חירות!!!

Reb Yid

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
109
רעאקציע ראטע
413
אוי, פרייהייט. אמת'דיגע פרייהייט, עכטע פרייהייט, איז נישט נאר אויסערדיגע פרייהייט – פון רעליגיע, געזעלשאפט, אדער מאראל – נאר אויך פרייהייט פון מיין אייגן קערפער, וואס איז געפאנגען אין מיין קערפערישער פארעם, איינשליסנדיג מיין מוח, און ביינזאם.

און ווער האט געזאגט אז איך בין נישט געפאנגן, נאר ווען איך בין א טאפענדיגע פענאמענען? די זאכן וואס גייען ארום אין מיין מוח, וואס אפעקטירן מיך באמת נאך מער ווי אלעס, זענען זיי דען פיזיש, אין סיי וועלכע פארעם? אויב לאז איך נאר מיינע גוטע געפילן זיין פריי פון געפאנגעניש, דאן וועל איך זיי נישט האבן בכלל, ווייל זיי זענען אפהענגיג אין דעם וואס זיי געפאנגען אין מיר, כדי איך זאל זיי שפירן.

וואס איז מיט די מחשבות? אוי וויי, די מחשבות זענען די טרויעריגסטע באשאפונג! צו זענען זיי דען ווערט פאר די עטליכע גוטע אויך געפאנגענע מחשבות? מחשבות, למעשה, זענען א געפענגעניש זעלבסט אינעם געפאנגענע מוח פונעם געפאנגענע גוף.

לאז מיר זיך אויסלייזן פון די אלע דריי – מחשבות, מוח, גוף – און בין איך נאך "איך"?
 
לעצט רעדאגירט:
ערשטנס, וואס איז שלעכט מיט געפענגעניש? איז עס א אבסאלוטע שלעכטע זאך? פארהאן תפיסות וואס זענען בעסער ווי סיי וועלכער האטעל...

און חוץ מזה, איז א מענטש נאר געפאנגען כל זמן ער וויל ארויסגיין פון געפענגעניש. אויב ער איז קונה שביתא אין תפיסה, דאן איז ער בכלל נישט געפאנגען דארט, ווי די גמרא זאגט אויף 'ציפור דרור', אז וויבאלד ער איז באקוועם אפילו ווען דו פארשפארסט אים אין שטייג, הייסט ער בכלל נישט געפאנגען!
 
Back
Top