- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 257
- רעאקציע ראטע
- 1,374
א גוטן.
מ'האט שוין געעפענט א שנירל איבער קאמעדיע, דער עולם האט זיך שיין אנגערופן, יעצט גייט מען פרובירן א נייע זשאנרע.
קאמעדיע גלייך איך די מערסטע, איינס נאכדעם גלייך איך היסטאריע, איך גלייך זייער שטארק צו זעהן היסטאריע אראפגעלייגט מיט אלע קאלירן, ווען מ'זעהט א גוטע סעריע קען מען באקומען גאר א גוטע בליק וויאזוי זאכן האבן אויסגעקוקט אמאל, פון הערן מעשה'לעך פון אמאל קען מען מיינען אז א קעניג מיט א סולטאן קוקן אויס די זעלבע... און אז משה רבינו האט געהאט א בארד ווי מחנובקא רבי, און איינגעבויגן אזוי ווי סקולענע רבי... אז דו זעסט די מאוויס זעסטו עפעס אנדערש אינגאנצן, נישט אז זיי ווייסן יא פונקטלעך וויאזוי די כאראקטערס האבן עכט אויסגעקוקט אבער ס'איז לכאורה מער ענדליך.
איך וועל אויסרעכענען עטליכע וואס איך האב שוין געזעהן און איך וועל בעטן דעם עולם צוצולייגן, אבער ביטע נישט אריינהאקן מיט אנדערע זשאנרעס, מ'קען עפענען אייגענע שנירלעך אז מ'וויל, בחפץ לב, איך פלאן נישט צו שרייבן איבער האראר פילמען און סייפיי, ס'איז נישט מיין טעיסט בכלל, סאו ווער ס'וויל איז מכובד.
איך קוק אפט מיט נאך איינעם, יענער האט א שטארקע געפיל פאר ענגלישע סחורה, האב איך געזעהן עטליכע גאר גוטע סעריעס פון גרויס בריטאניע, איינס איז א סעריע וואס הייסט וויקטאריע, עס לייגט אראפ די לעבן און שאפן פון די קעניגן פון ענגלאנד ארום צוויי הונדערט יאר צוריק די קווין וויקטאריע, ס'איז אראפגעלייגט גאר קעניגלעך און באטעמט, זי איז געווען גאר א אינטערסאנטע כאראקטער, זי איז געווען אינוואלווד אין אסאך היסטארישע געשעענישן, ס'האט גאר א שטארקע פארצייטישקייט, מיר האבן עס גאר שטארק געגליכן.
איך האב אמאל אויפן פלעין אנגעטראפן א מאווי איבער קעניגן וויקטאריע, איך געדענק נישט וויאזוי ס'הייסט, סלייגט איר אראפ אין די עלטערע יארן, ווען זי איז געווען אן אלמנה פאר יארן און זי האט זיך פארליבט אין אן אינדיאנער משרת, איך בין נייגעריג אויב ס'ליגט א טראפ אמת דערין, ביים סוף פון די מאווי לייגן זיי אראפ ווי אירע ארומיגע וואס האבן זיך געשעמט מיט די גאנצע מעשה האבן פארשיקט דעם משרת און אים אויסגעמעקט פון יעדע אפיציעלע דערמאנונג, סאו פארדעם שטייט נישט דערוועגן אין ערגעץ, ס'איז לכאורה א גוטע דמיון די גאנצע געשעעניש.
ווי אויך איז דא א סעריע וואס איז נישט אזוי היסטאריש ווייל ס'איז היסטאריע פון גאנץ לעצטנס, דאס איז איבער די קעניגן וואס איז לעצטנס געשטארבן, עליזאבעט, ס'איז אויך גאר גוט, מ'האלט מיט שטיקער היסטאריע, למשל די ענדע פון די צווייטע וועלט מלחמה, די אפזאגונג פון איר פעטער פון די מלוכה, אסאך ענגלישע פאליטיקס קען מען זעהן דארט, פון טשורטשיל ביז בלעיר, אסאך איבער די אינערליכע רייבערייען, צווישן די פאמיליע מיטגלידער, די סעריע הייסט די קראון, ס'האט זעקס סעזאנען, דורכאויס די סעזאנען ווערט די קעניגן געשפילט דורך דריי אנדערע אקטיארן, געוואנדן אין די סטעיזש אוו לייף.
נאך א ענגלישע סעריע וואס איך האב געזעהן איז פאלדארק, ס'איז נישט קיין עכטע מעשה, אבער ס'איז אראפגעלייגט די לעבן אין די דערפלעך פון ענגלאנד, ס'איז גאר אינטערסאנט. אבער עכט קומט עס נישט אריין דא, גיימיר נישט מאריך זיין דערוועגן.
גענוג מיט ענגלאנד, לאמיר צוריק גיין, די טען קאמענדמענטס, איך וויל נישט זיין קיין ספוילער, אבער דאס יא, למעשה זענען די אידן ארויס פון מצריים... אפילו פרעה האט זיי נישט געוואלט ארויסלאזן... ס'דארף צו זיין עטליכע דערפון, איך האב געזעהן א גאר לאנגע פון 1956 דאכצעך, ס'נעמט ארום פיר שעה, אראפגעלייגט די גאנצע סיטואציע אין מצריים, פון די עבודת פרך ביז יציאת מצריים, און שפעטער די רייזע אין די מדבר, ס'איז גאר אינטערסאנט, הגם ס'שטימט נישט מיט אלע מדרשים...
ס'האט מיר גענומען צייט צו כאפן אז דער מיסטער דעיטן וואס פייניגט די אידן איז עכט דתן פון דתן ואבירם וואס זענען עכט געגאנגען מיט ווייסע בעקיטשעס... דא האט ער נישט קיין ווייסע בעקיטשע האב איך נישט געכאפט אז ס'איז ער. זיי ווייזן דארט די מצב ביי יציאות מצריים, טויזנטער מענטשן שלעפן זיך ארויס מיט זייער האב און גוטס, מ'שלעפט קאטשקעס ציגעלעך און קיעלעך מיט ביימער איבערצופלאנצן, יענע סצענע האב איך די בעסטע ליב געהאט.
איך גיי נישט דווקא לויט די סדר הדורות, יעצט וועל מיר רעדן וועגן די צווייטע וועלט מלחמה, אין די צווייטע וועלט מלחמה איז דא צוויי חלקים, די מלחמה און די האלעקאוסט, ביידע זענען גאר אינטערסאנטע שטיקער היסטאריע וואס איז ווערט א בליק צו טון.
ס'איז דא די וועלט באקאנטע מאווי שינדלערס ליסט, איין סצענע גייט מיר נישט ארויס פון קאפ, מ'זעהט ווי איינער ווערט געשאסן אין די שניי און די בלוט רינט אזוי אראפ אויף די ווייסע שניי, די גרויליקייט גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.
דאן איז דא די עסקעיפ פראם סאביבאר, עס ווייזט די אנטלויף אקציע פון סאביבאר, רוב אנטלאפענע האבן נישט איבערגעלעבט אבער עטליכע האבן יא, איך האב עס געזעהן זייער לאנג צוריק, סאו איך געדענק נישט די דיטעילס.
ווי אויך האב איך געזעהן אמאל א מאווי וואס הייסט די לעצטע צוג קיין אוישוויץ, איך האב עס געזעהן תשעה באב ווען ס'איז די מנהג צו זעהן די סארט מאוויס, ס'ווייזט די מצב אויף די בהמה וואגאנען קיין אוישוויץ, די שרעקליכע אומשטענדן דארט, ס'ענדיגט זיך זייער טרויעריג, מ'זעהט ווי עלטערע אידל איז נעבעך אינגאנצן משוגע געווארן פון צרות און ער נעמט זיך חזנות'ן ביים אראפגאנג פונעם וואגאן אין אוישוויץ כאילו ס'איז ראש השנה ביים ברעטל און א נאצי יאגט אים אריין א קויל אין קאפ, טעריבל, וואס די חברה זענען אומשטאנד געווען.
איך האב נישט צו שטארק ליב די סארט מאוויס ווייל ס'איז ריעל, מ'זעהט וואס מיינע זיידעס און מיין פאלק איז אריבער, און ס'איז שווער צוצוקוקן, ווען מ'קוקט א אונטערן פלעי, ווייסטו אז ביי דע ענד גייען זיך די טאטע און זון צאמטרעפן, די פריץ גייט ארויסנעמען מאשקע פון קעלער, און דער גלח וועט הענגען אינמיטן שטאט, במילא קען אויסהאלטן די צרות אינמיטן די פלעי, אבער ווען דו קוקסט א מאווי פון די האלעקאוסט, זעסטו צרות יגון ואנחה, און נישט קיין מוראדיגע סוף, קוים וואס זענען געבליבן, זיך געקלאמערט ארום דעם רעבין און געהאט אסאך אייניקלעך אלס א נקמה אין היטלער אבער נישט קיין שלום בית...
יעצט בנוגע די צווייטע וועלט מלחמה, דאס איז טאקע יא סאך מער אינטערסאנט ווייל למעשה האבן די גוטע באזיגט די שלעכטע, איז דא א סעריע וואס הייסט דע בענד אוו בראדערס, דאס האב איך שוין געזעהן צוויי מאל, ס'לייגט אראפ איין פלאטון פון אמעריקא אין זייערע קאמפן קעגן די נאציס, ס'איז גאר גאר פראפעשענעל און משוגע אינטערסאנט, דו שפירסט זיך ממש אינעם שלאכט פעלד, מ'זעהט ווי די חברה זיצן צוזאמען און די גרובער, אויסגעמישט אלע סארטן אמעריקאנע בויעס, ס'איז מוראדיג. דאן איז דא א ענדליכע וואס הייסט דע פעסיפיק, ס'איז די זעלבע סטייל בערך, נאר ס'ווייזט די קאמפן אין אזיע ווי מ'האט באקעמפט די יאפאנעזער, דאס איז אויך גאר גוט, ס'איז דא א מחלוקת הפוסקים וועלכע ס'איז בעסער פון די צוויי.
איך האב אמאל געזעהן א מאווי וואס הייסט דונקירק, ס'ווייזט די געשיכטע פון די הונדערטער טויזנטער סאלדאטן וואס זענען שטעקן געבליבן אין דונקירק, זיי זענען שיעור נישט פארכאפט געווארן צו די דייטשן, און מ'האט זיי ארויסגעראטעוועט מיט א אקציע וואס מ'האט גענוצט הונדערטער שיפן זיי ארויסצוכאפן פון דארט, ווי אויך האב איך געזעהן א מאווי וואס הייסט סעיווינג פרייוועט רייען, ס'ווייזט א געשיכטע פון א סאלדאט וואס הייסט רייען, זיינע אלע ברודערס זענען געפאלן אין קריג, האט מען געמאכט אן אפעראציע אים אפצוטרעפן און אהיימשלעפן אז ער זאל נישט אומקומען אין קריג אז ס'זאל עפעס איבערבלייבן פון זיין פאמיליע, ער האט למעשה געוואלט קעמפן ווייטער, אויך אינטערסאנט צו כאפן א בליק. ס'ליגט מיר אין קאפ אז איך האב אמאל געזעהן א מאווי וואס שפילט אראפ די ווארשעווע אויפשטאנד איך געדענק נאר נישט וועלכע, אפשר וועט איינער וויסן דא.
לאצטנס איז ארויסגעקומען א מאווי די זעלבע צייט וואס די נערישע בארבי מאווי איז ארויסגעקומען, ס'הייסט אפענהיימער, ס'איז די געשיכטע פון א גרויסע פראפעסער וואס האט געבויעט די אטאם באמבע, מ'זעהט די גאנצע השתלשלות הדברים פון בויען און טעסטן די אטאם, ס'איז היבש אינטערסאנט, איך ווייס נישט פארוואס מ'האט עס בכלל אויסגערעכנט אויף איין שורה מיט בארבי, בארבי איז געמאכט פאר קליינע מיידלעך און אפענהיימער איז אינטערסאנט, גיי פארשטיי.
איך האב געזעהן א אינטערסאנטע מאווי וואס צייגט נאפאוליען, ס'הייסט טאקע נאפאוליען, ס'איז זייער אינטערסאנט צו זעהן איבער זיין לעבן פון מלחמות איבער די וועלט און וויאזוי ער איז באזיגט געווארן, זיין לאוו לייף איז אויך גאנץ אינטערסאנט, איין גראבע חסרון האב איך געהאט דערמיט, אז אלעס איז טאקע געווען גוט אבער די כאראקטער פון דעם הויפט אקטיאר וואס איז געווען נאפאוליען האט מיר אויסגעקוקט ווי ס'פעלט כאראקטער, ס'האט געפעלט חיות, איך גלייב נישט אז נאפאוליען האט אזוי אויסגעקוקט אין ריעל לייף, א מענטש וואס האט געהאט באזיגט האלב אייראפע איז נישט געווען האלב פארחלומט, די אויגן איז אים געשטאנען גראד, אז מ'וועט עס קוקן וועט מען כאפן וואס איך מיין. נאך א זאך פעלט, זיי האבן נישט געוויזן ווי ער פארשטעלט זיך און ער גייט באזוכן ביים שונא פארשטעלטערהייט ווי די משלים גייען, און מ'זעהט נישט גארנישט פון די צדיקים וואס ווארפן אריין רוסישע סאלדאטן אין מצה אויוון אריין.. איך האב געמיינט די צדיקים זענען געווען מער אינוואלווד אין די מלחמה... מ'זעט יא די קאמפן וואס איז געגאנגען מיט די אלט מאדישע ביקסן און שווערדן און די טרייענגל היטלעך.
טיטאניק דארף איך נישט מסביר זיין, ס'איז דאך מאווי נומבער איינס, די געשיכטע פון די טיטאניק מיט אלע קליפערלעך, מיט א שיינע ראמאנס אריינגעמישט.
שעת נעילה איז א איזרעילי סעריע איבער די יום כיפור מלחמה, ס'איז גאר גוט, ספעציעל לאוהבי איזרעילי זאכן, איך האב עס זייער געגליכן, איין קלייניקייט, פאר דער וואס זעהט אסאך ישראלישע סחורה וועט זעהן אז מ'זעט אלס איבער די זעלבע אקטיארן איבעראל, דא איז ער א סאלדאט אין צה"ל און אויף שבבניקים איז ער א בחור ישיבה, איך האב געמיינט אז די ישיבה בחורים גייען נישט אין מיליטער... שטימט נישט...
היהודים באים איז שוין דערמאנט געווארן אין די קאמעדיע אשכול אבער ס'קומט דא אויך, ס'שפילט אראפ גאר אסאך שטיקער אידישע היסטאריע מיט שרעקליכע ליצנות, ס'איז גוט פאר ווער ס'קען עס פארנעמען.
איך האב אמאל געוואטשט אויף א פלעין א מאווי איבער די מאכט איבערגאנג פון סטאלין צו די קומענדיגע נאך זיין טויט, איך געדענק נישט וויאזוי ס'הייסט, גאנץ אינטערסאנט, א צווייטע מאל אויפן פלעין האב איך געזעהן די אסלאו שלום אפמאך פראסעס, ס'איז געווען גאנץ באורינג. ווי אויך האלט איך אז ס'איז געווען א טעות די גאנצע אפמאך אבער דאס איז בעסייד די פוינט.
דאס איז עס פאר דערווייל, ס'איז זיכער דא נאך, אבער איך לאז עס פאר ענק, ברענגטס נאך רעקאמאנדאציעס, אבער נאר אזעלכע וואס איז ווערט די צייט.

לעצט רעדאגירט: