אמאל איז געווען א otd האט געפילט אז ער מיז ווערן פריי אינגאנצן און אפהאקן פונעם סיסטעם היינט איז אכשר דרא סאיז דא אזויפיל מענטשן וואס זענען אינעם סיסטעם קלאמפיש און טון וואס די פאק זיי ווילן
דערמאנסט מיר א חבר דערציילט מיר אז אין זיין רעסטעראנט קומט איין טאג אריין א טעראפיסט און בעט אז ער וויל אויסדינגען דעם גאנצן רעסטעראנט פאר איין נאכט, אז אלע זיינע קליענטן זאלן קענען האבן א nice evening צוזאמען. מיין חבר קוקט אים אן צומישט: איז עס נישט היפך פון וואס א טעראפיסט דארף טוהן: האלטן קאנפידענשל אויפ׳ן העכסטן גראד מיט וועמען ער ארבעט?
מסביר זיין דארף נישט דער טעראפיסט צו לאנג, ווייל ער זאגט: דו ווייסט אז דא, אין דעם עיר ועם בישראל, זענען דא
הונדערטער משפחות וואו די עלטערן היטן נישט גארנישט, און זיי שיקן נאך די קינדער אין די מוסדות, און דעי אלע זענען מיינע קליענטן. אבער די יסורים פון לעבן מיט אזא סוד אין איינזאמקייט איז געפערליך, האב איך זיי געוואלט געבן די געלעגנהייט צו פילן ווייניגער אליין און זיך צו טרעפן מיט אנדערע וואס זענען אין זעלבן מצב.
איבריג צו זאגן אז ס׳גארנישט געווארן פון דעם פלאן ווייל יעדער פון די קליענטן האט געציטערט צו ווערן אויסגעפינען… און אז די משפחה וועט זיי רודפ׳ן אדער אפשר זיי גאר אוועקווארפן
מיין חבר איז געווען אויסער זיך. ער האט נישט געגלייבט זיינע אייגענע אויערן. אבער פאר מיר איז עס קיין חידוש נישט געווען.
פאר א לאנגע צייט האט מען אזוי demonized אטד אז דאס איז געווען א געווער,
ווייל אויב מען פלאנצט אזא טיפע בושה אין א מענטש, וועט ער זיך אוודאי פילן ווי א טאטאלע loser נישט קיין חילוק וואס. אין אזא צייט וועט קיינער נישט וועלן געזעהן ווערן מיט יענעם און “אויך גערופן ווערן loser” ממילא שאפט עס א בּאָבּל פון isolation
אזוי ^ איז געווען אין מיינע צייטן ווען איך בין יונג געווען. היינט אבער אז ס׳דא פוטסטעפס וואו מענטשן קענען זיך טרעפן מיט אנדערע וואס האבן מצליח געווען אנצוהייבן א נייע לעבן, האט די סיסטעם created א different בּאָבּל פון isolation
זיי פארמאכן זיך די אויגן ווילאנג דו טוסט זאכן באהאלטן (דא און דארט מאכן זיך בלוט דורשטיגע עסקנים וואס האבן ליב טעראריזירן), אבער אין אלגעמיין מאכט מען א שווייג ווען יענער איז נאר אין באהעלטעניש א פורק עול פון תורה ומצוות
און בראווא, א נייע פארעם פון דיגרעידינג עקזיסטענץ האט זיך געשאפן, וואו מענטשן זענען זאט פונ׳ם סיסטעם אבער זיי האבן מורא צו טון עני זאך ווייל זיי פילן אזוי אליינס.