדול, אש מתלקחת. גיי פארשטיי.
נעמען פון געטער זעהן מיר יא מבואר בכתובים, נאר בדרך אגב פון א פאליטישער קוק ווינקל. אנדערש ווי הילל בן שחר מיט א לוציפערישן גייסט - הגם אויך ער ווערט געברענגט פון א שפאטישן צינישן קוק ווינקל, ווי א טיטל פאר א טיראנישע כובש וואס וועט פאלן - קומט דער נאמען מיט שילדערונג, (נאכאמאל, על הצד אז מיר דערלאזן דא אריין די קריסטליכער ערקלערונג) א מהות פון טונקעלע גאטהייט, מלך פון שווארצקייט, די געווינטשענע מפלה פאר די צד האופל.

לעצט רעדאגירט: