הנעצוצים נצנצו
צו פארשטיין וויאזוי די גווארדיע אדער ‘גאַורד’ האט די פירמע אויפגעבויעט, און סקווער איז אויפגעוואקסן היינט אזוי, אפי’ צו רעגולעיטן וואוהין יעדע חסיד אירע זאל זיך באזעצן, אפילו אויב זיי לאזן איבער די שטעטל ווי למשל צו הייראטן א מיידל פון די פרעמד, דארף מען צוריקגיין אביסל צו זעהן ווי אזוי זי האט זיך אנגעהויבן אין די יוּ עס.
סקווירא בראשית ימיה, כאטש זי האט טאקע עקזעסטירט פאר’ן קריג, איז זי אנדערש ווי כמעט אלע אנדערע חסידותן מיט די אויסנאם פון דאָראָג אין אר"י, געבליבן מיט גארנישט פון דיע פאר’ן קריג און אנגעהויבן פון סקרעטש. מתחילה, אין וומסב"ג ניוּ יאָרק, האט זי געהייסן זי וועט ווערן אזא טייפ ‘סקולען’ חסידות. א קיבוץ גליות פון אידן פון כל מיני בעקגראונדס. ר’ י"י איז אנגעקומען פון אייראפע אָפּגעשליסן מיט קיין פעני צו די נשמה. זיין ברודער וועלכער האט שוין דארט געוואוינט פון פריער, אין ב”פ, און אים געזאלט העלפן, איז געשטארבן ווען ר’ י"י איז אויפ’ן שיף געווען אהער. אנשטאט האט צעהלימער רב זיך געזארגט פאר אים. דארטן האט ער זיך באקענט מיט אזעלכע שפעטערדיגע חסידים ווי ר’ משה ניישלאס, א בעלזע אייניקל און וואס האט שוין דאן א ישיבה געהאט אין וואודמיר לאָנג איילענד, און דער לעצטער האט אים געהאלפן לייגן די ערשטע ציגל פאר די חסידות, צוזאמענקראצן א מנין וכדומה. ער האט עס אבער נישט געגליכן אין ב"פ און נאך א קורצע צייט וואוינען דארטן, זיך געצויגן צו וומסב"ג.
טראַנע, זייענדיג א בחורטע און פון בעלזא אפשטאם האט זי געזען וואס דאס מיינט א קאמפאני מיט די גאנצע קלאפערגעצייג אזש מ’זאגט איר זיידע ר’ ישכר דוב, טאטע פון ר’ אהרן, המכונה פריערדיגע רב האט געזאגט, "טראנע פעלט נאר קאלפיק” (ועל דרך צחות "א טרעֶני מיט א קאָלפּיק"). אנקומענדיג אין וומסב"ג האט זי מיט דעם רעבּינ’ס מענטשן, א שטייגער ווי אויבנדערמאנטער ישעי’ יואל אונגאר, תיכף אנגעהויבן פּלאָטן וויאזוי א קאמפאני צו אימפּלעמינטירן. אונגאר פונקט ווי משה גבאי איז אויך געקומען צוזאמען מיט’ן שאָפראָנער רב, ביידע מונקאטשער חסידים פונדערהיים בעפאר’ן קריג אין אייראפע. זייענדיג א בעלזא איידעם האט ער צוגעצויגן צו זיך א גרויסע בעלזא פאַלאָוואינג, אזאך וואס האט אגב עגזאַסערבּעיטעד די מחלוקת יארן שפעטער אין שטעטל שוין, ווען א גרופע האבן געוואלט אויפעפענען א בעלזא שטיבל. סובסוקווענטלי, איז מען חושד דאס האט אויך צוגעשפיהלט צו די שפעטערדיגע פּאַראַנאויע כלפי ר’ חי יצחק. דער פּאראנויע איז אויך וואס האט געסטאָוקט די קאַלטע מלחמה בהמשך השנים, מצד גבאי אונגאר כלפי ר’ חי יצחק.
אויך האבן זיך מצרף געווען אין וומסב"ג צו’נעם א צאל גאַלאַנטע און סערדעהאַלע תלמידים פון אונגארן און אפילו א בינטל דייטשע אידן וועמען זיין חסידישקייט איז געפאָלן, בּיליוו איט אָר נאָט. יענע צייט זענען אויך געווען אסאך נוטראַלע מענטשן וואס זענען געקומען זיך קוויטלען ביים סקווערן א שטייגער ווי ביי א גאס רעבין, די פריערדיגע צוויי סקולענערס כאמור.
מ’רעדט דא פון אונגארישע אידן וואס האבן איידער די 2טע וועלט מלחמה געוואוינט און שטעטעלעך דערפעלעך, און געזעהן אַגאַנצן טאג קיעלעך און ציגעלעך, און דעריבער האט ביי זיי א סקווערער צו א סאטמערער קיין נפקא מינה נישט געמאכט. זיי זענען צו אלעמען געפארן אזוי לאנג ווי דער האָרס און בּאָגי (נישט האָרס און גאַבּי) האט זי אהין געטראגן אין ריזנעבּל צייט. אויך האבן געצויגן צו אים פשוט גאליציאנער וואס זענען שוין יא געווען געוואוינט פונדערהיים צו ראביסטעווע און פּאַרטיי, און אסאך פון זייערע מנהיגים אליינס האבן איבערגעלעבט, אבער זיי זענען דאך נישט קיין חידוש אז זיי זאלן קלעפּן. פון זיי האבן זיך תיכף טעטיג געמאכט אזעלכע ווי שלמה האפמאן, זלקא קארן און מתתי פריזעל (דער לאנגיאריגע מעיאר אין סקווירא שטעטל. א בעלזער און דערנאך שינאווער פונדערהיים). הגם שלמה האפמאן האט זיך שנעל געכאפט אז ער איז אריינגעפאלן און איז אלע יארן נאר געבליבן אזא שָמֵחַ בחלקו, מיט זיין ‘גזבר הביהכנ”ס’ ראלע.
ויהי היום, סאטמער האט פארכאפט אלעס, אנגעהויבן ווֿיעֶלדן איר מאכט אין וומסב"ג און ווער ס’איז נישט געגאנגען אין שפאן האט מען עלימינירט.
טראַנע מיט אירע ענגע ענטאָראַדזש מקורבים האבן מְטַכּס עצה וואס צוטוהן ווייטער. זיי האבן פארשטאנען אז מ’קען זיך נישט אזוי בויען, מיט סאטמאר שטייענדיג ווי א בּיין אין האלדז אדער, אז מ’קען זיך נישט אזוי קרייזלען מיט סאטמאר שטייענדיג ווי א קניפּ אין די פאה. איז מען אויפגעקומען אויף א גיניאלער איינפאל. מ’וועט גרינדן א שטעטל אוואו דער סעלינג פוינט וועט זיין ‘שמירת עינים’, מען ברויך וואוינען אפגעזונדערט פון די ‘גוים’ און מען וועט עס פערזענליך מארקעטן צום עולם, ספעציעל די תמימים און צו אזעלכע וואס זענען נישט רגיל געווען צו די גרויסע פוילישע און רומענישע שטעט. אזעלכע דערפישע סארט אדער יעקישע און עמך אידן, עובדים ה’ בתום לב.
די בעלזע חסידים איבערצורעדן איז דוקא נישט אנגעקומען לייכט. ר’ יעקב יוסף האט באזונדער צו איטלעכערן גערעדט און געארבעט אויף זיי, משכנע זיין אין זיין פראיעקט. אבער זיי האבן נישט סתם געפּיקט אַבּי ווער. צודעם האבן זיי געגעבן באזונדער מחשבה. זיי האבן געוואלט נאר אזעלכע וואס איינמאל זיי ווערן איבערצייגט אהינצוקומען זענען זיי דארט גענצליך בגוף ובנפש און גייען נישט אין ערגעץ בּאהוק און בּאַקרוק, חסידישע אין די בּלוטן. אויבערלענדער טייפ, חתם סופר אידן האבן זיי געהאט גענוג. ביי זיי איז א הלכה מער ווי מנהג. נישט גוט. פולע פון זיי האבן טאקע צוליב דעם שפעטער דעזערטעד. (אגב ס’זענען אויך אויפגעשטאנען שפעטער אין שטעטל אזעלכע פון די ערשטע דור נייקומער וואס האבן געוואלט א פשרה מאכן און איינגעגאנגען צו טױשונגען, נאר צו אזעלכע וואס זענען זיך נישט סותר די מנהגים פון זייערע אייגענע רעבעס, ווי יוצאי קוסון און זידטשוב, אוי האבן זיי געליטן!). מ’דארף פארשטיין, דער סקווערער האט נישט געוואלט ווערן אַן אשכנזישער רב ווי דיע פון ניטרא אדער וויען. אויב וואלט ער געלאזט קומען פון ווילי, ווֿילי נילי וואלט ער מאַקסימום געווארן אזא מין צעהלימער אדער פאפא רב און דאס איז פאר אים געווען מעהה!
צו גיבן א דוגמא פון איין טיפיקעל טאַקטיק וועלכע זיי האבן גענוצט די סקװערע, צו טעסטן די אַטעטעטשמענט פון די אנהענגער, איז אין סקווער געווען א מנהג צו נעמען קוויטלעך איידער כל-נדרי ערב יום כיפור. פלעגן פיהלע אידן קודם קומען געבן א קוויטל דעם סקווערן און דערנאך גיין צו סאטמאר הערן ר’ יואל’ס בּרעטשענדיגע כל נדרי דרשה. כאטש וואס כאמור איז געווען א מורא’דיגע קפידה אין סקווירא קיינמאל צו טוישן א מנהג, האבן די סקווערע דא סקאַנדאליעזיש זיך בארעכנט אנשטאט, צונעמען קוויטלעך נאך מעריב. נו, יום טוב טאר מען דאך נישט טראגן, אזוי ארום וועט מען זעהן ווער ס’וועט אויפגעבן דעם סאטמארנ’ס כל נדרי דרשה פאר דעם סקווערענ’ס קוויטל לייענען. צו זיי ווייסט מען, אויב האבן זיי א פאַרשטאָפּטן אויער צו ר’ יואל, האט מען צו-זיי אַן אפן אויער וועגן א שטעטל, אפילו אויב דאס איז נאר א קליינע הייפעלע געווען. צום לעצט זענען אויכעט מיטגעשטאנען עטליכע נעיטיוו, אמעריקאנע משפחות. דיע זענען טעטיג געווען אין די מוסדות און אין דאס עפענונג פון די ווילעדזש, ד.ה. די בּיוּראָראַטישע חלקים, גלייך ביים אנהויב. זייערע קשר צו סקווירא האט זיך נאך אנגעהויבן אין בורו פארק כאמור, ווען פון בלויז ווערן אריינגערופן צו א צענטער צו מנחה, כאפן א קָטן אדער א בּיסקיסע, זענען זיי שוין שטעקן געבליבן, און מיט זייערע אלגעמיינע סקיללס זיך באקוועם געמאכט.
נאך א סיבה צו די שנאה וואס סקווער האט געהאט צו סאטמאר איז צוליב וואס ר’ יואל האט בעיניו פון ר’ י"י געלאכט פון כל הקודש לנו. בשעת וואס ביים סקווערן זענען מנהגים פונקט ווי מנהיגים, מעשיות פון צדיקים און ספרי חסידות זענען געווען אלעס תורת משה, האט ביי ר’ יואל גארנישט איבערגעשטיגן א בלאט גמרא; פארשטייט זיך חוץ קבלות און מנהגים לבית סיגוט און צאנז. און פון יטב לב אויכעט ולמעלה בקודש, האט ער פארשטייט זיך יא געהאלטן זענען אלע קדוש געווען.
אין א קאמישע מעשהלע פארציילט מען אז אין א שמועס איינמאל צווישן בּאַיאַנע רב ר’ מרדכי שלמה פרידמן און ר’ יואל האט דער לעצטער געזאגט עפעס אַן הפלגה וועגן זיינע זיידעס וועלכע זענען שוין ‘
אכצן דורות נוטרי הברית’, אויף וואס באיאנע רב האט צוריקגעענטפערט: “סאטמאר רב, איך האב אויך געהאט זיידעס". ר’ יואל האט אויף דעם געשמייכלט, ווי צוזאגן יוּ אַר רייט. עד כאן הסיפור. האט א לץ געזאגט, ער וויל וויסן ווער דער 19טע דור איז געווען (י"א ר’ יואל האט געזאגט 10 דורות, ווי כאילו ס’מאכט עס מער נאמָן). על כל פנים, די סקווערע, צדיקים לבית טשערנאבל, וואס האבן געהאט א טראַדישען זיך צו האלטן פאר ספעשל נשמות, האבן נישט געקענט סובל זיין אזא ביטול צום טצשאַדיק, וואס עס האט געוויזן סאטמאר רב.
ר' מרדכי שלמה פרידמן מבּאַיאַן
ר’ יעקב יוסף האט געגלויבט ער איז פון די נשמות וואס ר’ פנחס'ל שפירא פון קוריץ האט געזאגט קומען אראפ נאר איינמאל אין טויזנט יאר. מ’שטיינס געזאגט, נאר ער האט די לייסענס צוזיין א ‘עכטע’ רבי. (די רוזשינע אדער חבדסקע חסידים האבן אויך דעם גלויבונג, כנראה אַן אוקריינישע פראבלעם. אין פוילן געווען דער ראפשיצער און צאנזער שלשולאות וואס האבן אוועקגעמאכט דעם חלק. הגם כהיום, אזוי ווי ס’טשערנובלט און רוזשינט זיך, אזוי צאַנדזט זיך אדער צ’אנז’דט זיך מל’ 'טשעינדזש'. ווי מ’זעהט טאקע היינט אין חצרות באבוב און צאנז-קלויזנבורג וכדומה).
אין נאך א דוגמה פון עליטיזם האט ר’ יעקב יוסף למשל זיך קיינמאל נישט באצויגן מיט ‘רבי’ אדער בגוף שלישי צו אַנאַנדערעם אדמור, אפילו אין א פערזענליכער שמועס, כגון “וואס מאכט דער/איר סאטמאר רב?”. נאר אנשטאט, בלויז, "וואס מאכט איהר?”.
אַנאנדער פּאָליסי האט ער געהאט קיינמאל נישט צוגיין יענעם באזוכן פאר מ’קומט צו אים. א סארט עקסקלוסיוועטי. דערפאר האט ער תמיד געדענקט צו דערמאנען אז ער איז נאר די 6טע דור צום בעל שם טוב. און ר’ דודל נאך היינט זאגט, "דער
טאטע געווען דער זעקסטע דור,” מיט דער דגוש אויפ’ן ‘
זעקסטע’, וואס נאר דאס הערסטו. די איבריגע איז בּלאַ בּלאַ בּלאַ, עס ווערט פארשלונגען בבליעת הפה. פארוואס קען ער נישט זאגן דער זיבּעטער? ווייל נאר אינגאנצן איינער אין קראון הייטס געפינט זיך, עפעס א ליובּאַוויטשע איד, וואס איז אויך זיבּעטע דור און אפשר וועט מען זיך דאס דערוויסן און דאַן האט ער א קאָנקורענץ. דאָס אלץ האט מען געלאזט כסדר איבערחזרן, כאטש וואס פון ר’ י"י אליינס האט מען קיין פיפס נישט געהערט ביי די טישן, בשעת וואס פון דעם סאטמערן און קלויזנבורגער האט זיך געהערט תורות און דרשות וכו’ אהן א שיעור.
אין סקווירא איז עס געווען די ‘ספעציעלע נשמה’ און ‘מלכות’דיגע שטאלץ’ וואס האט געפאדערט הכנעה און נישט אזוי ווייט דאס לערנען. אצינד איז שוין פארשטענדליך וועמען ר’ יואל האט געמיינט ווען ער האט געזאגט נשתכח דרך הבעל שם. מסתמא אזא ריטאָרט צו דער ‘זעקסטע דור’ פזמון. (במה שנוגע צו ר’ חי יצחק, האט ער אויך געהאט א ספעציעלע הדרכה פון דער בעלזער ר’ אהרלע – דער שוואגער פון ר’ י"י כאמור – כידוע וועמען ר’ יואל פלעגט טשעפען, און דאס האט אים אויסגעבויעט א שנאה צו סאטמער. אזש ביי ר’ יואל’ס לויה, האט ר’ חי יצחק נישט געוואלט לאזן די בחורים גיין זיך באטייליגן ביז ר’ דודל, שוין דאַן מנהיג, האט זיך קעגן געשטעלט און געזאגט, "רבי בין איך"; און די בחורים זענען למעשה יא געגאנגען. די זעלבע אויך לגבי ציונות האט סקווער אויך גענומען ר’ אהרלע בעלזער’ס מהלך).
וואס אן אמת האט מען אין סקווער בכלל נישט גורס געווען אַ אונגערישע חסידות, אפי’ אזא ווי מונקאטש אדער ספינקא. און ס’קען אפילו זיין אז ר’ יואל איז גערעכט געווען, און דער ארגינאַלער דרך פון בעל שם טוב איז נאָר פארבליבן אין חב"ד, סטאָלין און אביסל אין סלונים, בעיקר די ווייסע סלונימער וואס כידוע זענען זיי אויך צעטיילט צווישן שווארצע און ווייסע.
היינטיגע חסידים טענה’ט מיסטעריע זענען ריכטיגע חתם סופר אידן אוואו חיצונית שפיהלט א שטארקע ראלע, ובנוסף האבן זיי פּעפּערד אביסל חסידישע אידעלאגישע קרישקעלעך דא און דארטן. קען זיין צװישן די רעבעס, געפינען זיך נאך אזעלכע חסידישע, מיט’ן עכטן ברען און געשטאַלט ווי אמאל אבער דאס נאר אין זייערע פערסאנאליטי אליינס, נישט אין זייערע חסידים מער. אבער אפי’ אזעלכע זענען ווייניג דא. ווי לויטעט נאר די באקאנטע ווארט וואס מען זאגט נאך פון ר’ ישראל אלתר, דער זיידע פון היינטיגן רעבין ר’ יעקב אריה, המכונה דער בית ישראל: דער באקאנטער אֶליש ענגלענדער פון בעלז-מחנובקע לונדון איז אריין צו’נעם דעמאלס ווען מען האט ממנה געווען היינטיגן בעלזע רבי, ר’ ישכר דוב רוקח, זיך באקלאָגענדיג אז ער עֶפּראָווט נישט פון אים. ווען אֶליש האט פארלאזט זיין חדר האט ר’ ישראל געזאגט צו זיינע ארומיגע: "חסידים זענען זיי היינטיגע, רביס ווילן זיי פון אמאל”.
אֶליש ענגלענדער רעכטס
מען זאגט א דזשאוק, ווען משיח וועט קומען וועט מען ארויפרופן די גדולי ישראל אויבן אהן, ביים נאמען. וועט מען רופן קודם די אבות, משה, הלל הזקן, ר’ עקיבא, בן יוחאי, אביי ורבא און אזוי ווייטער. יעדן מאל וואס מען וועט אויסרופן א נאמען, וועלן די באטרעפנדע זיך אויפהויבן פאמעליך מיט עניוות, זיך ארומקוקן זיכער צו מאכן אים מיינט מען. אזוי ביזן בעל שם טוב. מיטאַמאל ווען מ’וועט זאגן, ‘כק אדמור שליטא’, וועלן א מיליון רעבעס קומען צולויפן אלע בּיינאזאם אז ס’וועט געשעהן א תדחוקת קהל וואס איז נאכנישט געווען מימות יתרו. אז מ’רעדט שוין, זאגט מען פון ר' ישראל אלתר אַנאַנדער ווארט: פארוואס האבן די אידן ביים עגל געזאגט ‘אלה אלוהיך ישראל?’, אויב משה רבינו אידאָך נאָר א רבי געווען? ווייל אז דער רבי שטעלט זיך ארויס צו זיין א קאַלבּ, מוז מען אים מאכן פאר אַן אפגאָט.
אגב, וועגן דאס געפירעכץ נישט צוגיין באזוכן איידער יענער קומט, איז דא א סקווערע מסורה אז ליובאוויטש האט באזיצן א סידור וואס על פי דין באלאנגט זי פאר’ן סקווערער אבער חַבַּד האט דאס נאר געוואלט אפגעבן אויב דער סקווערער קומט דאס אפנעמען און היות ער גייט נישט, איז עס דארטן געבליבן.
נאר דער אמת טענה’ן דיע וואס ווייסן, איז די מעשה געווען אזוי. א סקווערע חסיד, נאך צוריק אין אוקריינא, מיט’ן נאמען יצחק ליפסון, אַן עושר, האט געהייראט אַן אייניקל פון ר’ משה חיים אפרים פון סדילקוב, המכונה דגל מחנה אפרים, אַן אייניקל פון בעל שם טוב. דער האט גירשנט פון יענעם’ס שווער, דעם דגל'ס אײניקל, דער רבינו תַּם תפילין סעט פון דעם דגל (כידוע ס’דא חסידים וואס לייגן צוויי פּאָר תפילין) און א סידור פון בעל שם טוב. (דער רבינו תם, אַן אייניקל פון ר’ שלמה יצחקי האט געגליכן צו דיסאַגריען מיט זיין זיידע, נאך פון די צייטן ווען מ’האט געמעגט, און אפי’ זיין זיידנ’ס תפילין איז אים נישט כשר געווען).
ליפסון האט דעסיידעט צו שענקען די פאר תפילין פאר אונזער ר’ יעקב יוסף טווערסקי, בתנאי אז ער טוהט דאס אהן. דעם סידור האט ער אים נאר פאַרבּאָרגט. ויהי היום, ר’ יצחק ירד מנכסיו, איז געווארן אַן ארימאַן, האט ער געזוכט א וועג וואו צו פארדינען א שנעלן גראָשן. איז ער צוריקגעקומען צום סקווערן און צוריק געפאדערט דעם סידור. פארשטייט זיך דעם סקווער’ן האט דאס בּאַנג געטאהן און געלט האט ער אוודאי נישט געהאט דאס אפצוקויפן. האט ער אבער באקומען אן הבטחה פון ליפסון אז יענער וועט זיך אויסנעמען מיט’ן קונה דאס אויב קומט ער אדער סיי-וועלכע סקווערער אייניקל צוריק מיט א בקשה דאס אפקויפן, וועט דער ריקוועסט מוזן נאכגעגיבן ווערן.
ווי דער שווער פון דעם פריערדיגן ליובּאַוויטשער רבי, ר’ יוסף יצחק פון ליובאוויטש האט געהערט פון דער סידור איז ער געקומען צופארן פון אַטוואצק צענטער-פוילן ביז קישינב-רוסלאנד (היינט מולדבה) און געבעהטן אויב ער קען אים דאס פארבארגן פאר א חודש. ר’ יוסף יצחק וואס איז געווען א חכם מחוּכּם האט געלאזט מפרסם זיין אז מ’קען, ווער ס’וויל, פאר א קליינעם אפצאהל, עטליכע זלאָטעס, קומען בּיי’נעם קושן דעם בעל שם טוב’ס סידור (אנדערע זאגן טאכטער). נידלעס טוּ סעי, אונטער חודש האט ער געהאט ליגן די געלט (ס’איז נישט קלאר וואס ער האט אנגעבּאָטן פאר דיע וועלכע זענען נאך געקומען קושן נאכוואס ער האט שוין די געפאדערטע געלט אָפּגעמאַכט).
יעצט, ס’קומט נאך די מלחמה, 1950 אין אמעריקע, ר’ מנחם מנדל שניאורסון איז אצינד רבי און מ’קומט צו איהם מיט א טשאַדעלע בּאַדעלע וועגן א מעשה מיט א צוזאג, אהן קיין שטר, אהן קבלת קנין, האט ער אוודאי דעם סקווערן געזאגט יִשָקֵנו (און קושן ווי די אוקרייאנע און פוילישע האט דער סקווערער אוודאי נישט געקענט; און מ’רעדט דא פון טויזנטע..). חוץ מזה איז דאך ר’ מנחם מנדל נאך אזוי כיטרע געווען ווי זיין שווער, כידוע ווי אזוי ער האט אויסגעשפיהלט זיין הפלומעניק בּערי גורארי ביי דער באקאנטער געפעכט מיט יענעם איבער די גרויסע לייבּרערי פון אלטע ספרים און ווערטפולע ירושה וואס זיין שווער האט איבערגעלאזט, מיט’ן זאגן,"גארנישט געהערט פאר אים פערזענליך, נאר ס’איז אלץ נכס חב”ד”.
נאר די סקווערע מסורה איז א פיינע געבּעקס אדער ווייל ליפּסון האט זיך דאס קיינמאל נישט מיט אים אויסגענומען. אדער פון א כוונה צו אריינטייטשן א פרינציפ אין א מעשה פון אַן איינפאכע פעליוּר. דהיינו, אז אז ער האט מתחלה זיך סומך געווען אויף 'דאַמירָן בעלמא' אדער איז סתם געשעהן אַן עקסידענט (למשל אז ער האט יא געהאט א שטר נאר ס’איז פארלוירן געגאנגען). וואס דענקט איר, אויב דער סקווערער וואלט א שאנס אין העלל געהאט וואלט ער נישט געקראכן אויף אלע פיהר דעם סידור צוריקצובאקומען? (לויפן איז אפשר שווער אין אזעלכע גרויסע שטיוול). נישטאמאל האט ער א משלחת געשיקט צום ליובאַוויטשן, גארנישט. הגם פאר 'שליחים שיקן' איז דער ליובּאוויטשער ענדישער נאָטאָריעס פאַר.
נחזור לענינינו, ווי געשמועסט האט ר’ י"י אנגעהויבן צוצורעדן די בעלזא חסידים, וועלכע האבן געמיינט אז ער וועט זיין א בעלזע ממשיך, כאטש ר’ אהרלע רוקח אליינס האט שוין מן הסתם געוואוסט דאס וועט נישט געשעהן. נאר דאך האט ער געוואלט טראנע, זיין מאמע’ס אייניקל, זאל האבן א המשכה (די אדערע קינדער פון זיין טאַטן ר’ ישכר דוב זענען געווען פון אַן אנדערע מאמע, א זיווג שני. פון טראַנע’ס משפחה אליינס איז נאר זי געבליבן נאכ’ן קריג, און ר’ אהרן אליינס האט דאך קיין קינדער נישט געהאט).
ס’איז אפילו מסתבר אז טראנע זאל האבן פערזענליך געבעטן סוּפּאָרט פון ר’ אהרן ווייל זי איז אויף אזאנס אויכעט קעיפּעיבּל געווען, ווי ס’איז משמע פון אַנאַנדער סיפור, ביים צווייטן רעבּין, דער היינטיגער: ר’ י"י זל האט געהאט א מנהג, ווען ער האט שוין געוואוינט אין שטעטל, צו קומען צו וומסב"ג צוויי שבתות א יאהר, אין חשוון און אייר כדי אנצוהאלטן די קשר מיט די פארבליבענע חסידים. און אזעלכע אלטע ווי צעהלימע און פאפא רבנים פלעגן אויך דאן קומען זיצן ביי זיינע טישן. נאך 1968, ווען ר’ דודל האט איבערגענומען, האט ער אױך געזוכט ממשיך צוזיין דער מנהג והִנֵה, האבן מענטשן געשטוינט, דער צעהלימער און פּאָפּער האבן ממשיך געווען צוקומען. פארוואס? ווייל טראנע האט אַריבערגעשיקט צו זיי בעהטן אז דער עולם איז צעבראכן און מ’דארף מחזק זיין די חסידות, די קאָנטיניועישאָן, דער 'קרוין פרינץ'. אצינד שטעלט אייך פאר, ס’זיצן דארטן די צעהלימע און פאפא זקנים, כּעַבדא קמיה מריה, מיט אַן הכנעה, אינפאָרנט פון א אַכט און צוואנציג יעריגע שנוּק פון אויבן אהן.
יעצט, די נעקסטע שטאפל אין דער גוואַרדיע’ס סטראַטעגיע איז געווען, מ’גייט נאר אָננעמען בחורים אין די ישיבה וואס מ’וועט גרינדן אין שטעטל, נאר אזעלכע עלטערן וואס וואוינען שוין דארטן. די בעלזע האבן שוין געהאט בחורים און נישט יעדע מאמע איז גרייט געווען שיקן קיין ארץ ישראל. ס’איז געווען אנהויבּ די ‘מדינה’, זאכן זענען אומסטאַבּיל געווען. מען איז געווען אין א דילעמא. מ’האט געברויכט טשוּזן צווישן זיין א חסיד פון ר’ י"י אבער שיקן צו אנדערע לאקאלע מוסדות, וואס וועט אוודאי שאפן פֿריקשען, אדער אינגאנצן עוקר זיין צו סקווער. נישט אלע זענען מוכן געווען צונעמען דעם וואנדער שטעקן אין האנט.
דערמאנטער חיים בערגער, אליינס מראשי הבּוֹנים פון די פארטיי האט זיך אהנגעשטויסן אין א ווידערשטאנד פון די בני-בית, זיין פרוי, זי האט נישט געוואלט ארויספארן. וואס האט ער געטוהן? איין פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה טוהט ער זיך אויס די שטריימל און בעקישע און מאכט זיך גרייט צו גיין שלאפן (שטיוול איז נאכנישט געווען אין סטייל. ר’ חי יצחק אליינס האט זיי נישט אנגעטוהן ביז 10 יאהר נאך זיין חתונה, ביז די באקאנטע מעשה פון די שניי). די ווייב פרעגט אים, “דו גייסט נישט צום רעבינ’ס טיש?” פרעגט ער, "וועלכע טיש? וועלכע רבי?” זי קוקט אים אהן ווי פון די לבנה אראפגעפאלן. זאגט ער, "הערצו. די רבי וויל א שטעטל, מ’קען נישט האבן רבי און נאר פאלגן למחצה לשליש ולרביע. אז דו ווילסט נישט מיר זאלן גיין, איז אגוטן טאג, נישטא מער א רבי. וזהו, זי האט קאפיטולירט און זיי האבן זיך מצרף געווען צום תוכנית.
די סקווירא האבן געוואוסט דאס איז א גרויסע געמבּל, דהיינו דיע וואס וועלן שיקן צו אר"י אנשטאט אדער גיין צו פאפא ישיבה לערנען וועלן שוין בלייבן דארטן, און מען האט זיי פארלוירן, אבער סוף כל סוף איז דאס געווען א געריבענע חשבון: בעסער ווייניג וואס וועלן בלייבן ווי פיהלע וואס וועלן גיין און קומען כסדר, און דאס וועט גורם זיין מ’זאל פארלירן קאנטראל איבער דעם ‘אייזערנעם פארהאנג’ וואס מען פלאנט אויפצוהענגען.
געווען אפילו איינער, היינט א וויזניץ-מונסי חסיד, וואס האט יענע יארן ארויסגעמופט צו סקווירא. ויהי היום ויהי לשון צער, קומט דאס קינד אהיים פון חדר מיט שווארצע און בלויע מארקס צוליב וואס דער מלמד האט אים מערדערליך אהנגעריסן. דאס קינד וויל אצינד נישט גיין אין חדר מער, אזוי פאַר אפּאָר טעג. האט די מאמע זיך צוזאמענגעקליבן און גענומען דאס אינגל און אריינגעשטעלט צו ‘בית דוד בּויס’ סקול, על אף די שוועריגקייטן מיט וואס דאס איז געווען פארבינדן יענע טעג.
ווען אפאר וואכן זענען פאַרריבער און דער גאַורד’ס ראדאר האט זיך צעפיפען. געוואלד! וואסארא פאַרראַט אזוי דא ביינונז אין וויינגארטן? האבן זיי פון די מוטער פארלאנגט א בּאַלדיגע עוואַקוּאַציע פון בית-דוד. די מאמע אבער בעהט זיך, וואס קען זי טאהן, דאס קינד האט זיך פשוט פארעקשנט. איר מיינט דאס קומט מיר אהן גרינג? די בושות וואס איך לייד דערפון וכו’. קוק אליינס, מיינע איבעריגע קינדער אַטטענדען יא געהעריג די מוסדות.
אבער זיי האלטן זיך קאַלט, דא ארבעט נישט אזוי. אז איר וואוינט דא מוזט איר אלע קינדער שיקן צו די מוסדות אין שטעטל. האט די מאמע געזעהן אם כן איז עס נאר א ביזנעס, מען מיינט נישט דעם באשעפער אדער שמירת עינים. האט’ס מיר און זייט’ס מיר, איך גיי מיך לחיים ולשלום. איים סארי, כ’בין נישט ענקער קאנדידאט, גייט, זוכט אייך א צווייטן מיט וועמען צו פּאַפּולעיטן אייערע בית החיים. וכמו שאיימה כך קיימה, זי האט צוריק געמופט צוריק צו וומסב”ג.
הדלקת הנירות ביי די סקווירא נסיעה על קברות הצדיקים
עס זענען נאך דא עד היום עטליכע משפחות וועלכע זענען וויכטיג געווען אנפאנג, נאך אין וומבס”ג, און זענען דעמאלס, פאר 57’, אפילו געווען קעגן דאס מְמַנה זיין פון היינטיגער בעלזער רעבין, אבער היינט זענען זייערע קינדער און פאמיליעס כולו בעלזא. פארוואס? ווייל זיי האבן דאַן נישט געוואלט נאכטאנצן און ארויספארן. לדוגמא איינע פון די גבאים פון סקווירא בית כנסת אין וומבסב"ג, שמואל אונגאר, האט זיין פרוי דעמאלס נישט געוואלט זיך מצרף זיין, און היינט זענען אלע קינדער און איידעמער בעלזא חסידים. ער אליינס איז געבליבן דאווענען אין וומבסב"ג שטיבל, ער האט אפילו צוואה געשריבן צו ליגן אין סקווער, ימים טובים ונוראים איז ער געקומען קיין סקווירא, אפי’ ווען זיינע קינדער זענען שוין בעלזער געווען, אלעס נאר מחמת די איינע בּאַדינג, פון ברויכן זיך ציעהן אהין. א נארמאלע מענטש, וואלט זיך א חשבון געמאכט, וואס פארדין איך דא, וויפיהל מענטשן פארליר איך?
והאמת אגיד, גיוועֶן די נומערן זיי האבן פארלוירן צוליב דעם וואלטן זיי געדארפט פּאַניקן, אבער נישט די גװאַרדיע מיט זייער קאמאנדיר טראנע. ליבערשט פארלירן שטיקער אבער פונוואס פארבלייבט, זאל זיין כולו כליל להמזבח. פונדרויסן וועט מען אנשטעלן א פנים אז מ’איז בעלזא, כדי די מענטשן אריינצוכאפן, און קריגן שטיצע פון ר’ אהרלע, אבער שטילערהייט בויעט מען סקווירא און מען אינטענדעד זיי אפצורייסן פונעם שורש. נאר די שוואַנצנות האט מען יא געהאלטן פון בעלזא. כאטש בעלזא האט עס ווארשיינליך אויך גענומען פון טשערנאבל, פון מהר"ד וואס איז אַן איידעם געווען ביי ר’ אהרן טשערנאבלער בן ר’ מרדכי המגיד הנזכר לעיל. און עולם גולם האט נישט געכאפט וואס מ’לאזט זיך אריין און די מארקעטינג האט געשלאגן וואָרצלען. װארצלען פון דעם בױם מיט די סקװירלעך.
ר’ מרדכי טווערסקי מטשערנובּל איז אגב געווען א פוירסט קאזין מיט’ן רוזשינער ר’ ישראל און איז אויך באקאנט געווען פאר’ן פארלאנגען פון זיינע חסידים תורם צוזיין גרויסע געלטער פאר זיין אויסברענג. אויך איז ער געווען בראש פון דיע פון די חסידישע עסטעבלישמענט וואס האבן געלייגט פרעשור אויף די רבנית אדער הבתולה מלודמיר (לודמירע מויד), פון די געציילטע חסידישע פרויען רעבעס, חתונה צוהאבן - האבענדיג איר אפי’ געשיקט א הענדסאם אינגערמאן פאר א חתן – אזאך אבער וואס וויפיהל מען האט פרובירט איר צו פרעשורן אױף, האט זיך נישט אויסגעארבעט.
אין א פאָנני סיפור פארציילט מען אז זייענדיג א ברכה טיילערין איז אמאל, הערענדיג אז דער רוזשינער האט א שיינע ברכה געקריגן, אויך ר’ יצחק יונגערלייב אדער מראַדוויל, זוהן פון ר’ מיכל זלאטשובער, געקומען נעמען א ברכה פון די לודמירע מויד. ר’ יצחק, וואס איז א קריגערישע מענטש געווען, און א זוהן פון א טאטע וואס האט א נאמען געהאט פאר א 'קדושת הברית' אַקטיװיסט, האט איר געפרעגט "וואס זי זעהט אז מ’זאגט אויף אים אין הימל?” האט זי געזאגט: "א טאטען’ס א קינד”. ר’ יצחק האט זיך באליידיגט און געענטפערט "מער נישט, מער וועסטו שוין נישט זאגן,” וואס חסידישע הגיוגרפיה פירט אויס, אז פון דאן און ווייטער האט זי טאקע אויפגעהערט רעפארטן פון וואס ס’טוטצעך אויבן. קען זיין ווייל ווי נאָר די שֶם איז ארויס וואס זי האט אים געענטפערט איז זי אזוי פאפולער געווארן אז זי איז פון דענסמאָל ווייטער אזוי פארנומען געווארן מיט וואס ס’טוט זיך אונטן.. נאר די ליצנים זאגן נאך א מזל טשערנובל איז היינט א נאָו גאָו זאָנע ווייל די סקווערער וואלטן נאך צוריקגעפארן איר מהפך זיין אין א קאָמיון וויטהין א קאָמיון, כידוע דער מקור פון דער ווארט קאָמיוניזם.