היתר לצורך פרנסה

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
796
רעאקציע ראטע
3,955
פאר צוועלף יאר צוריק ביים גרויסען אינטערנעט מעמד ווי מען האט גע׳אסרט דעם אינטערנעט, יא יא דעם אינטערנעט וואס אלע מוסדות און רביס און ווער נישט באניצט זיך מיט דעם איז געאסערט געווארען דורך הרב וואוזנער, נמנו וגמרו אז דער אינטערנעט איז אסור. פינטעל.
דא עקא איז אריינגעלייגט געווארען א לופהאול אינעם איסור, א נייע היתר איז באשאפען געווארען ויקרא שמו לצורך פרנסה, א אומפרעצענדירטער היתר, וואס לאזט גיין טוהן א גראבע נביירע בלויז פאר פרנסה, אין ערגעץ נישט מאז מתן תורה טרעפט מען נישט אזא מין היתר אז מען זאל מעגען עובר זיין אזא הארבע איסור לצורך פרנסה.

זייט דעמאלטס, איז שוין געמאכט געווארען מטעמים פון די היתר אויף ביידע זייטען, די קנאים האבען אנגעהויבען צילייגען אז לא אמרן אלא אויף א קאמפיוטער אבער א סמארטפאון איז אסור בכל מקרי.
אויף קאווע שטיבל האט מען אפגעגרילט דעם לעצוירעח פארנאָסעה, מיט ליצי ליצנות האט מען עים ארויס געווארפען פון שטאט.
די מעסיגע ווידער האבן זיך פשוט נישט וויסענדיג געמאכט און ווייטער געשאפט אויף עמעזאן, און ווייטער געשריבען אויף אייוועלט, און ווייטער געקוקט יוטיוב, שטאטוס וכו׳
אליעזר קרויס האט שוין אראפגענימען די פרנסה און גע׳מסבירט אז פרנסה איז כדי נסבה אין די היתר איז לצורך דהיינו לצורך גדול כעין פרנסה.

בקיצור די לצורך פרנסה איז געבליבען כצאן אשר אין לו רועה

למעשה טראכט איך ביי מיר וואס איז עס אנדערש פון די היתר פון חז״ל צי הייצען און יום טוב אלץ מתוך שהותרה לצורך הותרה נמי שלא לצורך, איך גלייב אז דעמאלט איז געוועהן די זעלבע.
די פארפרומטע האבן געלאכט פון די היתר אז עס קען נישט זיין מותר, די אויפגעקלערטע האבן ליצנות געמאכט, און די עמך האט ווייטער געטוהן וויאזוי זיי האט געשמעקט, און אליעזר קרויסינא דמן מאנסי דעל נהר סוזען לעיק, האט שוין געטראפען עפעס א וועג אריין צי טייטשען אז ס׳זאל יא שטימען.

למעשה נאך א דור איז עס אריין אין די עולם אלץ א פשטות מתוך שהותרה לצורך הותרה נמי שלא לצורך, און עס איז געווארען אלץ א חלק פון די תורה מסיני וואס אפילו די אויבער חכמים שבתוכינו פארשטייען עס אלץ א פשטות פונקט ווי די י״ג מידות שהתורה נדרשת בהן.

מילא קומט אויס על אף די היתר לצורך פרנסה איז פרעצעדענטלאז קען עס אויכט אינקארפערעיטעד ווערן אין די תורה פונקט ווי די היתר אויף הייצען שלא לצורך אום יום טוב.

איז יעצט קומט די דובדבן שבקצפת, השתא דאתית להכי אז לצורך פרנסה איז א לעגעטימער היתר, קען מען עס שוין ניצען איבעראל נישט נאר ביי אינטערנעט.
 
לעצט רעדאגירט:
די ערשטע וואס האבן גענוצט די היתר פון לצורך פרנסה איז געווען טע"ג אליינס. אזוי אנצודרייען די וועלט פון די אינטערנעט גזירה ביז די טע"ג רפואה, אלס איז נאר געווען לצורך פרנסה פאר טע"ג. דאנק סקולענער רבי און ר' מתתיהו סאלאמאן פאר חיזוק פרנסה
 
גג על גג 😂 מען קען אפשר ווייטער בויען אז וויבאלד אלעס איז מותר לצורך פרנסה און מתוך שהותרה לצורך הותרה נמי שלא לצורך קומט דאך אויס אז אלעס איז אלעמאל מותר, דארף מען נאר צוזאמזעצן א בית דין און אזוי פסק׳נען, הַכֹּל יִהְיוּ מוּתָּרִים לָךְ. הַכֹּל מְחוּלִים לָךְ. הַכֹּל שְׁרוּיִם לָךְ. אֵין כָּאן לֹא נֶדֶר. וְלֹא שְׁבוּעָה. וְלֹא נְזִירוּת. וְלֹא חֵרֶם. וְלֹא אִסּוּר. וְלֹא קוֹנָם. אַדְּרַבָּא יֵשׁ כָּאן מְחִילָה וּסְלִיחָה וְכַפָּרָה. וּכְשֵׁם שֶׁמַּתִּירִים הַבֵּית דִּין שֶׁל מַטָּה. כָּךְ יִהְיוּ מֻתָּרִים מִבֵּית דִּין שֶׁל מַעְלָה, we want moshiach now אמן!!

דאס אלעס איז נישט חס ושלום אויף למעשה, נאר פשוט צו מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל און אויף צו דערנעטערן משיח׳ן.
 
גג על גג 😂 מען קען אפשר ווייטער בויען אז וויבאלד אלעס איז מותר לצורך פרנסה און מתוך שהותרה לצורך הותרה נמי שלא לצורך קומט דאך אויס אז אלעס איז אלעמאל מותר, דארף מען נאר צוזאמזעצן א בית דין און אזוי פסק׳נען, הַכֹּל יִהְיוּ מוּתָּרִים לָךְ. הַכֹּל מְחוּלִים לָךְ. הַכֹּל שְׁרוּיִם לָךְ. אֵין כָּאן לֹא נֶדֶר. וְלֹא שְׁבוּעָה. וְלֹא נְזִירוּת. וְלֹא חֵרֶם. וְלֹא אִסּוּר. וְלֹא קוֹנָם. אַדְּרַבָּא יֵשׁ כָּאן מְחִילָה וּסְלִיחָה וְכַפָּרָה. וּכְשֵׁם שֶׁמַּתִּירִים הַבֵּית דִּין שֶׁל מַטָּה. כָּךְ יִהְיוּ מֻתָּרִים מִבֵּית דִּין שֶׁל מַעְלָה, we want moshiach now אמן!!

דאס אלעס איז נישט חס ושלום אויף למעשה, נאר פשוט צו מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל און אויף צו דערנעטערן משיח׳ן.
אויב אבער איז שוין דער היתר פון מתוך שהותרה לצורך הותרה נמי שלא לצורך, דאן ברויך שוין נישט צו קומען צו די התרת נדרים און אפילו נישט צו כל נדרי! ווייל די היתר פון מתוך איז שוין כאטשיג אכצן הונדערט יאר אלט, נאך פאר מ'נאיז אויפגעקומען מיט כל נדרי, און די התרת נדרים ער"ה פאר'ן קויפן דעם מעסער החותך חיים לכל חי. און תשליך ברויך מען אויך שוין נישט אחוץ אויב גייט מען נאר זיך לופטערן פון א לאנגע ר"ה דאווענען און אויך צו פארמישן דעם שטן
 
נארישקייטן, אוודאי איז דא צענדליגער מקורות אין הלכה פאר א היתר לצורך פרנסה וואס לעגיטימיזירט פילע פעולות וואס וואלטן נישט געווען אקעי ווען נישט דעם.

אבער דא קומט עס ניטאמאל אריין. עס האט נאך קיינער נישט ערפינדן קיין מאסגעבנדער מקור לאיסור על פי הלכה קעגן זיך באנוצן מיט אינטערנעט, אז עס זאל ברויכן א היתר. מען רעדט דאך בלויז פון רבנים, וואס זענען ווי פאסטוכער צו עדת צאן מרעיתם וועלכע קוקן ארויס צו מקבל זיין לקח מפיהם און זיך פירן ווי זייערע הדרכות, און זיי האבן ארויסגעגעבן די אנווייזונגען נישט צו נוצן דעם אינטערנעט נאר לצורך פרנסה.

יעצט האסטו טענות אויף זייער הדרכה? דאס איז די זעלבע חכמה ווי אפ'חוזק'ן פון פאוטשי, אדער פונעם גאנצן ענין פון רולס / רעגולאציעס , געזעצן פאר דעט מעטטער. אוודאי קען מען אייביג זיך חכמה'נען און אנצייגן קארנער קעיסעס וועלכע זענען נישט געדעקט אדער דער לאגישער אויספיר קומט אויס צו אן אבסורד, אבער באופן כללי פרויבירט מען צו ווארפן ווי א ברייטערע נעץ וואס זאל אריין נעמען ווי מער פעלער און אינצידענטן.
 
Back
Top