חרם דרבינו גרשום - צווייטע ווייב

משה רבינו האט נישט גע'פסק'נט שאלות פאר'ן ציבור?

און וואס איז מיט שמואל הנביא?

און וואס איז מיט די תקנות פון דוד המלך און שלמה המלך?

די רמ"א, וואס איז אונז ע"פ הלכה מחייב, פסק'נט נישט, מיט זיין אייגענע פארשטאנד, פאר'ן ציבור מיט אלע זיינע "וכן נוהגין'ס" ?

און יא, די אייבערשטער, משה רבינו, און רבינו גרשום זענען אייניג לדבר הזה. גאנץ פשוט, די תורה איז דעם אייבערשטענס, ער האט עס געגעבן פאר יודען, דוקא אז יודען זאלען קענען מחדש זיין אין דעם, דאס האט משה רבינו געטוהן און דאס האט רבינו גרשום געטוהן, אלס באי כוחו פון די נותן התורה, כפי המפורש בתורה, ס'איז אלס איינס לגמרי.

דו האסט אויך די זעלבע רעכט, קענסט אפלערנען און מחדש זיין ווי אזוי דו ווילסט אפלערנען די חרם, קענסט עס אפ פרעגען מיט רעכט, ווייל די תורה איז פארדעם געגעבן געווארן. נאר איך זעה נאך נישט א ליין וואס לויפט דיך נאך צו הערן דיין פסק..

Sorry to burst your bubble, אבער כך הוא דרכה של תורה, ווילאנג דער רב איז אנגענומען און זיינע תקנות זענען נתפשט געווארן ביסטו סטאָק דערמיט. עכ"פ אויב ביסט אינטערסירט מיט גיין מיט'ן פלאן און שפילן ביי די רוּלס.

קען זיין ס'איז טאקע דא מער רעקוויערמענטס פאר א פסק אויף א ציבור, דהיינו ס'דארף נתפשט ווערן און אנגענומען ווערן, אבער די געדאנק פון ציבור און יחיד איז די זעלבע.
לאור וואס @לייזער וואלף ברענגט דא ארויס וועגן אפלערנען און מחדש זיין אין די תורה וועלכעס איז געגעבן געווארן אז מ'זאל קענען מחדש זיין וויאזוי מ'פארשטייט. ברענג איך דא אריין אן ארטיקל וועלכע כ'האב געליינט אין דעם באקאנטע וועבזייטל thetorah.com וועלכער ברענגט ארויס דעם געדאנק.
The Deliberately Flawed Divine Torah - TheTorah.com
ליינט און האט הנאה
 
ווער?

בד"וו די תימנים האבן קיינמאל נישט מקבל געווען חדר"ג
יא, איך געדענק ווען אונז האבן באקומען א נייע שכן פון תימן,
האט מען געזאגט אז ער האט געדארפט גט'ן איין ווייב כדי אהערצוקומען.
 
און גראדע איז א מעלה צו האבן מער ווי איינס
ווייל אז דו האסט צוויי ווילן ביידע אז דו זאלסט זיי מער ליב האבן ווי די אנדערע, גייען זיי זיך ממש צעברעכן פאר דיר און טוהן אלעס אין די וועלט דיך צו מאכן פילן גיט, קענסט לעבן ווי א קעניג!

משא"כ איין ווייב... 😂
דאס איז די בראך פון אונזערע מערידזשעס

מ׳געט א יונג קינד א ווילד פרעמדע טשעלענדש זיך דורכצוקומען מיט א פארטנער וואס קומט בּעיסיקלי פון אן אנדערע פלאנעט
מיט די שטרענגע מחיצה ביינאונז צווישן די מענער וועלט און די פרויען וועלט האבן מיר קיינמאל געהאט געלעגנהייטן זיך ריכטיג צו לערנען וויאזוי זיך צו באנעמען מיט א ווייב
Let alone צו לעבן מיט איר פאר די rest of your life און נאך אויפשטעלן א שטוב צוזאמען!

all we have to go on
איז וואס מ׳האט צוגעזעהן ביי די עלטערן און אין רוב פעלער איז עס נישט א געזונטע רילעישנשיפ. ביי טייל איז עס געפערליך, און ביי אנדערע ״געט מען זיך אן עצה״

אבער זעלטן ווער באקומט מען א חינוך פון א בליענדע שלום בית ווי די עלטערן האבן פונקט באקומען א פאסיגע שידוך ווי זיי האבן זיך באמת ליב

און אהבה אליין איז דאך נישט גענוג. ווייל צו לעבן אונטער איין דאך טאג איין טאג אויס מיט די זעלבע מענטש וועט אלעמאל ברענגען challenges און אפילו ווען מ׳האט זיך ליב אהבת נפש וועסטו זיך אנשטויסן אין חלקים פון דיין פארטנער וואס איז דיר שווער סובל צו זיין

So לאממיר שוין זאגן אז איינער איז באמת באגליקט אז ער האט צוגעזעהן א גוטע ביישפיל פון זיינע עלטערן, ווי זענען געגאנגען פאר פראפעשענעל העלפּ און זיי האבן זיך געלערנט א געזונטע communication און גוטע boundaries

ווי אויך זענען זיי געבענטשט געווארן צו לערנען און פארשטיין איינער דעם צווייטן׳ס attachment style כדי ארויסצוברענגען די בעסטע פון זיך און פון די פארטנער, so רוב פון די צייט וואס זיי זענען צוזאמען איז זיס און אנגענעהם - נישט ביטער ווי די גאל.

ליידער איז דאס אבער נישט די מציאות און בשעת די ווייב איז שוין מאוברת אין שנה ראשונה פרובירט מען with everything stacked against you
זיך אליין אן עצה געבן אין דעם אוממעגליכן maze

איז דען א חידוש אז רוב קאפלס היינט מיינען אז מ׳מוז האבן power over און פארשטייען נישט אזא מציאות אז ס׳קען זיין power with

all we learned אין די באנקראטע סיסטעם איז נאר דעי צוויי ברירות: אדער פירט מיך די ווייב ביי די נאז, אדער קען איך זי פירן ביי די נאז ווען איך קען ווען האבן די חלום פון צוויי פרויען וואס גייען אויס פאר קנאה איינע פאר די צווייטע און דעמאלס וועל איך ענדליך האבן די אויבערהאנט

ס׳איז ביטער אז מ׳זעהט נישט די מעגליכקייט פון בעסערע אופנים באפרייט צו ווערן פון דעם פלאנטער 💔
 
Back
Top