- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 731
- רעאקציע ראטע
- 1,775
מיט $50,000.00 האט הרב ר' מיכאל בער ז"ל אפגעהאלטן אריבער 30,000.00 סלאוואקישע אידן צו ווערן דעםארטירט א משך פון עטוואס איבער צוויי יאר.
ווי נאר הרב ר' מיכאל בער האט געזעהן אז מיט געלט קען מען אזוי פיהל אויפ-טוהן האט ער אנגעהיבן ארבעטן אויף א ברייטערער פלאן צו ראטעווען אלע אידן וואס זענען נאך נישט דעפאטירט געווארן פון גאנץ אייראפע צו ווערן אפגעהאלטן פון דעפאטירט ווערן. דער פלאן האט זיך דאן גערופן "דער אייראפע פלאן" וואס איז אריין אין קראפט ווי נאר די נאציס האבן אקאפירט אונגארן אין מערץ 1944.
ווען די נאציס זענען אריין און אונגארן האט וואסליציני אויפן הוראה פון הרב מיכאל בער ז"ל געברענגט דעם פלאן צו די אידן-ראט אין אונגארן. די פראפזעל איז דאן געשטעלט געווארן פון וואסליציני צו די אידן ראט אין אונגארן אז ער איז גרייט מוותר צו זיין אויף א דעפארטאציע פון א מיליאן אידן פארן סכום פון צוועלעף מיליאן דאללער ד.מ. צוועלעף טאלער פער קאפ.
עס איז בכלל נישט קיין סך געלט געוועזן און עס האט געקענט פארסירן ווען נישט די ציונים און אונגארן סאבאטזשירן נישט דעם פלאן.
פאר דעם צוועק האט זיך יואל בראנד און רודדאלף קאסטנער געשטעלט בראש פון די מצילים און אנשטאט אריין נעמען די מיליאן אידן אין די הצלה פלאן האבן די צוויי נאר פוקאסירט אויף די ציוניסטשע היץ קעף און פארטיי פירער.
אייכמאן שר"י וואס איז געווען אפיציעל געשטעלט אויף די אידן פראגע פון אונגארן (אייראפע) האט געשיקט יואל בראנד אלץ שליח קיין איסטאנבול צו פרעגן צו זיי ווילן געבן פאר די נאציס טראקס און די נאציס וועלן שענקן בלוט ד.מ. אז מען וועט נישט דערהארגענען א מיליאן אידן פאר די שיפמענט פון טראקס TRUCKS (פרטים וואס זיי האבן פארלאנגט וי פאלגענד פאר טויזנט טאנס פון טיי און טויזענט טאן אויף קאווע און 10 טויזענט טראקס) אבער משה שארעט, יצחק גרינבוים און די אנדערע מיטגלידער פון די ציוניסטישע אגעטור אין אינסטאנבול האבן מחליט געווען נישט איינ-צו-גיין פאר די אפמאך אפי' עס מיינט דאס לעבן פון אזויפיהל אידן וויל די בריטישע הערשאפט מיט זייערע עלייס אמעריקא קאנאדא וכד' וועלן נישט זיין צופרידן פארוואז זיי שיקן מאטריאל פאר די דייטשן און העלפן ארויס די דייטשן ווען זיי זענען אזוי צודריקט און עס קען קען זיי צוגעבן צייט צו פירן די קריג און פאר אן עונש וועט די בריטישע מאנדאט נישט געבן די צוזאם געפאלאנע קאלאני אין פאלעסטינע פאר די ציונים צו קענען האבן אן אייגן לאנד.
דערפאר האט מען פון יואל בראנדס פארלאנג געמאכט א שווייג מען האט דאס נישט ארויף געלייגט אוין טיש און פארטיג.
ווי אזוי האבן זיי דערשטיקט דעם מעסעדזש ?
נישט מער נישט ווייניגער, די אגענטור האט אריינגענארט יואל בראנד קיין מצרים אומלעגאל איהם דורך טראגענדיג דער טערקישער גרעניץ קיין סיריע, און דארט האבן איהם די גרעניץ וועכטער גענומען אין א תפיסה קיין מצרים וי ער האט נישט באקומען קיין צוטריט צו קיינע מענטשען זיכער נישט פלאטיקאנטען פאר חדשים לאנג און אזוי האט ער נישט געהאט פאר וועמען איבער צו געבן זיין בקשה צו קענע ראטעווען די אידן פון אונגארן.
בינו לבינו האט אייכמאן געשעהן אז עס קומט נישט קיין ענטפער האט ער מיט א שנעלקייט און פונקטליכקייט אנגעהויבן מיט דע דעפארטאציעס שנעלער ווי נארמאל.
נאך די דורכגעפאלענע גרויסע רעטונגס פלאן וואס עס איז שוין כמעט נישט געווען וועם צו ראטעווען אויף א מאסן אויפן האט רודאלף קאסטנער אונטערן טיש ווייטער גע-ארבעט מיט אייכמאן אויף א קליינעם סכום מענטשען נישט מער ווי צוויי טויזענט מענטשען פאר וועמען ער וועט איהם שוין זאגען, אבער פאר א סך א גרעסערערע סכום פער מענטש פארשטייט זיך אז עס זאל זיך לוינען פאר אייכמאן נאכאמאל איהם פרובירן, פארשטייט זיך קאסטנער וועט נישט פאר קיינעם פארציילן פון דעם פלאן ביז נאכן אויספירן.
אין יאר 1960 אין אן אינטערוויו מיט אייכמאן און א דוטש נאצישע דזשערנוליסט וויליאם סעסען אין ארגעטינע. (די אינטערוויו איז געדריקט געווארן אין די לייף מעגעזין אין ארגענטינע) זאגט אייכמאן פאר ווילאם סעסען אז רודאלף קאסטנער האט צו געזאגט צו צו העלפן אייכמאן נאך וואס זיי האבן איינשטימונג מסכים געווען אויף די קליינער צאל מענטשען נישט צו ווערן דעפארטירט אז עס ער קאסטנער וועט מאכן זיכער דורך די אידן ראט אפיס אז די ווייטערטיגע דעפארטאציעס גייען צו מיט א רואיגקייט כדי עס זאל נישט נעמען צו לאנג צו לאדענען אז מען זאל קענען פארלאזן די שינעס פלאטפאמעס ווי אמשנעלסטן (דער ענדע פון דער דייטש איז שוין געווען נאנט און זיי האבן נאך פרובירט פארטיליגען וויפיהל מען האט נאך געקענט) און ווי אויך וועט ער צו שטעלן פאליצייאישע וואך אין די קעמפס ווי אלא העפטלינגען וועלן פארהאלטן ווערן ביז זייער לעצטער דעסטינאציע אוישוויץ. נישט קיין שלעכטער געשעפט פאר אייכמאן ער באקומט געלט אין טאש אריין וואס דארף נישט איבער געגעבן ווערן פארן רייך, און ווי אויך אידישע הילף און קאסטנער באקומט צוויי טויזענט פארטיי פירער.
אנהייב חודש מאי 1944 האט קאסטענער מיט נאך אנדערע פארטיי פירער באקומען א רעפארט וואס איז גערופן געווארן ווערבע-וועלצער רעפארט וואס איז געשריבען געווארן אדורך ווערבא וועלצער און צווי אנטלאפענע פון אוישוויץ האבן מיט זיך מיט גענומען די רעםארט עס צו געבן פאר די פארטיי פירער וואס רודאלף קאסטענער איז געשטאנען בראש. ווארענענדיג די אידן ראט נישט צו מאכן די זעלבע טעות וואס די םוילישע אידן ראט האט געמאכט און זיך געלאזט פארנארן פון די נאציס און אזוי האבן רוב פוילישע אידן ראטס צו געהאלפן די דעפארטאציעס, נאר זיי זאלן וויסען אז דע דעפארטאציעס גייען קיין אוישוויץ און דארט איז אויך געשטאנען וואס עס טוהט זיך אפ אין אוישוויץ און ווי אוישוויץ קאכט ווי א קעסעל מיט פארגאזן און פארברענען די מערסטע גופים וואס מעגלאך ווייל עס גייט גאר בקרוב אנהייבן אריין פליסען נאך הונדערטער טויזענטער העפטלינגען פון די אונגארישע שטעט. און פארשטייט זיך אליינס אז די רעפארט איז פארוואסערט געווארן און באהאלטן געווארן אז קיינער זאל דערפון נישט געוואר ווערן כדי נישט צו פארלירן דעם אפמאך פון אייכמאן און עס זאל נישט פאקומען קיין שום רעוואלטן ביי די קומענדיגע דעפארטאציעס ווייל דאן וועט קאסטנער האבן פארלוירן דאס געשפעפט וואס ער האט געמאכט מיט אייכמאן.
שפעטער יארן האט רייוועל כץ געשיקט די רעפארט קיין שווייץ באיזה אופן וואס דארט איז די רעפארט געדריקט געווארן פארן פובליק צו ליינען. דאן ווען די שוויצערישער גאווערמענט האט באקומען א ידיעה דערפון און עס אפ געשיקט צום רויטן קרייץ וואס האט דערמיט געמאכט א וועלטליכע וויי געשריי און די נאצישע אונגארישע גאווערמענט האט מיט געוואלד און דרקו פון די וועלט געמוזט פראוווען אפשטעלן די דעפארטאציעס, אבער דאן האט מען שוין געהאט אוועק געשיקט אריבער פיר הונדרעט און דרייסיג טויזענט אידן קיין אוישוויץ וואס רוב פון זיי זענען ליידער אומגעקומען ווי נאר זייערע פיס האט געשטעלט די ערשטע טריט אויף די אוישוויצער באדן.
רודאלף קאסטענער האט ביי זיין אייגענער פארהער זיך מודה געוועזן אז אפי' די גליקליכע 1684 מענטשען וואס זענען שוין יא אנגעקומען אויף די רעטונגס באן איז שפעטער געווארן אפגעהאלטן און כמעט ערווארטעט די זעלבע גורל ווי דער אלגעמיינער אונגארישער אידענטום ווען נישט די שווערע טויזענטער דאלארן וואס מען האט נאכאמאל באצאהלט וואס רוב דערפון זענען געקמען פון די ארטאדאקסישע אידישע געמיינדעס פון בודאפעסט אנגארן. די פאקט אז רוב פון די געלטער צו ראטעווען דעם ספעציעלער צוג איז געקומען פון די ארטאדאקסישע געמיינדע פון בודאפעסט און בשכר זאת האט ער געמוזט ארויף נעמען די פאר ארטאדאקסישע אדמורים.
אדמו"ר מסאטמאר זי"ע, ר' חיים ראטה וואס האט אליינס באצאהלט א ריזיגער סכום, הרה"צ ר' יונתן שטייך זצ"ל, און ר' שלמה צבי שטראסער ז"ל.
חאטשיג וואס א ריזיגער סכום איז געווארן באצאהלט פארן סאטמאר רב,ס קאף האט קאסטענער בשו"א געוואלט ארויף לאזן דעם רבין זי"ע אויפן באן מיט די גליקליכע ווייל ער איז א שונה ידיעה פאר ציוניזים. אבער נאך וואס זיין שווער דר. יוסף פישער (הויפט קאנצעלאר פון קלויזענבורג ארטאדאקסיע) האט געזאגט אדער די סאטמאר רב אויך אדער קיינער האט רודאלף נישט געהאט קיין ברירה און נישט געמאכט קיין איבערקערענישט דערוועגן.
ווען די באן האט דערגרייכט שווייץ און די אלע רייזענדע זענען שוין געווען על מי מנוחות האט אמאל דער רבי זי"ע באגעגענט דר. פישער אין די גאס, ער שטעלט אפ דעם רבין און זאגט פארו רבין ווי פאלגענד. דער רבי פארשטייט אליינס אז מיר און מיין איידעם האבן נישט געהאט אין פלאן צו דעם רבין ארויף לאזן אויף די באן וואס איז געווען געווידמעט פאר די פארטיי פירער, אבער אן אנטי ציוניסט מאו דכר שמי'. נאר וואדזשע דען. אפאר נעכט פאר די פלאן מיט די ךיסטע זענען פארטיג געווען האב איך אסגעקרויזט דעם רבינ'ס נאמען. אבער די יעניגע נאכט זעה איך מיין מאמע בהקיץ שטיין איבער מיר עד כדי צו דערווערגען מיך ווארענעדיג צוריק צו לייגן דעם רבינ'ס נאמען און זיך נישט דערוואגן איהם צו פאר-ראטן און אויב וועט די רבי נישט זיין אויף די באן וועט די הצלה נישט מצליח זיין. דער דר. יוסף פישער איז נישט געוועזן קיין קטלא קניא, זיין טאטע מאמע גאר ערליכע פרומע תורה'דיגע אידען און א פעטער פון הרה"צ ישראל יעקב פישער ז"ל ראב"ד פון עדה הרדית אין א"י
אבער מיינט נישט די הצלה איז געגאנגען געשמירט ארויף אויפן באן און גלייך געפארן קיין שווייץ. אנקומענדיג קיין אוסטריע גרעניץ האט זיך באן אויפגעהאלטן דארט צוויי טאג און די גרעניץ וועכטער אין אוסטריע האבן די באן נישט געלאזט פארן ווייטער נאר פארקירעוועט דעם באן אויף א צווייטע דירעקציע. לאן אתה הולך? קיינער ווייסט נישט. אבער מען פארט. נאך אפאר טאג פארן האט זיך די באן נאכאמאל אפגעשטעלט און מיטן פעלדער און וועלדער פוסט און ליידיג נישט וואוסענדיג מאין באתה און זיכער נישט ווי מען גייט. האבן זיך די מענטשען ארויס געזעצט אינדעראויסען צו שעפן עטוואס לופט. און די מענטשהייט זעהט ווי די קאנדאקטארס טענעהן זיך ארום צווישען זיך, פרעגן זיי וואס גייט פאר ווי פארט מען. "מיר האבן באקומען א באפעהל זיך צו פארקירעווען קיין פוילן צו אוישוויץ" א פחד א שרעק דער עולם פאלט אוועק. דער רבי זי"ע דער איינציגער פונעם באן וואס האט געהאלטן קאפ.
דארט אינעם באן איז געווען א מיידל וואס האט נישט אויס געקוקט ווי קיין אידישקע האט דער רבי מייעץ געווען אז זי זאל פון דאנענט זיך זעהן צו דערקייקלען קיין בודאפעסט צו די אדרעס פון חיים ראטה און איהם פארצעהלן וואס דא גייט פאר.
חיים ראטה צוזאמען מיט רודאלף קאסטענער זענעל געלאפן צו אייכמאן מיט א טענה הייתכן, דער צורר היהודים צושמייכעלט זיך און ענטפערט קיהל, עס זעהט אויס אז עס איז דא א שטיקעל טעות. איך האב געשיקט דעם באן קיין אוישפיץ אין סודעידן געביט און איינער האט פארשטאנען אוישוויץ. אבער קיין פראבלעים אויב די באן גייט אויף אוישוויץ וועל איך דיר געבן א צווייטער באן אנגעפיהלט אנשטאט די איצטיגער באן.
חיים ראטה האט זיך צו-בייזערט און פראטאסטירט, איך האב דירעקט באצהאלט פאר די און פאר געיוויסע הויכגעשעמטע פערזאנען וואס זענען אויף איר א צווייטער פאררעכט נישט דעם מיסטעיק. ווייסטו וואס זאגט דער אייכמאן מיט די זעלבע מאס ראויגקייט וועסטו מיר צולייגען א גרויסן סכום וועל איך פרובירן צו פאררעכטן די טעות.
חיים ראטה האט נישט געטראכט קיין צוויי ער איז געלאפן ברענגן צו אייכמאן א ריזן סכום עוד הפעם און דאן האט זיך דער באן פארדרייט און געפארן צום בערגן בעלזן לאגער ווי די נאציס האבן געווארט פאר פינעף חדשים אז די אידן פון די פרייע וועלט זאלן זיך צוזאם קראצן און ברענגן נאך געלט צו ראטעווען נאך אידן פון פארטיליגט ווערן.
דער באן האט פאר א קורצן אפשטעל זיך אפ געשטעלט אין בראטיסלאווע סלאוואקיי און דארט האט דער רבי זי"ע גערעדט צו לאקאלער אידן וואס האבן איבער געגעבן די נייעס פאר ר' שלמה גפן א חסיד פונעם רבין זי"ע און האט געשריבן צו א שוואגער זיינער משה גראס וואס האט דאן געוואוינט אין שווייץ, און ר' משה גראס האט דאס איבער געגעבן פאר הרב ר' יצחק שטערנבוך די עסקן הידועה וואס האט געארבעט פיר און צוואנציג שעה א מאת לאת צו ראטעווען און גרינגער מאכן פםאר די אידישע קינדער אין די בארטראפענע ריאנען. ר' יצחק שטערנבוך האט גענומען די נייעס און עס געטראגן צו די מלחמה רעפיודזשי באורד אין וואשינגטאן.
רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל אין סאלאוואקיי מיט זיינע מיטארבעטער האט אלאמירט די וועלט טאג און נאכט ביז בדרך אשר לא דרך א טראף א טראף האט זיך צוזאם געזאמעלט נאך א סכום וואס די נאציס האבן פארלאנגט פאר דעם טראנספאטר זעענדיג אז די טראנספארט זענען דא שטארקע בעלנים וואס ווילן דאס זעהן אויף דער פריי האבן זיי געקוועטשט אויף דעם נאך און נאך. (דאכט זיך אז פון די ציוניסטישע פארטיי איז נישט געקומען קיין שום אנטראגע פון פרישע געלטער)
סאלי מאיר וואס איז געווען די הופט פארזיצער פון די דזשוינט אין שווייץ האט געהאט גענוג געלט וואס מען האט געדארפט פאר די הצלה פלאן פון הרב ר' מיכאל בער זצ"ל אבער ער האט געטאנעהט אז מען קען דאס נישט טוהן ווייל די טראקס גיין קיין דייטשלאנד וואס איז שווער צוקלאפט ביי די רוסישע פראנט, און די דייטשען וועלן מאכן זיכער אז די רוסען דערוויסען זיך אז די פרישע זאפאסן קומען םון אמעריקא און ענגלאנד וועט דאס דאך מאורעדיג אנבייזן די רוסן אנטקעגן אמעריקא און ענגלאנד און אזוי וועט די רוסן נישט זיך פאראייניגן מיט די אלעאירטע קרעפטן וועט די מלחמה אריין גיין אין א פרישע פאזע און דאס וועט נישט גוט אויסקלאפן. אפי' דאס געלט פאר די בערגן בעלזן טראנספאטר האט דער סאלי מאיר נישט געוואלט ריליסעון צו דעם דייטש, עד כדי כך אז ר' יצחק שטערנבוך האט פון פריש אליינס צוזאם געקראצט דאס געלט און איינגעהאנגעדעלט 30 טראקס פאר די דייטשע מיליטער כדי צו קענען באםרייען די באן פון בערגן בעלזן און נאך אידן, פון די שווייצערישער אידן און ווי אויך עטוואס פון בודאפעסט. ווי נאר סאלי האט דאס דערהערט איז ער געווארן אזוי כעסיג, ער האט זיך אנטזאגט צו שיקן הילף קיין בודאפעסט פון דאון אן ווייטער.
ענדליך נאך די אלע אנשיקענישן אהער און אהין דעצעמבער (כא' כסליו) 1944 איז די באן ארויס געפארן פון בערגן בעלזן קיין שווייץ. אבער עודך אין מיטן אוסטריע גאר נאנט צו דער שווייצער גרעניץ האט די באן זיך ווידער אפגעשטעלט און געשטאנען פאר שעות ארוכות אן קיין שום הסבר על מה ולמה. פארשטייט זיך די פאסאנדזשירן זענען ווידער אריין אין פאניק זיי זעהן וואס פאר א חכמות די דייטשן מאכן דא מיט זיין זיי זענען די שאך שטיקער וואס דער דייטש שפילט מיט. נאך אסאך שעות שטיין איז ארויף געקומען א סאלדאט מיט די דייטשע עס עס מונדירן און פארלאנגט פון אלע פאסאנדזשירן בלי שום יוצא מן הכלל זיך צו נעמען זייערע חפצים און אראפ גיין פונעם באן. הימלער בכבודו ובעצמו האט באקומען אינפארמאציע אויף דעם באן און זיך בכלל נישט רעכענדיג מיט אייכמאן האט באפוילן אלע פאסאנדזשירן גלייך פון דארט קיין אוישוויץ אן קיין שיהות.
בשעת דאס פאסירט דא כמעט ביי די גרעניץ טוהט זיך אפ אין בודאפעסט א געפעכט מיטן קאליניאל פון די עס עס גאווארדיע קורט בעכער און זאגט אז אויף די טראנספארט קומט מען נאך א רעשטע פון $64,000.00 ד.מ. אז די טאטאל פרייז פאר די 1684 מענטשען האבן די נאציס פארלאנגט א סה"כ פון $1,684,000.00 און די פיר און זעכציג איז נאכנישט באצאהלט און אויב איז דאס געלט נישט דא אין א טאג צוויי זענען די פארהאנדלונגען געענדיגט. און קיין אושוויטץ עס פארט.
סאלי מאיר אנטזאגט זיך פון באצאלן אפי' ער האט באקומען געלט פאר די צוועק אבער מיט די זעלב טענה פון בעפאר קאן ער קיין געלט נישט אויסלייגן.
אין שווייץ איז דערגאנגען די ידיעה פונעם באן און הרה"ח לייביש רובינפעלד ז"ל איז געגאנגען אפווארטן דעם באן ביים גרעניץ נאך אזוי לאנג ווארטן האט ער פארשטאנען עפעס גייט פאר נאכן מברר זיין אז מען שלאגט זיך אויף די באלאנס, איז איינגעפאלן צו משחד יין דעם לאקאלער פארשטייער צו מאכן א שווייג און זאגן אין די הויפט קווארטיר אז עס איז שוין נישט געוועזן בידו צו אפשטעלן דעם באן.
דער לאקאלער אפיציר הערמאן קרומי איז בלינד געווארן םאר די געלט געזאגט און געטוהן ער האט געהייסן זיינע חברה צוזאם פאקן דעם באן מיט די מענטשען מיט די זאכן און ויסעו.
ווי קומט קאסטענער אריין אין זיין א חלק פון דעם רבינ'ס זי"ע הצלה ווייס איך נאך נישט. אויב איינער קען די פאקטן אנדערש ביטע די פלאטפארמע איז אייערס.

לעצט רעדאגירט: