חיזוק פאר די טעכטער

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
605
רעאקציע ראטע
2,172
שטעלט אייך פאר ווי אנדערש אונזערע בני בית וואלטן געפילט וועגן זיך, ווען זיי וואלטן אויפגעוואקסן מיט אן עכטע חסידישע חינוך.

האסטו געוואוסט אז דער הייליגער ר׳ מאטעלע טשערנאבלער זי״ע איז געקומען צום שלש סעודת פּראווען פון א פרוי-רבי?!

ציזיע חנה מזל - דער הייליגער ר׳ זושא׳ס שנור - האט געפירט א רביסטעווע 17 יאר! ביז זי האט עולה געווען קיין ארץ ישראל אין תקצ״א (בערך 1830)

דרך אגב, זי איז נישט געווען די איינציגסטע חסידישע פרוי-רבי!

אבער די וואונדער איז אז איין מקור זאגט ר׳ מרדכי׳לע טשערנאבעלער - (וועלכער איז דער זיידע פון די סקווירא דינאסטיע, און די וויזניצע דינאסטיע, ווי אויך די בעלזער דינאסטיע)
- איז ערשט געקומען הערן איר שלש סעודות תורה אחר המעשה וואס ער האט זיך משדך געווען מיט איר - ווען זיין זון ר׳ דוד׳ל טאלנער האט חתונה געהאט מיט איר טאכטער יענטא דבורה

אבער לויט די פארשונג פון דר. זאב קיצעס פון בר אילן יוניווערסיטי, איז ר׳ מאטעלע טשערנאבלער נאכנישט געווען א מחותן מיט איר ווען ער איז געקומען צו איר שלש סעודת פּראווען.

וויאזוי וואלטן אונזערע טעכטער געפילט וועגן זיך, ווען זיי ווייסן אז זיי קענען ווערן אנגעזעהנע גייסטיגע פירער ביי כלל ישראל!

איך האלט אז עס לאזט א געוואלדיגע רושם אויף א קינד ווען זי הערט אזא זאך און זי זעהט דעם באנייטן מצבה פון די אדמו״רית

(ביז די אמעריקאנער ״אידישקייט״ זענען פרויען געווען אסך מער גייסטיג דערהויבן ביי אידן און געגאנגען אין די פיסטריט פון מרים & דבורה הנביאה און אסתר המלכה וכו׳
 
אינטערעסאנטע אינפארמאציע וועלכעס כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט ( נישט אז איך בין דער גרויסער ידען) אבער א פרוי קומט נישט צו זיין א רבי אדער א רבנית. כ'גלייב נישט אז דו וואלסט ווען געוואלט האבן א פרוי וועלכעס פירט טישן און געבט שובבי"ם אדער תקיעת שופר דרשות. און אז דו גלייבסט מיר נישט דאן קענסטו דיך נאכפרעגן ביי די אלע וועלכע האבן חתונה געהאט מיט רוחניות'דיגע רביצין'ס. דו מיינסט טאקע אז רבי מאיר האט געהאט אזא גרינגע לעבן מיט ברוריא? צו רב נחמן מיט ילתא?! א פייג!
 
וואס איך רעד איז נישט פון היינטיגע גרוחניות׳דיגע פרויען - זיי זענען געטרעינט צו דערגיין דעם מאן די יארן

איך רעד נישט פון א מצב וואס דארף זיין either/or
ס׳דא גענוג power couples וואס אויב איז מען באפרידיגט און די שלום בית איז גוט, איז אדרבא ואדרבא זאלן זיך ביידע געזונטערהייט ארויסגעבן און איינע איז proud פון דעם צווייטן

(כ׳רעד מיך נישט איין אז ס׳איז א גארטן פון רויזן, אפילו רויזן האבן דערנער סוי קען זיין challenges אבער אין א געזונטע רעלעישנשיפ ווי די ווייב איז נישט קאנדישנד צו ליידן און שווייגן און ברויזן ביז ס׳קראכט, רעדט מען זיך דורך און אפילו ווען ס׳ווערט אמאל הויכע טענער איז עס נישט מיט שלעכטע ווערטער פון פחיתות הכבוד, און די קשר ווער נאר שטערקער נאכדעם)

Bottom line
קיינער געווינט נישט ווען דו אדער דיין בני בית זענען פארקנאקט
 
אה, שטעלט אייך פאר די רביצין פירט טיש, מאכט קידוש און שניידט אויף לחם-משנה. אלע מיידלעך און ווייבלעך שטייען אויף די פארענטשעס, די גבאי'טעס פון די צוויי זייטן שניידן חלה אין איקוואל סלייסעס און מען שיקט ארויף אויפן פארענטשע. אונטערן בענקל שטייען די צוויי גבאי'טעס און שישקענען זיך איינע צו די צווייטע, פון אונטן שטייט די הויז-בחור'טע, א דזשינדזשי טינעידזש מיידל, מיט וועמען די פרינצעפל גיבט זיך נישט קיין עצה אין סקול, זי איז אביסל רעבעליעס, האט מען איר מסדר געווען ביי די רביצין... זי ברענגט אריין די פארציעס.

די רביצין טיילט שיריים און די גבאי'טע רופט אויס, "סאשי פרידמאן", מען שיקט איר אראפ אביסל פערפל... די רביצן נעמט זיך זאגן תורה, מיט גרויס בכיות. זי רעדט ארום איבער די פרצות הדור, שובבי"ם וויינט זי זייער שטארק וועגן צניעות.

די קאר נעמט זיך זינגען די באקאנטע ניגון פון די רביצין זי"ע, א התעוררות הערשט אויפן ארט און אלע מיידלעך שאקלען זיך אזוי ערליך, אז די דדים שאקלען זיך מיט צום טאקט... די בחורים מיט די יונגעלייט שטייען אויבן אין ווייבער-שוהל - אהם... מענער שוהל - און קוקן אראפ פון די מחיצה. אויב איינעמ'ס פינגער שטעקט זיך בטעות ארויס, נעמען זיך די פרויען שרייען מיט קולות, "נו, צניעות..."
 
לעצט רעדאגירט:

איך זעה דו קלערסט אפשר אז ר׳ זושא׳ס שנור האט געפירט טיש פאר די פרויען

איך האב געפּיקטשערד עפעס ווי אין דעי ווידיאו אונטן:
*נאר די אדמו״רית איז נישט פארשעמט מיט׳ן קאפ אראפ but rather זייער זיכער מיט איר ability צו זיין רבי און פירט זיך טאקע אזוי אויף!
At the end of the day וויאזוי דען האט זיך איר רבי׳סטעווע אנגעהאלטן גאנצע 17 יאר!

View: https://youtu.be/99a5v7urzFk?si=eqR8ELffrRoK90zA
 
אלע מיידלעך שאקלען זיך אזוי ערליך, אז די דדים שאקלען זיך מיט צום טאקט...
א. אויב האב איך ביז יעצט געהאט א ספק איבער שדיים'ס גענדער איז עס שוין יעצט נפשט געווארן...

ב. ביי די רעביצינ'ס וואס האבן געפירט רעביסטיווע מיין איך פלעגן די גבאים און די גאנצע קופה של שרצים אלץ זיין מענער.

ג. דא רעדט מען איבער די לודמירע מויד אדער א צווייטע?
 
דא רעדט מען פון די אדמור״ית פון וועמען די לודמירער מויד איז אינספירירט געווארן.

פאר די לודמירער מויד איז ליידער נישט געגאנגען אזוי גרינג ווייל זי האט נישט געהאט קיין יחוס. (זי איז געקומען פון א פשוט׳ע משפחה)
plus
זי (די לודמירער רביצין) איז נישט געווען חתונה געהאט, hence פארוואס מ׳האט איר גערופן מויד,

און אין יענע צייט איז אפילו די וועלט בכלל, נאכנישט געווען גרייט אויפצוגעבן די קאנטראל אויף פרויען, און זיי ערלויבן צו האבן פולשטענדיגע אינדיפּענדענס און א קאריערע
ווי ס׳זעהט אויס איז עס דעמאלס געווען גאר אומדערהערט.
 
לעצט רעדאגירט:
שטעלט אייך פאר ווי אנדערש אונזערע בני בית וואלטן געפילט וועגן זיך, ווען זיי וואלטן אויפגעוואקסן מיט אן עכטע חסידישע חינוך.

האסטו געוואוסט אז דער הייליגער ר׳ מאטעלע טשערנאבלער זי״ע איז געקומען צום שלש סעודת פּראווען פון א פרוי-רבי?!

ציזיע חנה מזל - דער הייליגער ר׳ זושא׳ס שנור - האט געפירט א רביסטעווע 17 יאר! ביז זי האט עולה געווען קיין ארץ ישראל אין תקצ״א (בערך 1830)

דרך אגב, זי איז נישט געווען די איינציגסטע חסידישע פרוי-רבי!

אבער די וואונדער איז אז איין מקור זאגט ר׳ מרדכי׳לע טשערנאבעלער - (וועלכער איז דער זיידע פון די סקווירא דינאסטיע, און די וויזניצע דינאסטיע, ווי אויך די בעלזער דינאסטיע)
- איז ערשט געקומען הערן איר שלש סעודות תורה אחר המעשה וואס ער האט זיך משדך געווען מיט איר - ווען זיין זון ר׳ דוד׳ל טאלנער האט חתונה געהאט מיט איר טאכטער יענטא דבורה

אבער לויט די פארשונג פון דר. זאב קיצעס פון בר אילן יוניווערסיטי, איז ר׳ מאטעלע טשערנאבלער נאכנישט געווען א מחותן מיט איר ווען ער איז געקומען צו איר שלש סעודת פּראווען.

וויאזוי וואלטן אונזערע טעכטער געפילט וועגן זיך, ווען זיי ווייסן אז זיי קענען ווערן אנגעזעהנע גייסטיגע פירער ביי כלל ישראל!

איך האלט אז עס לאזט א געוואלדיגע רושם אויף א קינד ווען זי הערט אזא זאך און זי זעהט דעם באנייטן מצבה פון די אדמו״רית

(ביז די אמעריקאנער ״אידישקייט״ זענען פרויען געווען אסך מער גייסטיג דערהויבן ביי אידן און געגאנגען אין די פיסטריט פון מרים & דבורה הנביאה און אסתר המלכה וכו׳
ביי די מתנחלם איז נאך דא אזא געדאנק.

אין געוויסע מזרחיסטישע גליונות איז פארהאנען תורות פון פרויען.
 
נישט געוויסט אז די בעלזע רביצין פירט געהעריג
ווער זענען די אלע מענער?
סתם בעלזא חסידים, אדער משפּחה?
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די פּאוסט זענען דאס סתם בעלזע חסידים וואס זענען אריבערגעקומען צו איר אין שטוב ווען זי האט באזוכט מאנטריאל
 
די מהרש"ל שרייבט אויף זיין באבע הרבנית מרים ב"ר שמוא' שפירא "תפסה ישיבה כמה ימים ושנים, וישבה באוהל, וילון לפניה, ואמרה הלכה לפני בחורים מופלגים"
און אזוי אויך ליגט אין מיין זכרון אז די חתם סופר האט געהאט א טאכטער וואס פלעגט געבן שיעורים אין ישיבה. (כאפטס מיר נישט אויפן ווארט)
 
אויף דיין ערשטע תגובה איז דא כמה מקורות

אבער דער חתם סופר׳ס טאכטער האט נישט געגעבן שיעורים.
נאר וואס דען? זיין טאכטער שמחה האט געלעבט 60 אדער 70 יאר נאך איר טאטע׳ס פטירה און ס׳פלעגן קומען רבנים איר באזוכן כדי צו הערן וועגן איר גרויסן פאטער.
 
א דאנק פאר פארעכטן, טאקע פארדעם האב איך עס נישט געשריבן אין קליינע אותיות, וויל איך בין נישט געווען זיכער.
 
כ׳האב געטראפן א ביכל אין ביבליאטעק וואס באשרייבט די לודמירע מויד -
זי איז לכאורה אינספירירט געווארן פון די אויבנדערמאנטע פרוי אדמורי״ת.

(דאס ביכל ענטהאלט מסתמא פארשידענע איינצלהייטן וואס זענען בלויז פיקציע)

ס׳דא א בילד דערין, פון א הונדערט יעריגע פרוי וועלכע האט נאך געדענקט די לודמירע מויד!
 
בייגעלייגטע פיילס

  • B5CD5423-A0DF-41E7-BBEA-EEDEE3CEE1E6.jpeg
    B5CD5423-A0DF-41E7-BBEA-EEDEE3CEE1E6.jpeg
    1.6 MB · געזען: 13
שטעלט אייך פאר ווי אנדערש אונזערע בני בית וואלטן געפילט וועגן זיך, ווען זיי וואלטן אויפגעוואקסן מיט אן עכטע חסידישע חינוך.

האסטו געוואוסט אז דער הייליגער ר׳ מאטעלע טשערנאבלער זי״ע איז געקומען צום שלש סעודת פּראווען פון א פרוי-רבי?!

ציזיע חנה מזל - דער הייליגער ר׳ זושא׳ס שנור - האט געפירט א רביסטעווע 17 יאר! ביז זי האט עולה געווען קיין ארץ ישראל אין תקצ״א (בערך 1830)

דרך אגב, זי איז נישט געווען די איינציגסטע חסידישע פרוי-רבי!

אבער די וואונדער איז אז איין מקור זאגט ר׳ מרדכי׳לע טשערנאבעלער - (וועלכער איז דער זיידע פון די סקווירא דינאסטיע, און די וויזניצע דינאסטיע, ווי אויך די בעלזער דינאסטיע)
- איז ערשט געקומען הערן איר שלש סעודות תורה אחר המעשה וואס ער האט זיך משדך געווען מיט איר - ווען זיין זון ר׳ דוד׳ל טאלנער האט חתונה געהאט מיט איר טאכטער יענטא דבורה

אבער לויט די פארשונג פון דר. זאב קיצעס פון בר אילן יוניווערסיטי, איז ר׳ מאטעלע טשערנאבלער נאכנישט געווען א מחותן מיט איר ווען ער איז געקומען צו איר שלש סעודת פּראווען.

וויאזוי וואלטן אונזערע טעכטער געפילט וועגן זיך, ווען זיי ווייסן אז זיי קענען ווערן אנגעזעהנע גייסטיגע פירער ביי כלל ישראל!

איך האלט אז עס לאזט א געוואלדיגע רושם אויף א קינד ווען זי הערט אזא זאך און זי זעהט דעם באנייטן מצבה פון די אדמו״רית

(ביז די אמעריקאנער ״אידישקייט״ זענען פרויען געווען אסך מער גייסטיג דערהויבן ביי אידן און געגאנגען אין די פיסטריט פון מרים & דבורה הנביאה און אסתר המלכה וכו׳
כ'גידענק נאך אלס בחור ווען מ'האט געשמועסט אין ישיבה וועגן ציזיע חנה איז מיר געווען שווער איינצושלאפן ביינאכט... (ווי איך בין אויפגעוואקסן האט מען אסאך גערעדט פון איר)
אגב, זי ליגט אין די אלטע ביהח אין טברי' מיט די תלמידי בעשט מ'קען אסאך פועל'ן דארט
 
Back
Top