חמשה עשר באב

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
497
רעאקציע ראטע
1,830
מיין ברודער האט ארויפגעשטעלט א סטאטוס וועגן דעם גרויסן טאג און די רעאקציע און איבארשונג פון מענטשן וואס געפינען אויס אז יום כיפור איז פארגעקומען אזעלכע טענץ צווישן די יונגע דור- טוט שאקירן

עס טוט פארשטערקערן די איבערצייגונג אין די ריכטיגקייט פון וואס מיין חבר טענה׳ט שוין לאנג: צווישן די היינטיגע אידישקייט און די אידישקייט פון די צייטן פון בית המקדש איז מיילן ווייט

ס׳איז ווי אביסל ברעקלעך און שיריים וואס איז געבליבן אויפ׳ן טיש און מ׳באקט אונז איין ליגנט אז דאס איז די סעודה ממש

תורה-phobic איז וואס אסך פון אונזערע אזוי גערופענע מחנכים און מנהיגים זענען ליידער 💔

זיי האבן א פחד מיר זאלן וויסן די אמת וואס שטייט אין תנ״ך, משנה און גמרא, ראשונים און אחרונים

די ווייטאג איז גרויס ווען מ׳פילט אזוי אויסגענארט.

און קלאר צו מאכן: מ׳רעדט נישט דא פון אזעלכע ״בישנות׳דיגע״ צוזאמענקומען ווי
שבתון - נענטער ברענגען אבער דאך צניעות'דיג - קאווע שטיבל
 
לעצט רעדאגירט:
א גוטן הרב @אנטוישטער יונגערמאן

איך ווייס נישט ווער די 'אזויגערופענע מחנכים' אויף וועם איר זענט ברויגז זענען, מסתמא קומט זיך זיי אייער כעס

אבער דאס איז נישט קיין גרויסער חידוש, ווען מען וואקסט אויף געפינט מען אויס אז מען קען אדער בליבען אן עם הארץ ווי מען לערנט אין חדר אדער קען מען אנפאנגען צו לערנען.

עס האט נישט קיין זין צו זיין א יונגערמאן און נאך זיין ברויגז אז די וועלט איז נישט פונקט ווי זיין נורסערי מורה האט עם אויסגעלערנט. אז מען ווייסט שוין וויאזוי אליינס צו עפענען א ספר זעהט מען דאך שוין ווי יעדער זאך האט נאך צדדים און די צדדים האבן נאך צדדים און אזוי ווייטער, עס איז נישטא קיין איין זאך וואס איז אנדערש.

א שאד זיך צו פילען אויסגענארט אז די ציין פעירי און סאנטא קלאוס זענען נישט עכט, נו דאס איז פאר קליינער קינדער, ברוך השם מיר זענען שוין גרויס.

קיינער למעשה האט נאכנישט פארשפארט די פסוקים און משנה און גמרא ראשונים ואחרונים אין א קעלער, עס איז נאך ברייט אפען אין אלע ספרים שענק. נו מען דארף עס אליינס אויפמאכן און ליינען, און נישט זיך פארלאזן אויף וואס דער חדר מלמד האט פארציילט, נו לא עליך המלאה לגמור ואי אתה בן חורין להיפטר ממנה. אז מען האט חברים וואס מען קען לערנען מיט זיי איז אוואדי גוט.

טאמער ווילט איר קענט איר זעהן דא האב איך צוגעצייכענט פיל מראי מקומות פון מפרשים און מאמרים וואס רעדן איבער אייער שאלה, אידען רעדן שוין וועגן דעם אסאך צייט זה בכה וזה בכה

מקורות לימוד – חמשה עשר באב
 
FZomRFrXgAAJ4lY.jpg
 
למעשה היינטיגע צייטן איז ט"ו באב מער אזא סארט אידישע וואלאנטיינ'ס דעי, יום כיפור איז טאקע א פראבלעם ווייל ס'איז אסור בתשמיש המיטה, אבער מ'קען יוצא זיין מיט מוצאי יום כיפור. און בכלל, מיין געבורטסטאג איז א דריי וואכן פאר יום כיפור האב איך שוין דעמאלטס באקומען, ס'דא א שיעור וויפיל מ'קען פארלאנגען. :ROFLMAO:
 
Back
Top