היסטארישע קאפיטלען פון סאטמאר רב זי''ע (לכבוד כ"א כסלו)

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
766
רעאקציע ראטע
1,856

בעפאר מיר לייגן זיך אריין אין די מחלוקת און געשעפטן וואס סאטמאר האט אלץ אנגעדרייט אין אמעריקא לאמיר אביסעל אויפ-פרישען אביסעל אומבאקאנטע היסטאריע פון די ווידעראויפבוי פונעם סאטמאר רב און זיין קהלה דאהי.

עס איז נישט באקאנט די גאר אינטערסאנטע פאקטן איבער די ערשטע טאן שטעלער פון די יהדות החרדית אין אמעריקא אין די יארן גלייך נאכן קריג ווי 1945 צו 1950 ווי קיינע רעדט נישט פון די פיגורן וואס האבן בעצם נישט געהאט קיין שייכות צו די סאטמארער חסידות אבער פארט האבן זיין אריין געשטעלט סאטמאר אין די רעלסן און אזוי לויפט עס ביזן היינטיגען טאג (מן הסתם זענען זיי געפלויגן פון זייערע פאזיציעס נאך וואס מען האט זיי אויסגעדראשן)

1. ישראל יעקב וואלדמאן
געקומען קיין אמעריקא אין יאר 1941 אן אונגארישער איד (נישט קיין סאטמארער, לכאו' פון קראסנא אינדערהיים) איז געווען דער פארבינדונגס מאן צווישען דעם סאטמאר רב זי''ע און דער דזשוינט American Jewish Joint Distribution Committee צו העלפן די ערשטע הייפעלע אידן זיך באזעצן אין ניו יארק ברוקלין.

2. ברוך הערש שטיינער
געקומען קיין ניו יארק אין יאר 1942 אויך פון אונגארן (קלויזענבורג) וואס איז דער ערשטער מייסד פון ביקור חולים. פאר די אפגעשוואכטע פליטים האט ער צוגעשטעלט אש''ל אראפ קומענדיק פון שיף אין עליס איילענד (ווי אויך געשעפט סאפאנסער-שיפ'ס פאר זייער אסאך פליטים.

3. בערל כהנא
אן עושר געקומען קיין אמעריקא אסאך יארן פארן קריג א פילאנטראפ פון UJA (United Jewish Appeal) און פאקט האט ער צוגעשטעלט דעם ערשטן ביהמ''ד און דירה פארן סאטמאר רב אין וויליאמסבורג 550 בעדפארד ענוועניו.

און ווי אויך האט ער עס אויסגעהאלטן פון זיין אייגענער טאש ביז די סאטמורים זענען אנגעקומען איבער נעמען די פלייצעס

4. משה פריעדמאן (נישט די גבאי)
א שטארקער אגעדיסט געווען הימים ההם (בעפאר ער האט זיך אינגאנצען איבער געגעבן צום רב און איבער געלאזט די אגודה) וואס האט געשאפן ריזיגע סכומים מיט געלט פאר די א''י מוסדות פארן רבין אויסערהאלב די טמא'נע געלטער. וואס איז געשאפן געווארן אינערהאלב די אגודה, יא אזוי ווי די הערסט די ערשטע געלטער איז געהאלפן געשאפן צו ווערן אדורך די אגודת ישראל מיט די פארמיטלונג פון משה פריעדמאן. ער איז געווען דער מיטל פערזאן אין די פארהאנדלונגען צווישען די אגודה און סאטמאר רב.

5. מרדכי דוד אונגאר (סקווירא)
וואס איז שוין געווען אין אמעריקא ווען דער סאטמאר רב איז אנגעקומען מיטן שיף. ער האט געפירט אן ארגאניזאציע וואס האט מסדר געווען די מענטשהייט פון די DP לאגערן. דער ערשטער טרעדשערור פון די סאטמאר רב'ס געלט קאסעס (בעפאר די מוסדות נעטווארק עפאכע)

6. זלמן לעבאוויטש
געקומען נאך פארן קריג פון נייטרא וואס האט געהאנדלט מיט ריעל עסטעיט און האט געהאלפן די ערשטע הייפעלע זיך איינהאנדלען דירות צו פארשפרייטן די אידישע געגענט אין וויליאמסבורג. ער האט גע'חלש'ט צו פארווירקליכען א אידישע ישוב פון די רגע וואס האט אראפ געטרויען אויף די אמעריקאנער באדן 10 יאר בעפאר סאטמאר רב איז אנגעקומען. די ערשטע גאר גוטער געלעגנהייט האט ער געשפירט אז ער וועט דאס קענען צושטאנד ברענגען איז ביים העלפן דעם סאטמאר רב.

7. לייביש אייזענבערג
א חברה'מאן ער האט געהאט אן ארגאניזאציע אנקומענדיג קיין אמעריקע הארט מאכן קריג וואס האט געהאלפן די פליטים האנדלען מיטן געזעץ, פארטיקיורלי אימיגרעישאן. ער האט עס אנגערופן "טוען ומשפט" אזא לויערס אפיס נאר אן א לייסענס צו פראקטיצירן געזעץ. ער האט געהאט דער איד צייטונג בעפאר סאטמאר (פריעדמאן) האט עס אפגעקויפט. און אין די צייטונג האט ער שטארק געפאמפט סאטמאר רב'ס אדשענדעס.

די אויבן דערמאנטע נעמען זענען נאך בעפאר די מאנכע קלויזענבורגער חסידים האבן זיך אריבער געצויגן קיין סאטמאר ווען זיי האבן געזעהן אז עס סאטמאר וועט בעסער לאזן פאר זייער סיקריקישע נאטור וואס וועט זיין בעז''ה די נעקסטע ארטיקעל פון די מחלוקת'ער און די הנהגה ווי דער סאטמאר רב זי''ע האט אנגעפירט אליינס אנטקעגן דאס גאנצע אידישע וועלט.
 
לעצט רעדאגירט:
דער קדושת יום טוב איז געווען א זון פונעם ייטב לב און דער טאטע פון סאטמאר רב. ער איז רב אין סאטמאר קיינמאל געווען.
איך וויל דא אריינווארפן אלס הקדמה. ר׳ אהרן יודל שווארץ דערציילט אז ער איז געווען איין טאג ביים סאטמאר רב זי”ע, און ער איז געווען ביזי קרעכצן אז ער שטייט איינער אליין קעגן די גאנצע וועלט. האט זיך ר׳ אהרן יודל אנגערופן ביי אברהם אבינו איז געווען די זעלבע. דעררבי איז אויפגעשוידערט געווארן חס ושלום! חס ושלום! אברהם אבינו האט זיךגעשלאגן מיט מינים ואפיקורסים! איך שלאג מיך דאך מיט ערליכע אידן!
נאך א פאקטאר, דער ראש הקהל אין סאטמאר אינדערהיים איז געווען א וויזשניצער חסיד,ר׳ יוסף פעלדמאן. דער זיידע פון די באקאנטע וויזשניצע פאלדמאן משפחה. ער פלעגט זאגן אז ”איך קען נישט האבן טענות אויף דער איד, ער מיינט עס אמת׳דיג”
 
לעצט רעדאגירט:
דער קדושת יום טוב איז געווען א זון פונעם ייטב לב און דער טאטע פון סאטמאר רב. ער איז רב אין סאטמאר קיינמאל געווען.
איך וויל דא אריינווארפן אלס הקדמה. ר׳ אהרן יודל שווארץ דערציילט אז ער איז געווען איין טאג ביים סאטמאר רב זי”ע, און ער איז געווען ביזי קרעכצן אז ער שטייט איינער אליין קעגן די גאנצע וועלט. האט זיך ר׳ אהרן יודל אנגערופן ביי אברהם אבינו איז געווען די זעלבע. דעררביאיזאויפגעשוידערט געווארן חס ושלום! חס ושלום! אברהם אבינו האט זיךגעשלאגן מיט מינים ואפיקורסים! איך שלאג מיך דאך מיט ערליכע אידן!
נאך א פאקטאר, דער ראש הקהל אין סאטמאר אינדערהיים איז געווען א וויזשניצער חסיד,ר׳ יוסף פעלדמאן. דער זיידע פון די באקאנטע וויזשניצע פאלדמאן משפחה. ער פלעגט זאגן אז ”איך קען נישט האבן טענות אויף דער איד, ער מיינט עס אמת׳דיג”
א ישר כח פאר די הערה. איך האב מתקן געווען דעם טעות געוואלט שרייבן האבעך סיגוט אבער אזוי ווי דער ווארט סאטמאר האט פארפיגט דעם בלאט האט ער געשריבן סאטמאר.

און דארט האב איך אויס געלאזט אז סיגוט פון סאטמאר אז אן ערך פון 30 מיין אפגערוקט איינע פון צווייטן. און די סאטמארע מנהיגים בעב''ת האבן געקענט דעם ר' יואליש נאך פון סיגוט.

און ווי אויך דער פאקט אז ר' יואל איז געווען א זוהן נישט קיין אייניקעל פונעם קדוי''ט.
 
לעצט רעדאגירט:
פון וואו קומט עס? AI?
זעהט אויס וואו נח מיט 7 גרייזן צב"ש רב אין קראלי בעפאר אים איז געווען רבי שאול בראך רב אין סאטמאר בעפאר איז געווען דער קרן לדוד
דער יריעות שלמה איז געווען מאקאווא רב און שוין נישט געלעבט 60-70 יאר
דער ספינקא רבי דער חקל יצחק האט געהייסן ווייס, הוורווויץ איז מסתם געמישט מיט זיין אייניקל
די אונגארישער רבנים פלעגן פירן שטארק זייערע קהילות
אין שטאט סאטמאר האט מען נישט געהאלטן די שקיעה אפי' ערב שבת
און נאך אסאך ואטו כי רוכלא וכו
 
מודה ועוזב. יא די אינפארמאציע איז געקומען פון אזאנע מקומות.

די האסט רעכט די אינפארמאציע וואס די זאגסט איז ריכטיג. איך האב נישט צופיל געליינט אדער געטראכט. איך קען נאר די סאטמאר היסטאריע פון נאכן קריג. פארן קריג איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען צו בעארבעטן. עכ''פ אויפדערווייל האב אראפ גענומען די ערשטע חלק. אבער די אמעריקאנער סאטמאר היסטאריע איז נישט קיין עי איי, אדער וויקיפידיע, דאס איז פון מענטשען וואס איך האב געזאמעלט אינפארמאציע פון, און ווי אויך היימישע באשרייבונגען פון ר' סענדער דייטש ע''ה וכדו' (שלמה יעקב ע''ה אויכעט. וואס איז כמעט ווי אן עי איי מקור)
 
לעצט רעדאגירט:
די נעמען אין די צווייטע האלב זענען יא אמת? איך האב קיינמאל נישט געהערט פון זיי
 
די נעמען אין די צווייטע האלב זענען יא אמת? איך האב קיינמאל נישט געהערט פון זיי
עזעקטלי. יא דאס זענען ריכטיגע נעמען וואס מען וואלט ווען געקענט באשטיין היינט צו לייקענען. אבער עס איז אמת ויציב. נעמענדיג אינפארמאציע פון מענטשען וואס האבן דאס מיטגעלעבט. אסאך פון זיי זענען שוין נישט-דא
 
דער איד האט געגרינדעט ר' אהרן ראזמארין און פון אים האט עס סאטמאר אפגעקויפט
 
א ישר כח פאר די הערה. איך האב מתקן געווען דעם טעות געוואלט שרייבן האבעך סיגוט אבער אזוי ווי דער ווארט סאטמאר האט פארפיגט דעם בלאט האט ער געשריבן סאטמאר.

און דארט האב איך אויס געלאזט אז סיגוט פון סאטמאר אז אן ערך פון 30 מיין אפגערוקט איינע פון צווייטן. און די סאטמארע מנהיגים בעב''ת האבן געקענט דעם ר' יואליש נאך פון סיגוט.

און ווי אויך דער פאקט אז ר' יואל איז געווען א זוהן נישט קיין אייניקעל פונעם קדוי''ט.
עס איז נאך מער פון דעם. ר׳ יואל האט געוואוינט אין סאטמאר פאר א תקופה פון עטליכע יאר תיכף נאך זיין חתונה.
 
Back
Top