הייסע מקוה שב''ק vs א פאון - וועלכע איז א הארבערע שאלה?

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
731
רעאקציע ראטע
1,787
די מקוה איז טאקע אן ערנסטערע שאלה ווי די סמארטפאון לגבי די איסורי עשיות מלאכה בשבת (אויסער די עובדא דחול וואס איז אויך א דיון בפנ''ע).
אויב וועסטו הערן די טעכנעלאגיע וואס א פול ריטדזשארדשט ליטיום-אייען (LI-ION BATTERY) בעטערי באשטייט פון און ווי אזוי עס פראווייד לעקטער צו די סמארטפאון, ווי אויך די סקרין וואס שיינט כאילו א לעקטער ליגט דערינטער אבער למעשה נישט, איז דער אינגערמאן נישט אזוי אומ-גערעכט לגבי דעם ענין פון טוהן סיי וואספארא מלאכה וואס מען טאר נישט טוהן אין שב''ק אויסער די פאקט פון עובדה דחול. (זעה הערה אויבן)

די טעכנעלאגיע פון די ליטיום אייון באטעריעס ארבעט ווי פאלגענד.
די באטערי האט אין זיך 4 באשטאנדטיילן
מעטאל אקסייד (Metal Oxide)
קארבאן מאטריאל (Carbon Material)
ענאוד (Anode)
קעטאוד (Cathode)

מעטאל אקסייד איז א צוזאם שטעל פון א געוויסע מעטאל און אקסידזשען צוזאמען (Oxygen)
די מעטאל אקסייד ווערט אקטיוויזירט דורך צוויי וועגן. אדער דורך עס אינטערצינדן מיט פייער כדי עס זאל ווערן גאר הייס גיט עס ארויס פאוער, אדער דורך א קעמיקאל וואס מאכט די מעטאל אקסייד שפירן כאילו עס איז אונטערגעצינדן געווארן און דאן גוט די מעטאל ארויס פאוער.
עס ווענדט זיך וואספארא אמאונט אויף פאוער מען וויל פון די מעטאל אקסייד ארויסבאקומען, כדי צו דעסיידען וואספארא מאטריאל מען זאל ניצן צו הייס מאכן דעם אייזן.

לענינו, א סמארטפאון דארף נישט צופיל פאוער, ניצט מען די קעמיקאל וואס רופט זיך קֶעטָאד. די קעטאד רעדוצירט די סטארעדזש פון דעם מעטאל אקסייד און גייט אריין צו די פאון דורך די קליינע אייזענס וואס מען זעהט אונטער די בעטערי וואס איז אויך מעטאל אקסייד די צוויי/דריי קליינע אייזענס ווערן דאן הייס דורך די קעטאד וואס ווערט דאן כדי צו פראוויידן די פאוער פאר די סמארטפאון. די פאוער ווערט רעדוצירט פונעם בעטערי און גייט אריין אין די פאון.

ווען די בעטערי טשארדזשט זיך ווערט די פאוער סטארעדזש אָנגעפילט אין די מעטאל אקסייד וואס ליגט און די שווארצע קליינער קעסטל הנקרא בעטערי, דורך די ענאוד וואס טוהט פונקט די פארקערטע פעולה פון די קעטאד, עס ברענגט אריין די פאוער אז די קעטאד זאל שפעטער האבן פון ווי יונק צו זיין. ע''כ צו טשארדזשען די פאון אין שבת אויב ער שטעקט ער דאס איין אין די וואנט בעצם יום השבת האט ער אפשר יא געטוהן א מלאכה פון לא תבערו, ווייל די פאוער וואס קומט פון די וואנט צו אנפילן די מעטאל קומט דורך א פייער ענערדזשי דורך די נעגעטיוו און די פאזיטיוו, פארקערטע כוחות וואס קריעט א קאנטראלירטע פייער צווישען די אייזענס וואס דאס מאכט הייס די מעטאל אקסייד צו ווערן אקטיוויזירט און דאן קומט אריין די קעטאד און מאכט זיכער אז די מעטאל אקסייד קאנסומט די ענערדזשי און בלייבט זיך האלטן און די אייזן וואס ווען מען וועט עס דארפן וועט עס די ענאוד שוין ארויס נעמען און דיסטריביוטן. (הני מילי אויב טשארדזשט מען פון די וואנט, אבער אויב ניצט מען א פאוער בענק בעטערי קען זיין ארבעט עס אויף די זעלבע וועג ווי די פאון זעלבסט).

היוצא לנו מזה לגבי די בעטערי האט ער נישט געווען קיין מלאכה פון אֵש באיזה אופן, כל זמן ער האט דאס נישט איינגעפלאגט אין די וואנט.

די סקרין טעכנעלאגיע ארבייט מיט על. סי. די. LCD Liquid Crystal Display אדער או. על. אי. די. OLED Organic Light-Emitting Display
על. סי. די. ארבייט אויך מיט צוויי מיני טעכנאלאגיעס וואס ביידע פון זיי נעמען נישט קיין פיזישע לעקטער. עס איז פיור סייענס. איינע פון די מאטריאלן וואס מיר האבן פריער דערמאנט. ווען די קעטאוד ווערט ריליסד צו די על. סי. די. ווערט א געוויסער געז עקסייטעט פון די לעקטער ריליעס וואס עס לאזט ארויס צו די קאנטראלירטע טיוב וואו די געז ליגט איינגעצוימט. די סייענטס ארבעט אז ווען די סארט פון געז ווערט עקסייטעד (דורך די היץ) גיט עס ארויס א יו. ווי. UV (ultraviolet) ענערדזשי וואס דאן געשעהט א ריעקשאן פון א קעמיקל וואס הייסט פאספאר (Phosphor) וואס שיינט אויף ווען עס קומט אים קאנטאקט מיט יו. ווי. געז.

(בדרך אגב די זעלבע סייענטס ווערט אויך גענוצט אין פלארעסענט באלבס אז די טיוב פון די באלבס איז אָנגעפילט מיט יו. ווי. געז. און די לעקטער וואס שטראמט אריין צו די באלבס עקסייט די יו. ווי. און די פאספאר שיינט אויף. כל זמן לעקטער שיסט אריין אינעם באלב וועט די יו. ווי. זיין עקסייטעד און עס האלט די פאספאר אינעם באלב טוב שיינעדיג). וע"כ איז דא נישטאָ קיין פייער אינוואלווד.

די דיספלעי וואס מיר זעהן אויף די סקרין איז א ריפלעקשאן פון די יו. ווי. וואס שיינט אויף דורך די פאספאר, כאילו עס שיינט אדורך א סטענסל. די סטענסל ווערט פראדוצירט דורך די דאטא וואס ווערט געשיקט צו די סקרין. (וואס איז שוין גאר אן אנדערע טעכנאלאגיע, וויאזוי די דאטא שטעלט אויס סטענסעלס אין רגעים וכו', דאס איז שוין זיכער נישט פאר די ארטיקל דא, אבער מיט לא תבערו און לעקטער האט עס זיכער נישט, וויבאלד דער גאַנצער מאשינס לעקטער האבן מיר דא געשריבן איז נישט קיין פייער) און די צוויי קעמיקאלישער באשטאנדטיילן שטעלן אויף אקארדינג צו די קאָלירן און אויסלייג פון די סטענסל.

צום שלוס, קיין עכטע מלאכה פון הך דהוה במשכון חשובה אדער אפי' אויף איינע פון די סייגים פון חז"ל לויט די פריערדיגע הסבר האט ער נישט עובר געווען.

לגבי עובדה דחול וועלן מיר א צווייטן מאל רעדן. עס איז שוין דרייע. א גוטע נאכט.
 
וואס איז די ערענסטע שאלה פון גיין אין מקוה ?
 
גיין אין מקוה לשם טהרה, איז דאך נישט קיין רחיצה,

רחיצה בעצם, איז דאך מותר מן התורה,
נאר חז''ל האבן עס גע'אסר'ט, אלץ א גזירה מ'זאל נישט עובר זיין א צווייטע איסור דרבנן פון שהיה [חז''ל האבן גע'אסר'ט מ'זאל נישט לאזן פון ערב שבת א זאך וואס איז נאך נישט געקאכט, אויפ'ן פייער, כדאי עס זאל זיך קאכען במשך שבת, אלץ א גזירה אז מ'וועט צוקומען צו מאכן גרעסער די פייער אין שבת, אז ס'זאל זיך שנעלער ענדיגן]
וז''ל השולחן ערוך הרב בהקדמה לסי' שכ''ו אָסְרוּ חֲכָמִים לִרְחוֹץ כָּל גּוּפוֹ אוֹ רֻבּוֹ בְּחַמִּין, בֵּין אִם הֵם בִּכְלִי בֵּין אִם הֵם בַּקַּרְקַע, אֲפִלּוּ הוּחַמּוּ מֵעֶרֶב שַׁבָּת, מִפְּנֵי הַבַּלָּנִים שֶׁהָיוּ מְחִמִּין בְּשַׁבָּת וְאָמְרוּ "מֵעֶרֶב שַׁבָּת הֵחַמְנוּ". וְאַף עַל פִּי שֶׁלֹּא נֶחְשְׁדוּ יִשְׂרָאֵל עַל הַשַּׁבָּתוֹת לְחַלֵּל בְּזָדוֹן, מִכָּל מָקוֹם הָיוּ נוֹתְנִים עֵצִים תַּחַת הַמַּיִם צוֹנְנִים מִבְּעוֹד יוֹם סָמוּךְ לַחֲשֵׁכָה, וְהֵם מִתְבַּעֲרִים וְהוֹלְכִים כָּל הַשַּׁבָּת וּמְחַמְּמִים אֶת הַמַּיִם שֶׁעֲלֵיהֶם, וְדָבָר זֶה אָסוּר מִשּׁוּם גְּזֵרָה, שֶׁמָּא יִשְׁכַּח וְיַחְתֶּה בַּגֶּחָלִים מִשֶּׁחָשֵׁכָה.

אבער גיין אין מקוה איז דאך נישט לשם רחיצה, איז עס לכאורה נישט נכלל אין די גזירה
עכ''פ קיין גרױסע איסור איז עס זיכער נישט
 
Back
Top